בלאט 1 פון 2
ערשיטערונג: סענדי-האק אפיציעלע ווערסיע א ביליגע שקר !
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:34 am
דורך משולם טענענבוים
א יו-טוב ווידיאו וואס איז געגאנגען וויירעל אין די לעצטע וואך צי צוויי מיט איבער 11 מיליאן וויאוס ווייזט אויף אז די אפיציעלע געשיכטע איבער די סענדי-האק שיסעריי איז א באבע-מעשה,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Wx9GxXYKx_8[/youtube]
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 2:06 am
דורך משולם טענענבוים
צווייטע חלק:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_nUOBSN03TU[/youtube]
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 4:46 am
דורך John Doe
טאקע, און די קאפ קעיק לעידי איז א באהאלטענע עף בי איי עידשענט.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:15 am
דורך טעפל
John Doe האט געשריבן:טאקע, און די קאפ קעיק לעידי איז א באהאלטענע עף בי איי עידשענט.
איטערסאנט די גאנצע מידיא רעדט פון דעם, ס'איז א פלאכע ליגענט?
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:08 am
דורך יידל
טעפל, דאס זענען די זעלבע חברה וואס האלטן אז 9/11 איז אן אינסייד דזשאב. די "טרוטערס" רופן זיי זיך.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:09 am
דורך קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:10 am
דורך יידל
די ערשיטערונג איז אז מענטשן וועלן אלץ זיין אזוי פלאך צו גלייבן סיי וואסארא קאנספיראציע טעאריע, בלויז ווייל עס איז דא א וויירעל יו-טוב ווידעא באגלייט מיט דראמאטישע מוזיק אפעקטן.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:50 am
דורך שימעלע
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:55 am
דורך יידל
כ'זע אז די אומאפיציעלע ווערסיע איז אז די אידן זענען שולדיג.
http://blog.adl.org/anti-semitism/consp ... k-massacre
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 12:50 pm
דורך משולם טענענבוים
יודל, ליידיגע רעטאריק פרעגט נישט אפ וואס יענער זאגט, אדרבה ויזוי פארענפערסטו יענעם'ס באווייזען, טאמער קענסטע עס אפווענדען דאן האסטע א טענה, טאמער נישט, וועט שרייען "קאספירעסי טעאריסט" נישט קיין סאך העלפען,
ווי עס קוקט אויס איז דא אסאך ערענסטע פראבלעמען מיט די אפיציעלע ווערסיע, אדרבה פארענפער עס,
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:26 pm
דורך John Doe
משולם טענענבוים האט געשריבן:יודל, ליידיגע רעטאריק פרעגט נישט אפ וואס יענער זאגט, אדרבה ויזוי פארענפערסטו יענעם'ס באווייזען, טאמער קענסטע עס אפווענדען דאן האסטע א טענה, טאמער נישט, וועט שרייען "קאספירעסי טעאריסט" נישט קיין סאך העלפען,
ווי עס קוקט אויס איז דא אסאך ערענסטע פראבלעמען מיט די אפיציעלע ווערסיע, אדרבה פארענפער עס,
די גאנצע ווידיא איז געבויט אויף דעם אז מ׳קען אזעליכע מענטשן ווי אייך פארקויפן טראקלאודס מיט בי. עס., צו אין דיין פאל פאר פאליטישע סיבות (גאנס), צו פאר אנטיסעמעטיזם, אדער ווייס איך וואס. כ׳על דיר געבן א קליין ביישפיל פון די בי. עס.
ביים אנהויב ווידיא בעט ער איבער די ״משפחות״ און געליטענע פון די סענדי הוק שוטינג, ס׳הייסט אז ער רעדט צו די געליטענע, און ער ווייסט אז ס׳זענען באמת דא קרבנות און עס זענען באמת דא עלטערן און אור עלטערן וואס קלאגן נאך זייערע ערמארדעטע קינדער. דערנאך הייבט ער אהן מיט זיין בי. עס. וואס קען מען האבן טענות, ער האט זיך דאך שוין איבער געבעטן פון פאראויס.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:28 pm
דורך מים חיים
משולם טענענבוים האט געשריבן:יודל, ליידיגע רעטאריק פרעגט נישט אפ וואס יענער זאגט, אדרבה ויזוי פארענפערסטו יענעם'ס באווייזען, טאמער קענסטע עס אפווענדען דאן האסטע א טענה, טאמער נישט, וועט שרייען "קאספירעסי טעאריסט" נישט קיין סאך העלפען,
ווי עס קוקט אויס איז דא אסאך ערענסטע פראבלעמען מיט די אפיציעלע ווערסיע, אדרבה פארענפער עס,
פארוואס זאגסטו אז עס איז דא אסאך ערענסטע פראבלעמען מיט די אפיציעלע ווערסיע. שימעלע האט געברענגט א לינק וואס ווענדט אפ אלע "גאר שטארקע טענות" איבער די מעשה אין סענדי הוק.
איך גיי דיר פרעגן א בעסערע שאלה. נניח אז עס איז א קאנספיראציע די גאנצע געשעפט, און עס איז בלויז געצילט צו ערמעגליכן פאר די גרויזאמע רעגירונג צו קאנסיפיקירן אלע געווער וואס עס איז דא ביי ציווילע בירגער. ווער האט גע'הרג'ט די אלע אומשולדיגע קינדער? אז עס זענען נישט גע'הרג'ט געווארן קיינע קינדער קען דאך נישט זיין, עס איז געווען א לווי' פאר נח פאזנער, מיט די באטייליגונג פון מתעסקים און חסד של אמת.......
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:35 pm
דורך משולם טענענבוים
ער זאגט נישט אז ס'נישט געשען דארט א מאסען מערדעריי, נאר וואס קומט אויס איז אז ס'געווען דוקא געמאכט בכוונה תחילה, אין אז די "אפיציעלע ווערסיע" איז א שקר, נישט אז די גאנצע מעשה איז שקר
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:39 pm
דורך יידל
משולם, האסט געליינט דעם סעלאן ארטיקל? כ'האב שוין אמאל מסביר געווען (פאר פראפעסאר שפירא, דוכט זיך) פארוואס אן דורכטון א נושא קען מען אננעמען אז א קאנספיראציע טעאריע איז פאלש. געווענליך איז דאס די מציאות. דאס איז נישט ליידיגע רעטאריק נאר א ארגומענט געבויעט אויף לאגיק. אבער אז דו בעטס פוינט ביי פוינט תירוצים, קוק'זשע אין די ארטיקל וואס שימעלע האט צוגעלינקט.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:47 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן: כ'האב שוין אמאל מסביר געווען (פאר פראפעסאר שפירא, דוכט זיך) .
וואס זיך איך, ראצער, דא?
WOW
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:47 pm
דורך מים חיים
משולם טענענבוים האט געשריבן:ער זאגט נישט אז ס'נישט געשען דארט א מאסען מערדעריי, נאר וואס קומט אויס איז אז ס'געווען דוקא געמאכט בכוונה תחילה, אין אז די "אפיציעלע ווערסיע" איז א שקר, נישט אז די גאנצע מעשה איז שקר
וויאזוי פארענטפערט די פאקט אז די שיסעריי איז געווען בכוונה תחילה, די "הימל-שרייענדע" פראגע, היתכן די עלטערן פון אן ערמארדעטן קינד לאכט ארום א טאג נאכן פארלירן א באליבט קינד?
וואספארא שייכות האט דאס אז עס איז געווען בכוונה תחילה, מיטן ארעסטירן נאך פערזאנען אינעם וואלד? מיטן זעצן דעם ארעסטירן פארנט אינעם פאליציי קאר?
די קאנספיראציע טעאריקער, נעמען אלע פרעסע באריכטן פון בשעת די געשעהעניש ווען עס איז מלא צומישעניש און סתירות, און מען נוצט יענע באריכטן אויסצומאלן א בילד כאילו מען וויל דא באהאלטן מי-יודע-וואס. און זיי אליינס קומען נישט צו א מסקנא וואס איז דא יא געשעהן.
זאלן זיי ארויסגעבן א געשיכטע וואס מיט יענע געשיכטע ווערט פארענטפערט אלע מרפסין איגרא'דיגע קושיות, וועט מען זיך קענען מטפל זיין דערמיט. סתם פרעגן שאלות און קושיות אז זאכן שטימען נישט, ברענגט גארנישט ארויס, חוץ די פאקט, אז בשעת א אויסערגעווענליכע געשיכטע ווערט יענער איינער צומישט, אפילו גאר געשולטע פרעסע לייט.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 1:51 pm
דורך berlbalaguleh
משולם טענענבוים האט געשריבן:ער זאגט נישט אז ס'נישט געשען דארט א מאסען מערדעריי, נאר וואס קומט אויס איז אז ס'געווען דוקא געמאכט בכוונה תחילה, אין אז די "אפיציעלע ווערסיע" איז א שקר, נישט אז די גאנצע מעשה איז שקר
ס'פאלט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע וואס די אלע אנדערע קאנספירעסי טעאריסטס זאגן. קוק אביסל וואס דזשעסי ווענטורא אין זיינע "קאנספירעסי טהעארי" קליפס זאגט איבער 9-11 און א סאך אנדערע געשעענישן. זיי רעדן אזעלכע שטותים. און אויב איינער וואגט זיך צו פרעגן קשיות זענען זיי איהם גרייט צו הרג'נען.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 2:02 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:יידל האט געשריבן: כ'האב שוין אמאל מסביר געווען (פאר פראפעסאר שפירא, דוכט זיך) .
וואס זיך איך, ראצער, דא?
WOW
לאל, נישט
די פראפעסאר שפירא, נאר די ניק פראפעסאר שפירא. קוק
דא.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 2:36 pm
דורך משולם טענענבוים
נו, וואס קעמען טוהן, כ'קען ענק אנווייזען ס'וואסער, כ'קען ענק נישט צווינגען צי טרינקען,
ווער ס'וויל גלייבען אז די אלע פראפעסיאנאלע ליגנער (מידיא, אבאמא, אא"וו) זיי זאגען די אמת, זשאסט טו בעד,
די שקר פין סענדי האק, איז אזוי דארעכזיכטיג, די פאלטשע אינטערוויוס אויף סי ען ען, מען זעהט עס אזוי קלאר, אפילו אן די אלע ראיות זעהט עס אויס פאלטש, כ'מיין נאך אלעם איז דאך יעדער מודה אז די גאווערמענט האט געמאכט "פעסט ענד פיוריעס", נו הארגענען א פאטר אומשילדיגע קינדער איז א שפיל פאר זיי, האו עווער "זיי" זענען, אבער די אלע וואס קירמערען זיך מיט פאקטען זענען דאך קאנספירעסי טיאריסט, מען טאר נישט קוקען אויף די מציאות, מציאות איז וואס די מידיא זאגט...... סארי, זיי זענען ליגנער,
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:47 pm
דורך יידל
משולם, האסט געזען וואס שטייט אינעם סעלאן ארטיקל וואס שימעלע האט געלינקט?
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 4:26 pm
דורך יידל
וואס איז די סייענס פון קאנספיריסי טעאריעס? וואס איז פשט אז אויף סענדי הוק וואקסן טאריעס ווי שוועמל נאכן רעגן, איינס זיך סותר מיטן צווייטן? ליינט
http://www.livescience.com/26314-sandy- ... ories.html
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 4:40 pm
דורך John Doe
יידל האט געשריבן:משולם, האסט געזען וואס שטייט אינעם סעלאן ארטיקל וואס שימעלע האט געלינקט?
יאג איהם נישט אזוי, לאז איהם נאך אביסל ענדשזויען די קאנספירעסי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:08 pm
דורך משולם טענענבוים