פארוואס איז זיין זון אראפ פון דרך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

פארוואס איז זיין זון אראפ פון דרך?

שליחה דורך משה געציל »

יעדער איינער האט זיך שוין מן הסתם באגעגענט מער ווי איינמאל מיט דעם, אדער ענדליכע ליפלאטן וואס זענען געלאפען אין חרדישע אויסגאבעס:


[center]
internet.jpg
[/center]


ווי עס שטעלט זיך ליידער ארויס, איז איינער פון די הויפט אקטיווע עסקנים אין די מערכה, הרב משה חיים גאלדצווייג שליט"א (נאמען איז פיקטיוו צוליב כבוד המשפחה) באטראפן געפארן פון א שרעקליכע אומגליק, זיינס א זון איז ל"ע אראפ פונעם דרך.
די בראך איז נאך א סאך גרעסער, ווען דער קינד איז ל"ע אפגעפארן דורך די טריפהנ'ע אינטערנעט וואס זיין טאטע האט באקעמפט אלע יארן מיט ציין אין נעגל אויסצוראטן פון אידישע שטיבער.

לויט א פרישע שטודיע פון א גרופע פראפעסארן אין ארץ ישראל איז די אורזאך דערפון דייקא ווייל דער טאטע האט געקעמפט אלע יארן אנטקעגען דעם, און מסתמא האט דער טאטע אליינטס נישט געהאלטן דערביי, ער האט סתם געזיכט צו באקומען פאבליסעטי.

וואס דער הסבר איז פונקטליך ווייס איך נישט, ווייל דער באריכט איז געקומען זייער טרוקען, בלויז דער פאקט, אן קיין שום באווייזן אדער סברות פארוואס עס איז אזוי.

באגלייט איז א קאפי פון די ארגינעלע באריכט וואס די ארץ ישראלדיג'ע פראפעסארן האבן אהער געשטעלט:
[center]
internet1.pdf
[/center]
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ביסט א סאטמערער? רעדסט פון אינטערנעט און דו ברענגסט א פראפעגאנדע פונעם גיוס.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך זע אז דו כאפסט נישט מיין פוינט.
איך האב געטראפן די קונטרס ״דרך הסלולה״ די וואך אין די בתי מדרשים, די קונטרס איז אנגעפילט מיט פראפאגאנדע אנטקעגן די בחירות. איינער פון די בלעטער איז געווען די אויבנדערמאנטע קארטאן פון ״המבשר״ אז מען דארף גיין צו די בחירות, און דערנעבען א בילד ווי איינער פון די קינדער פון די ראשי האגודה דינט אליינטס אין מיליטער, ווי צו זאגן; זעסט דאך אליינטס אז דעס וואס יענער פראבירט זיך אהערצושטעלן ווי איינער וואס קעמפט אנטקעגען דאס שלעפן בחורים אין מיליטער איז הוילע שקר. והא ראי׳ -נעמטס דעם גראבן פינגער און דרייט אים בריסק זייט- זיין אייגענע זין איז אין מיליטער, קומט אויס עכ״ח אז דאס וואס זיין טאטע שטעלט זיך ארויס ווי א קעמפער אנטקעגען די גיוס איז בלויז מן השפה ולחוץ. (ועל הכלל כלו יצא, די אלע א.ג. קעמפער זענען א באנדע באנדיטן).

מיר האט דאס געפערליך אויפגערעגט, וואס האט הודו מיט כוש, וואס פאר א מין מיטל איז דאס צונעמען איינעמס פריוואטע פראבלעמען אין שטוב צו מאכן פון דעם אייגענע ארגעמענטען, ווען איך ברענג ווען אזאנס אויף איינער פון די פירערס פון ״ועד טוהר המחנה״ וואלט איינער געהאלטן אז די צוויי האט א שייכות? ווען איך ברענג ווען אזא באריכט אז חיים יצחק דער גרויסער קעמפער אנטקעגען ציונות האט א זון וואס האט באשלאסן צו לויפן אלטס קאנידאט אינעם ש״ס פארטיי, וואלט איך נישט באשריגען געווארן אויף אזא אקט דורך די זעלבע פראפעסארן פונעם ״דרך הסלולה״ יוניווערסעטעט? וואלט ווען איינער געהאלטן אז די מעשה איז א לימוד אויף אלע ״דרכי הסלול״ מיטגלידער אז זיי זענען א שטיק באלאני?
ווי אזוי האט נאר מר. בענדזשמין (מלפנים בנימין פרנקל) זיך אויסגעדרוקט, ״חתוך את צואת השור״!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טעפל האט געשריבן:ביסט א סאטמערער? רעדסט פון אינטערנעט און דו ברענגסט א פראפעגאנדע פונעם גיוס.

ס'איז אפשר א בחינה פון "צבת בצבת עשויה" אזוי ווי ס'שטייט אין פרקי אבות. מ'נוצט דעם (טמא'נעם, טריפה'נעם ) אינטערנעט כדי צו באקעמפן דעם אינטערנעט.
פארשפארט