בלאט 1 פון 2

פרושים, צדוקים, ביתוסים

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 11:46 am
דורך ברזלי הגלעדי
מיר אלע ווייסען אז חזל בימיהם ווערן אינדענטאפצירט אלס פרושים מען זעעט עס אויך ווען יוזעפוס איז מגדיר חזל, ווייסט איינער און וועלכע תקופה עס האט זיך אנגעהויבען אין פארוואס. און אבות דר׳ נתן איז משמע אז און די צייטן פון אנטוגנוס איש סוכו (די רבי פון צדוק אין ביתוס)
ווערן חזל שוין אזוי גערופען

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 11:49 am
דורך ביינער פיש
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:מיר אלע ווייסען אז חזל בימיהם ווערן אינדענטאפצירט אלס פרושים מען זעעט עס אויך ווען יוזעפוס איז מגדיר חזל, ווייסט איינער און וועלכע תקופה עס האט זיך אנגעהויבען אין פארוואס. און אבות דר׳ נתן איז משמע אז און די צייטן פון אנטוגנוס איש סוכו (די רבי פון צדוק אין ביתוס)
ווערן חזל שוין אזוי גערופען

האסט פארטוישט די צוויי "און/אין'ס".

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 2:51 pm
דורך מורינו הרב
אה, דאס איז א לאנגער און טיפער נושא. מיר האבן עס אמאל דורכגעטאן, אבער האב איך דען צייט דערצו? - אז מען וועט מיר צאלן וועל איך שרייבן.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:39 pm
דורך יידל
דיין שאלה איז ווען מ'האט זיי אנגעהויבן רופן מיט דעם נאמען אדער ווען די כיתות גופא האבן זיך אנגעהויבן?

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:50 pm
דורך ברזלי הגלעדי
יידל האט געשריבן:דיין שאלה איז ווען מ'האט זיי אנגעהויבן רופן מיט דעם נאמען אדער ווען די כיתות גופא האבן זיך אנגעהויבן?


מיין שאלה איז שתים שהן הרבה, ווען האט מען אנגעהויבן אין פארוואס. שהן הרבה; ווער זענען געווען די אנדערע כיתות וואס איז געווען זייער שיטה און צי איז געווען א תקופה וואס איין מהלך איז געווען universally אנגענימען ביי גאנץ עם ישראל

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 4:00 pm
דורך יידל
אונטער דוד המלך איז כלל ישראל געווען אינגאנצן מאוחד. נאכדעם האבן זיך שוין אנגעהויבן פאליטישע צעשפליטערונגען, און שפעטער אויך השפקה'דיגע.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 4:14 pm
דורך ברזלי הגלעדי
יידל האט געשריבן:אונטער דוד המלך איז כלל ישראל געווען אינגאנצן מאוחד. נאכדעם האבן זיך שוין אנגעהויבן פאליטישע צעשפליטערונגען, און שפעטער אויך השפקה'דיגע.


עס איז מבואר אין די פסוקים אז אנהייב האט נאר יהודה מקבל געווען דוד אלץ קעניג אבער וואס זאגט דעס אויף אונזער שאלה חוץ פון גדעון׳ס זון און אפשר יפתח זענען אלע מושלים געווען אנגענימען ביי די גאנצע אומה זיי האבן דאך געראטעוועט די אידן פין די שונאים מיין שאלה איז די תורה אויטארעטעיט

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 6:30 pm
דורך יאיר
דער טיטל פרושים איז ערשט געווארן בערך אין די צייטן פון חשמונאים, ווען זיי זענען געווארן צדוקים און כלל ישראל איז געווארן אומאפיציעל אפגעטיילט צווישן די כהנים מיט די עשירים און דער המון עם מיט די פרושים.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 7:58 pm
דורך ברזלי הגלעדי
יאיר האט געשריבן:דער טיטל פרושים איז ערשט געווארן בערך אין די צייטן פון חשמונאים, ווען זיי זענען געווארן צדוקים און כלל ישראל איז געווארן אומאפיציעל אפגעטיילט צווישן די כהנים מיט די עשירים און דער המון עם מיט די פרושים.


עיין אבות דר׳ נתן סוף פרק ד עס איז משמע אז בימי אנטוגנוס זענען די חכמים שוין געריפען געווארן פרושים

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 8:02 pm
דורך יאיר
דו מיינסט מסתם סוף פרק ה'. דארט שטייט נישט אז צדוק אליין האט זיי גערופן פרושים, אפילו אויב יא, מעגליך אז מען האט למפרע געשריבן זייער טיטל פרושים, אבות דרבי נתן איז דאך געשריבן געווארן אסאך שפעטער.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 8:12 pm
דורך ברזלי הגלעדי
יאיר האט געשריבן:דו מיינסט מסתם סוף פרק ה'. דארט שטייט נישט אז צדוק אליין האט זיי גערופן פרושים, אפילו אויב יא, מעגליך אז מען האט למפרע געשריבן זייער טיטל פרושים, אבות דרבי נתן איז דאך געשריבן געווארן אסאך שפעטער.


אמת אז קען זיין און פארדעם האב איך געשריבען אז עס איז משמע אבער עס איז אינטרסאנט אז די חכמים זאלן זיך ריפען פרושים in any case האסט עפעס מקורות

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 7:28 pm
דורך יאיר

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:32 am
דורך ברזלי הגלעדי
יאיר האט געשריבן:http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%A9%D7%99%D7%9D


די בעל המימרא אין וויקי לייט אראפ פאקטען אן קיין מקורות אדיר ראיות

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:39 am
דורך יאיר
דאס זענען דברים ידועים וואס דו וועסט טרעפן אין יעדע היסטאריע בוך.

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:31 pm
דורך עוד מישהו
ס'האט נישט קיין שטארקע קשר צו דאס וואס מ'האט געשריבן דא. אבער מיר איז נייגעריג צו וויסן אויב עס איז געווען א חילוק צווישן די צדוקים און די ביתוסים, צו איז עס גאר איין זאך מיט להבדיל אלף אלפי הבדלות צוויי רבי'ס???

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:23 pm
דורך יאיר
אין דעת שטייט אז ס'איז געווען ממש די זעלבע, און אז די זעלבע מעשיות וואס ווערן געברענגט אין תוספתא אויף די ביתוסים ווערן געברענגט אין גמרא אויף די צדוקים.
דאס איז פשט, אם אין דעת, הבדלה מנין.
(ובדרך אפשר יש לרמוז על הבדלות אלו שמנאן מישהוא לאלפים ורבבות, מניין לו, והלא הצד השוה שבהם ששניהם אין בהם דעת ונבילה יפה הימנה).

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
בס"ד

די צדוקים זענען געווען איינע פון די שטערקסטע (לכאורה די גרעסטע) אנהענגונג בזמן הבית וועלכע האבן זיך געקריגט מיט די חכמים.

אין די צייטן פון בית חשמונאי האט זיך כלל ישראל צוטיילט אין עטליכע גרויסע כתות, און קלענערע.

די דריי גרעסטע: חכמים (פרושים-חברים), צדוקים און איסיים.

אלע דריי זענען געקומען אין ליכט פון די מלחמה מיט די יוונים. נאך דעם וואס די בית חשמונאים האבן באזיגט די יוונים האט זיך כלל ישראל אויפגעוועקט, און מחליט געווען אז זיי גייען נישט זיין פרייע אידן ווי די דאן פארהאסטע מתיוונים, נאר זיי גייען זיין סעמי-אידן. דאס מיינט אז זיי גייען נעמען פון ביידע זייטן און מאכן א גרויסע מיש מאש, אבער נישט זיין ווי די פארהאסטע מתיוונים, וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט די יוונים וועלכע האבן געפייניגט כלל ישראל.

יוסיפון (מיין מיינונג אויף אים קען שוין דער עולם, אבער מ'מעג אים נאכברענגען) שרייבט אז די גרעסטע גרופע איז געווען די חכמים (6000 משפחות), נאכדעם איז געווען די איסיים (4000 משפחות), און נאכדעם איז געווען די צדוקים (נאר אפאר הונדערט חברים), אבער צוליב די רייכקייט און מאכט פון די צדוקים האט דאס אויסגעזעהן ווי זענען די רוב אין לאנד. (אזוי ווי די אסאד אין סוריה- די עלאווים).

במשך פון די אלע יארן פון ארכילאגישע גראבן, האט מען קיינמאל נישט געטראפן קיין כתבים פון זיי, אדער סיי וועלכע באווייז. אלעס וואס מ'ווייזט פון זיי איז פון חז"ל אדער פון להבדיל אלף אלפי הבדלות יוסיפון.

חז"ל באשרייבט וועגן צדוק און ביתוס, צוויי תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו, וועלכע זענען אראפ פון וועג. לויט דעם קומט אויס אז זיי זענען שוין געווען אין די תקופה פון די זוגות, דאס מיינט פאר 2300 יאר צוריק. חז"ל רעדט זייער אסאך פון זיי ביידע אינאיינעם, אבער דערמאנט נישט קיין ווארט פון די איסיים.

סיי די צדוקים, סיי די איסיים, און סיי די בייתוסים האבן אלע דריי נישט געגלייבט אין תורה שבעל פה. די צדוקים האבן נישט געגלייבט אז די נשמה בלייבט נאכן שטארבן (פאלט שוין אוועק תחיית המתים און שכר ועונש), אינעם ברית החדשה ווערט דערמאנט עטליכע שמועסן צווישן זיי מיט'ן בן זונה. אזוי אויך האבן זיי נישט געגלייבט אין מלאכים, און זיי האבן נאר געגלייבט אין תורה שבכתב. די חילוק צווישן זיי און די נוצרים זענען אז די צדוקים גלייבן נישט אין קיין נבואה חוץ וואס עס שטייט אין תורה שבכתב (אזא שטייגער ווי די היינטיגע רבנים זענען גארנישט, נאר אמאליגע זענען געווען ערליך), און די נוצרים האבן יא געגלייבט אין די נבואים.

זייער גרויסע מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמים מיט זיי זענען געווען:
ספירת העומר (חכמים: א טאג נאך פסח, צדוקים: זונטאג נאך פסח)
קרבן כהן גדול (חכמים: עס קומט פון די כספי ציבור, צדוקים: פון זיין אייגן געלט)
קטורת ביום כיפור (חכמים: אין קודש קדשים, צדוקים: אינדרויסן פון קודש הקדשים)
עין תחת עין (חכמים: געלט, צדוקים: בפועל ממש)
זיי פלעגן מער מחמיר זיין אויף די אפר פרה האדומה
זיי פלעגן זיך קעגנשטעלן צו ניסוח המים,
זיי פלעגן זיך קעגן שטעלן קעגן די געדאנק פון עירובי חצרות,
זיי פלעגן זיך קעגן שטעלן צו שרייבן ביי קדושין און גיטין די ווערטער כדת משה וישראל.

אין די תקופה פון הורקנוס דער ערשטער, האט זיך אנגעהויבן זייער מאכט איבער כלל ישראל, געווארן שטערקער אין די צייטן פון יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, און זייער שפיץ איז געווען אין די צייטן פון אלכסנדר ינאי (צו דער ערשטער אדער צווייטער וועלן מיר רעדן א צווייט מאהל) וועלכע האט איבערגעדרייט די סנהדרין הגדול צו ווערן צדוקיש געשטימט. עס איז פשוט געווען א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט אגענדעס, די חכמים האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די פרייע קעניגן מיט זייערע געדינגענע גויאישע שכירי חרב, און זיי האבן ענדערש געגרויסט דעם נשיא, און די צדוקים האבן געוואלט מאכט. אזוי האבן זיך די צדוקים מיט די בית המלוכה צוזאמגעשטעלט און געמאכט א יד אחת.

ביז דא וועגן די צדוקים, יעצט וועגן די ביתוסים און איסיים:

צו די ביתוסים און איסיים איז דא א גרויסע מחלוקה, גרינעץ האלט דאס זענען געווען איינס, והוא ראיה אז די חכמים דערמאנט זיי אבער קיינמאל נישט, די תוספתא דערמאנט קיינמאל נישט די ביתוסים. במילא דארף דאס זיין איינס, און עס איז פשוט א טעות הדפוס.

לכאורה איז ער גערעכט, איך האב אבער איין קשיא, חז"ל אין גמרא דערמאנט די צדוקים, ביתוסים, און "חצונים", ווער זענען געווען די חצונים וועלכע פלעגן גיין מיט די גאלדענע תפילין? און וועגן די קדושת בית המקדש אין ירושלים האבן זיך די איסיים שטארק קעגן געשטעלט, משא"כ די צדוקים און די ביתוסים.

אין תוספתא שטייט איבער א משפחה פון כהנים מיט די נאמען משפחת בית בייתוס, און זיי זענען געווען אריסטיקראטן אבער גאר שטארקע געלט גייציגע נידעריגע פארשוינען וועלכע האט באראבעוועט דעם המון עם. אין אן אלטן קריסטליכן ביכל ווערט דערמאנט א משפחת כהונה וועלכע זענען געווען שטארק אקטיוו אין די ערשטע קריסטליכע תקופה.

אן אינטערסאנטע זאך זעהט מען, אז ווען די חכמים קריגן זיך מיט איינעם להלכה איז עס מיט די צדוקים, ווען די חכמים דערציילן איבער א שפיצעל וואס איינער האט זיי אפגעטוהן, איז עס געווען די ביתוסים.

וואס עס איז נאך מער אינטערסאנט איז דאס וואס די פארשערס טענה'ן אז נאכדעם וואס זיי האבן געטראפן די מגילת ים המלך, וועלכע עס שטאמט פון די איסיים, און עס איז ממש די זעלבע פונעם ברית החדשה. אז לכאורה האט דער בן זונה בכלל נישט געשריבן דעם ברית החדשה, נאר פשוט גע'גנב'ט די רעליגיע פון די איסיים.

איך האף אז ענק זענען מער קלארער יעצט ווי פריער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
דאס קומט פון א זייטל מיטן נאמען מקור. זייער אינטערעסאנט

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:57 pm
דורך יאיר
זייער שיין באשריבן, ממי. עטליכע הערות כפי מסת הפנאי:
1. לויט חז"ל קומט אויס אז די צדוקים זענען שוין געווען אסאך פאר בית חשמונאי, אדרבה, איך געדענק אז די מתיונים האבן גאר גענוצט די צדוקי'שע תורות פון כפירת שכר ועונש צו שטיפן זייער אגענדע.
2. איך זע נישט ואספאר שייכות האבן די בייתוסים מיט די איסיים. אין גמרא זעען מיר כסדר דערמאנען צדוקים און בייתוסים בהעלם אחת, איז משמע אז ס'איז געווען בערך די זעלבע זאך, אויב נישט ממש די זעלבע, און ווייטער די איסיים זענען געווען פרומע פאנאטישע מענטשן, און האבן געהאט אזויפיל מאדנע מנהגים, אינגאנצן אנדערש ווי די רייכע צדוקים (און מסתמא אויך זייערע חברים די בייתוסים) וואס האבן געטון וואס זיי האבן געוואלט. פארוואס די איסיים ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל איז מסתמא ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט כלל ישראל און זיי האבן זיך נישט געקריגט מיט די חכמים, זיי האבן געלעבט אפגעזונדערט. אגב, פילון אלכסנדרי שרייבט אויך וועגן זיי, אבער יוסיפון'ס דעסקריפציע איז מער אקוראט.
3. דו האסט אויסגעלאזט דאס אז די צדוקים זענען געווען די כהנים, זיי זענען געווען בעל הבית אויפ'ן בית המקדש און אלע אירע אוצרות, און איך מיין אז זיי האבן אויך איינקאסירט די שטייערן, דורך זייער רייכטום און מאכט האבן זיי אונטערדריקט די אידן, און דערפאר האבן די אידן נאכגעגאנגען די פרושים און נישט די צדוקים.
4. די צדוקים און נוצרים זענען געווען אינגאנצן אנדערע סארטן מפלגות, איך האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין, אבער דער חילוק אין גלייבן אין תורה שבעל פה איז נישט דער איינציגסטער (אויסער דעם וואס אין ברית החדשה אין געוויסע פלעצער זעט אויס אז די נוצרים זענען יא געווען נוטה צו די שיטות פון די פרושים, כאטש זיי האב ןפיינט געהאט סיי די פרושים און סיי די צדוקים).
5. וועגן די מגילת ים המלח און ברית החדשה איז לעצטנס אויסגעשמועסט געווארן דא.
אלענפאלס, א גרויסן ייש"כ פאר'ן בארייכערן אונזערע ידיעות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
איך שרייב דאך אליינס אז איך פארשטיי נישט דעם צוזאמשטעל פון איסיים און ביתוסים.
No need to convince me, I am already

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:09 pm
דורך עוד מישהו
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין די תקופה פון הורקנוס דער ערשטער, האט זיך אנגעהויבן זייער מאכט איבער כלל ישראל, געווארן שטערקער אין די צייטן פון יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, און זייער שפיץ איז געווען אין די צייטן פון אלכסנדר ינאי (צו דער ערשטער אדער צווייטער וועלן מיר רעדן א צווייט מאהל) וועלכע האט איבערגעדרייט די סנהדרין הגדול צו ווערן צדוקיש געשטימט. עס איז פשוט געווען א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט אגענדעס, די חכמים האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די פרייע קעניגן מיט זייערע געדינגענע גויאישע שכירי חרב, און זיי האבן ענדערש געגרויסט דעם נשיא, און די צדוקים האבן געוואלט מאכט. אזוי האבן זיך די צדוקים מיט די בית המלוכה צוזאמגעשטעלט און געמאכט א יד אחת.


זייער שיינע ארטיקל ממי שאמרו, איך מוז אבער פארעכטן איין פרט, פון מלכות בית החשמונאים איז נאר געווען איין קעניג, וואס האט מ'רופט אלכסנדר ינאי, עס איז געווען א פרינץ אלכסנדר וואס האט ארגאניזירט אן אויפשטאנד צוויי מאל, קעגן זיין פעטער הורקנוס דער צווייטער, אבער ער האט נישט מצליח געווען.

נאכן זיין גאר א קורצע צייט כהן גדול ביי זיין ערשטע אויפשטאנד, האבן אים די רומיים געפאנגען, און זיין אויפשטאנד איז דורכגעפאלן. ער האט דערנאך ארגאניזירט א צווייטע אויפשטאנד נאכן אנטלויפן פון געפענגעניש, ער האט ארגאניזירט א אידישע ארמיי, און אפילו אפגעהאלטן א זיג עטליכע מאל, צום סוף האבן די רומיים געבראכן זיין אויפשטאנד, און זיי האבן אים געהרגט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:17 pm
דורך יאיר
ממי, דו שרייבסט דאך:
צו די ביתוסים און איסיים איז דא א גרויסע מחלוקה, גרינעץ האלט דאס זענען געווען איינס, והוא ראיה אז די חכמים דערמאנט זיי אבער קיינמאל נישט, די תוספתא דערמאנט קיינמאל נישט די ביתוסים. במילא דארף דאס זיין איינס, און עס איז פשוט א טעות הדפוס.

לכאורה איז ער גערעכט, איך האב אבער איין קשיא...

איך ואלט געוואלט הערן וואס זענען די ראיות פון גרעניץ (גרעץ?).

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:34 am
דורך ברזלי הגלעדי
ממי_שאמרו האט געשריבן:בס"ד

די צדוקים זענען געווען איינע פון די שטערקסטע (לכאורה די גרעסטע) אנהענגונג בזמן הבית וועלכע האבן זיך געקריגט מיט די חכמים.

אין די צייטן פון בית חשמונאי האט זיך כלל ישראל צוטיילט אין עטליכע גרויסע כתות, און קלענערע.

די דריי גרעסטע: חכמים (פרושים-חברים), צדוקים און איסיים.

אלע דריי זענען געקומען אין ליכט פון די מלחמה מיט די יוונים. נאך דעם וואס די בית חשמונאים האבן באזיגט די יוונים האט זיך כלל ישראל אויפגעוועקט, און מחליט געווען אז זיי גייען נישט זיין פרייע אידן ווי די דאן פארהאסטע מתיוונים, נאר זיי גייען זיין סעמי-אידן. דאס מיינט אז זיי גייען נעמען פון ביידע זייטן און מאכן א גרויסע מיש מאש, אבער נישט זיין ווי די פארהאסטע מתיוונים, וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט די יוונים וועלכע האבן געפייניגט כלל ישראל.

יוסיפון (מיין מיינונג אויף אים קען שוין דער עולם, אבער מ'מעג אים נאכברענגען) שרייבט אז די גרעסטע גרופע איז געווען די חכמים (6000 משפחות), נאכדעם איז געווען די איסיים (4000 משפחות), און נאכדעם איז געווען די צדוקים (נאר אפאר הונדערט חברים), אבער צוליב די רייכקייט און מאכט פון די צדוקים האט דאס אויסגעזעהן ווי זענען די רוב אין לאנד. (אזוי ווי די אסאד אין סוריה- די עלאווים).

במשך פון די אלע יארן פון ארכילאגישע גראבן, האט מען קיינמאל נישט געטראפן קיין כתבים פון זיי, אדער סיי וועלכע באווייז. אלעס וואס מ'ווייזט פון זיי איז פון חז"ל אדער פון להבדיל אלף אלפי הבדלות יוסיפון.

חז"ל באשרייבט וועגן צדוק און ביתוס, צוויי תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו, וועלכע זענען אראפ פון וועג. לויט דעם קומט אויס אז זיי זענען שוין געווען אין די תקופה פון די זוגות, דאס מיינט פאר 2300 יאר צוריק. חז"ל רעדט זייער אסאך פון זיי ביידע אינאיינעם, אבער דערמאנט נישט קיין ווארט פון די איסיים.

סיי די צדוקים, סיי די איסיים, און סיי די בייתוסים האבן אלע דריי נישט געגלייבט אין תורה שבעל פה. די צדוקים האבן נישט געגלייבט אז די נשמה בלייבט נאכן שטארבן (פאלט שוין אוועק תחיית המתים און שכר ועונש), אינעם ברית החדשה ווערט דערמאנט עטליכע שמועסן צווישן זיי מיט'ן בן זונה. אזוי אויך האבן זיי נישט געגלייבט אין מלאכים, און זיי האבן נאר געגלייבט אין תורה שבכתב. די חילוק צווישן זיי און די נוצרים זענען אז די צדוקים גלייבן נישט אין קיין נבואה חוץ וואס עס שטייט אין תורה שבכתב (אזא שטייגער ווי די היינטיגע רבנים זענען גארנישט, נאר אמאליגע זענען געווען ערליך), און די נוצרים האבן יא געגלייבט אין די נבואים.

זייער גרויסע מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמים מיט זיי זענען געווען:
ספירת העומר (חכמים: א טאג נאך פסח, צדוקים: זונטאג נאך פסח)
קרבן כהן גדול (חכמים: עס קומט פון די כספי ציבור, צדוקים: פון זיין אייגן געלט)
קטורת ביום כיפור (חכמים: אין קודש קדשים, צדוקים: אינדרויסן פון קודש הקדשים)
עין תחת עין (חכמים: געלט, צדוקים: בפועל ממש)
זיי פלעגן מער מחמיר זיין אויף די אפר פרה האדומה
זיי פלעגן זיך קעגנשטעלן צו ניסוח המים,
זיי פלעגן זיך קעגן שטעלן קעגן די געדאנק פון עירובי חצרות,
זיי פלעגן זיך קעגן שטעלן צו שרייבן ביי קדושין און גיטין די ווערטער כדת משה וישראל.

אין די תקופה פון הורקנוס דער ערשטער, האט זיך אנגעהויבן זייער מאכט איבער כלל ישראל, געווארן שטערקער אין די צייטן פון יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, און זייער שפיץ איז געווען אין די צייטן פון אלכסנדר ינאי (צו דער ערשטער אדער צווייטער וועלן מיר רעדן א צווייט מאהל) וועלכע האט איבערגעדרייט די סנהדרין הגדול צו ווערן צדוקיש געשטימט. עס איז פשוט געווען א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט אגענדעס, די חכמים האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די פרייע קעניגן מיט זייערע געדינגענע גויאישע שכירי חרב, און זיי האבן ענדערש געגרויסט דעם נשיא, און די צדוקים האבן געוואלט מאכט. אזוי האבן זיך די צדוקים מיט די בית המלוכה צוזאמגעשטעלט און געמאכט א יד אחת.

ביז דא וועגן די צדוקים, יעצט וועגן די ביתוסים און איסיים:

צו די ביתוסים און איסיים איז דא א גרויסע מחלוקה, גרינעץ האלט דאס זענען געווען איינס, והוא ראיה אז די חכמים דערמאנט זיי אבער קיינמאל נישט, די תוספתא דערמאנט קיינמאל נישט די ביתוסים. במילא דארף דאס זיין איינס, און עס איז פשוט א טעות הדפוס.

לכאורה איז ער גערעכט, איך האב אבער איין קשיא, חז"ל אין גמרא דערמאנט די צדוקים, ביתוסים, און "חצונים", ווער זענען געווען די חצונים וועלכע פלעגן גיין מיט די גאלדענע תפילין? און וועגן די קדושת בית המקדש אין ירושלים האבן זיך די איסיים שטארק קעגן געשטעלט, משא"כ די צדוקים און די ביתוסים.

אין תוספתא שטייט איבער א משפחה פון כהנים מיט די נאמען משפחת בית בייתוס, און זיי זענען געווען אריסטיקראטן אבער גאר שטארקע געלט גייציגע נידעריגע פארשוינען וועלכע האט באראבעוועט דעם המון עם. אין אן אלטן קריסטליכן ביכל ווערט דערמאנט א משפחת כהונה וועלכע זענען געווען שטארק אקטיוו אין די ערשטע קריסטליכע תקופה.

אן אינטערסאנטע זאך זעהט מען, אז ווען די חכמים קריגן זיך מיט איינעם להלכה איז עס מיט די צדוקים, ווען די חכמים דערציילן איבער א שפיצעל וואס איינער האט זיי אפגעטוהן, איז עס געווען די ביתוסים.

וואס עס איז נאך מער אינטערסאנט איז דאס וואס די פארשערס טענה'ן אז נאכדעם וואס זיי האבן געטראפן די מגילת ים המלך, וועלכע עס שטאמט פון די איסיים, און עס איז ממש די זעלבע פונעם ברית החדשה. אז לכאורה האט דער בן זונה בכלל נישט געשריבן דעם ברית החדשה, נאר פשוט גע'גנב'ט די רעליגיע פון די איסיים.

איך האף אז ענק זענען מער קלארער יעצט ווי פריער.


יוזעפוס אין מלחמת היהודים ברענגט אז די גוים און יודן ציגלייך האבען געגלייבט אז מען ווערט מגילגול אבער דווקא פארקערט פין די היינטיגע גילגול דהיינו אויב מען פירט זיך גיט אויף קען מען צוריק קומען אויף די וועלט