בלאט 1 פון 1

אמעריקאנער אדער ציונ'יסט, וועלכע איז ערגער?

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 4:37 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך רעד דא פון איין 100 פראצענטיקער ערליכער איד, מדקדק בקלה כבחמורה.
וואס איז ערגער א איד וואס פילט זיך ווי א פאלנע אמעריקענער בירגער, ער קוקט זיך אן ווי געווענטליכער אמעריקאנער נאר מצד זיין רעליגיע איז ער א איד. משל למה הדבר דומה: די דייטשע אידן אין די בראשית יארן פון די רעפארם באוועגונג "גרמנים בני דת משה".
פון דער אנדערער זייט איז דא א איד וועלכער פילט א נאהנטקייט און לאיאלטי צו די ציוניסטישע איידעע און צו מדינת ישראל. פארשטייט זיך אז ער איז נישט מסכים מיט די אלערליי עבירות וועלכע אירע מנהיגים זענען עובר. ער קוקט זיך אבער אהן אלס איינער וואס באלאנגט אין ארץ ישראל, נישט אין אמעריקא. די פאן פון מדינת ישראל שמייכלט צו איהם מער ווי די אמעריקאנער.
ווער איז בעסער?

איך וועל בל"נ בקרוב מרחיב זיין את הדיבור בזה. דערווייל בין איך נייגעריג צו הערן פון דעם עולם דא, וואס איר האלט.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:49 pm
דורך גאלד
וואס איז די פראבלעם פון זיין א אמעריקאנער?

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 6:02 pm
דורך געוואלד געשריגן
וואס איז די פראבלעם פון זיין א ציוניסט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:52 pm
דורך לעיקוואד
א ציוניסט איז אוודאי בעסער. און עס איז שווער צו פארשטיין בכלל ווי א יוד קען נישט זיין א ציוניסט (במובן וואס דו שרייבסט) (אחוץ אויב איז ער אדורך ענדלאזע סאטמארע ברעינוואשינג און האט קיינמאל געטראכט אליינס, וואס אזוי קען מען ברענגען מענטשען צו גלייבען אין וועלכע אבסורד מען וויל).

מתפלל זיין בשלומה של מלכות מוז מען בכל מקום. אמעריקע איז נישט שלעכט און זוכט אונז נישט אונטערצוברענגן. אבער עס איז נישט אונז.