בלאט 1 פון 1

ספר יואל - בדוי

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:14 pm
דורך שמעקעדיג
איך באציה מיך צו דעם תגובה פון קאווע טרינקער, וואס א לינק דערצו געפינט זיך אין זיין חתימה לעת עתה.
קומט פון דעם אשכול דא.
איך קען נישט גלייבן אז עס האט נישט באקומען מער ווי געציילטע לייקס, בשעת לענ"ד איז דאס "דער ארטיקל פונעם יאר".
מיר האט עס גורם געווען אויסערגעווענליכע לאכעריי, הנאה, און בייז-וואונדער פון דעם חכמה נפלאה פון אזוי אראפלייגן אזא קאפי פון תנ"ך און רש"י.

אפשר האט מען עס שווער געקענט ליינען אויפן סקרין, האב איך עס דעריבער קאנווערטעד צו א PDF, וואס עס וועט זיין גרינגער צו "לערנען".

דאס איז א קאפיטל היסטאריע פון סאטמאר השתלשלות.
שמעו ותחי נפשכם!

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:35 pm
דורך יידל
העי, יעצט גייסטו באקומען קאווע טרינקער'ס לייקס!

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך ועל נישט זיין א מתכבד בשאינו שלו.
ווער עס וויל לייקן פארן קאפיטל, זאל ביטע לייקן קאווע אויפן אויבנדערמאנטן לינק.
ווער עס וויל מיר לייקן פארן דערמאנען דעם ארטיקל און עס איבערזעצן אויף א ליינבארן PDF, וועל איך מקבל זיין באהבה די אלע 'ליבשאפט קנעפלעך' גערן...

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:46 am
דורך יואליש
זייער קריעטיוו, קאווע טרינקער. יישר, שמעקעדיג, פארן עס פארוואנדלן אין א דבר השלם. וצדקתו עומדת לעד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 5:01 am
דורך משולם שטיינפעלד
איך האב געלייקט ביידע. קאווע טרינקער פארן הפלאדיגן מאמר, חוץ די פסוקי יואל, איז די אנדערע פוינטס געוואלדיג גוט געשריבן, גוט ארויסגעברענגט די פוינט.
און געלייקט שמעקעדיק פאר די עימוד פונעם כתב אשורית, עס האט געמאכט געשמאק צו ליינען.
הה"ד תרי לייקין דלא מתפרשי זו מזו

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:46 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג........
וואס טוסטו מיר מיר????????????

מיין INBOX איז איבערגעפילט מיט אזהרות וחרמות (געשריבן פון ארץ ישראל, עפ"י רוב).........

ייש"כ, הערליך, כ'האב שטארק הנאה.

אגב, לויט ווי די חוקרים שרייבן, איז די לעצטע פסוק "ויאמר אהרן..." צוגעלייגט דורך די ********נים


יידל, ווען האסטו צייט צו עסן? דו ליינסט יומם ולילה

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 1:30 pm
דורך יידל
דו קענסט נישט ליינען ווען דו עסט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:08 pm
דורך יואליש
קאווע טרינקער האט געשריבן:אגב, לויט ווי די חוקרים שרייבן, איז די לעצטע פסוק "ויאמר אהרן..." צוגעלייגט דורך די ********נים


האמער שרייבערס ק און א, און דער רעדאקטאר ש.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:17 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:דו קענסט נישט ליינען ווען דו עסט?

יא, אבער דו זעסטעך אויס היבש דאר..

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:47 pm
דורך יידל
אזא דארקייט אויף אלע גויים געזאגט...

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:09 pm
דורך קאווע טרינקער
"אויסגעדארטע יידל" קלינגט עפעס צוזאמען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:14 am
דורך לעמיל
יישר כח שמעק פאר די פי די עף איך בין נישט געוועין דא ווען מ'האט עס געשריבען בין איך נישט דא געוועין ווען איך בין צוריק געקומען איז די אשכול געוועין 8 בלעטער און צוליב די שלעכטע קאליר קען איך עס נישט ליינען, יעצט איז עס ממש א נחת יישר כח שמעק און יישר כח מר' קאוווע עס איז עפעס נישט נארמאל גוט

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:06 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:יישר כח שמעק פאר די פי די עף איך בין נישט געוועין דא ווען מ'האט עס געשריבען בין איך נישט דא געוועין ווען איך בין צוריק געקומען איז די אשכול געוועין 8 בלעטער און צוליב די שלעכטע קאליר קען איך עס נישט ליינען, יעצט איז עס ממש א נחת יישר כח שמעק און יישר כח מר' קאוווע עס איז עפעס נישט נארמאל גוט

מ'דארף עפעס זעהן צו טוהען, פאר לעמיל טרעפט זיך מיט זייר זהאב

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:13 pm
דורך לעמיל
שכויעך מר' קאווע פארען זיך זארגען פאר מיך, בין איך די איינציגסטע וועים עס באדערט אזוי שטארק???