בלאט 1 פון 1
ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 4:06 pm
דורך משה געציל
האט איינער אן אהנונג ווער עס האט ערפונדען דעם ניין ביי טערטין בעקעלע ?
ווען איך טראכט נאר פון דעם קומט מיר די בליט ארויף און קאפ, א יעדען וואך דארף מיין רעבעצין פון פריש אפמאלען ווי אזוי דאס קוקט אויס, און מיט דעם אלעם קום איך אהיים מיט די ראנג סייז, לולי דמוסתפני וואלט איך געזאגט אז די ניין ביי טערטין בעקעלע איז פון די מערסט קאמפלערציסטע פראדוקטאן אינעם כשרען עסען ליין...........
ווייסט איינער צו:
אין די גויעשיע וועלט איז א ניין בייי טערטין בעקעלע אויך אן ארטיקעל ?....
ווי אזוי האבען די באבעס אינדערהיים אריינגעברעגט א יו"ט אין א שבת אהן דעם באליבטען ניין ביי טערטין ?...
איינער האט א רעסעפי פון פאלטשע פיש אהן דעם ניין ביי טערטין ?....
איז דא עפעס אן אלטערנאטיוו צום ניין ביי טערטין ?....
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 4:45 pm
דורך שמואל הלוי
הלוואי זאלן אלע גראסערי'ס דאס נאכמאכן

Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 4:54 pm
דורך אךשמח
מען דארף לערנען דעם עולם ווי אזוי צו מאכן א קעפל פון אן אשכול...
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 5:33 pm
דורך לאדיך אפ
אךשמח, עפנט אויף אן אשכול "קעפלעך פון אשכולות פאר דאמיס"...

Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 6:40 pm
דורך משה געציל
אך שמח, צו פארנומען מיטן טרעפען די בעקעלע, דאן יט דיס איי עם רעדי טא טעיק לעסענעס...
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:54 pm
דורך Java
יאנקל האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:מען דארף לערנען דעם עולם ווי אזוי צו מאכן א קעפל פון אן אשכול...
מנהלים! איז דא א וועג צוריקצוציען פון א לייק?
אודאי! זע דא.
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:06 pm
דורך אךשמח
יאנקל האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:מען דארף לערנען דעם עולם ווי אזוי צו מאכן א קעפל פון אן אשכול...
אך,
איך האב בטעות געמאכט א לייק פאר דער תגובה וועלנדיג דרוקן ״ציטוט״... פאר דיר פארגין איך עס מיטן גאנצן הארץ, אבער אויב געשעט עס מיט א צווייטן - מנהלים! איז דא א וועג צוריקצוציען פון א לייק?
בענין דיין קריטיק אויף ידידינו ר׳ משה געציל, כבודו האט פארגעסן אז ער האט געעפנט די נושא אין ״א שמייכל״, איז וואס ביזטו אזוי מקפיד אויף דעם קעפל? איך מיין אז פאר דער דאזיגער פארום איז עס פאסיג.
צוערשט, איך האב הנאה אז מען פארגינט זיך דא אין דעם פורום. בטבע האב איך ליב גוטע אידן.
איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז אין 'שמייכל'. ביי מיר האב איך אנגעשטעלט א בוקמארק פון 'אקטיווע אשכולות', ממילא פארזע איך אפט ווי עס ליגט. גוט פארן מעורר זיין, און איך וועל יא עס נעמען אין באטראכט.
איך וועל אויך מוזן איבערבעטן ר' געציל'ן.
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:09 pm
דורך לאדיך אפ
אבער, ערנסט גערעדט,
לאדיך אפ האט געשריבן:אךשמח, עפנט אויף אן אשכול "קעפלעך פון אשכולות פאר דאמיס"...

דער עולם וועט הנאה האבן.
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:02 am
דורך אךשמח
א גוטע געדאנק

לאדיך אפ, דו האסט א גוטער פעדער, הייב אן און מיר וועלן צוהעלפן.
Re: ניין ביי טערטין
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:37 pm
דורך שמואל הלוי
איך קען נישט פארשטיין פארוואס נר מצוה איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט בעקעלעך וואס האט די סייז נומער כתוב וחתום.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:14 pm
דורך לעמיל
שוין דא א לעזונג!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 8:47 pm
דורך שרייבער
שמואל הלוי האט געשריבן:הלוואי זאלן אלע גראסערי'ס דאס נאכמאכן

דוכט זיך א די בעקלעך וואס מען רופט 9X13 איז במדה אביסל קלענער, איך האב עס אמאל אויסגעמאסטן ביי דעם מעסטער און דערנאך געפרעגט איינעם פון די איינגעשטעלטע אין געשעפט און ער האט מיר געזאגט דאס איז נישט ניין ביי טערטין, און ער האט מיר אנגעוויזן א אנדערע אביסל קלענער
נתקטנו הביצים
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 10:48 pm
דורך סאו וואט
איך וואלט אזא אשכול אריינגעפירט און מילתא דבדיחותא אשכול.
איך קאולער מיר פאר געלעכטער ווי אפאר מענער קענען זיך אן עצה געבן מיט א סטופיט פראדוקט.
ממה נפשך, קויפסו עס צי פאר יעדער רעסעפי, וואלסטו זיך שוין מער געמעקט צולערנען.
אגב, ס'דא טיפע, נישט טיפע, אפאר ערליי דיזיינס פון אונערווייניג, און דו מספר ניין ביי טערטין איז אויך נישט אזוי פונקטליך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:29 am
דורך רויטע וואנצעס
א יונגערמאן איז געקומען אין גראסרי און געזאגט זיין ווייב דארף א "117 בעקעלע. קוקט מען עם אן ווי ער איז משוגא געווארן אבער ער האלט זיך פעסט, ס'איז א "117 בעקעלע. ביז די גראסרי מאן האט זיך געכאפט אז אנשטאטס אראפצושרייבן 9x13 האט ער עס אראפגעשריבן בקיצור... די מאטימאטישע ענטפער פון 9x13.