בלאט 1 פון 2

תורה בלעטל ”הידעת?”

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 4:08 pm
דורך ידען
יעדע טאג קומט ארויס א נייע בלעטל און איינס גייט אוועק.
סע שוין א פאר וואכען זעה איך אז סע דא א נייע בלעטל אבער דע מאל איז אנדערש ווייל סע נאר תורהדיגע זאכן.

סע זעהט אויס אינטערעסאנט און א סאך ידיעות אבער איך בין נישט זעכער אויב מע קען זיי גלייבען ווייל איך מיין סע קומט ארויס אין וויליאמסבורג און מסתם איז עס אזוי ריין ווי די שטאט... און אויך זעה איך אז tag פילטערט עס...

ווער ווייסט מער וועגען עס?

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:34 pm
דורך שמואל הלוי
קוקט אויס ווי איינער פון פריערדיגן דור גיט עס ארויס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:08 pm
דורך חד גדיא
שמואל הלוי האט געשריבן:קוקט אויס ווי איינער פון פריערדיגן דור גיט עס ארויס.

וואס מאכט דיך אזוי טראכטן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:14 pm
דורך קאווע טרינקער
שמואל הלוי האט געשריבן:קוקט אויס ווי איינער פון פריערדיגן דור גיט עס ארויס.

שמואל ביסט גערעכט.
ער נעמט מיר ארויס פון די כלים ווען כ'רעדט צו אים, ער איז שרעקליך פארצייטיש.
ער איז געווען א מחנך אין א ישיבה פאר לערך 40 יאר, אבער די נייע דור האט אים ארויסגעשטעלט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:46 am
דורך ענדע צדיק
איך ווייס נישט ווער דאס איז,
ס'שיינט ווי א בעלזער,
די שריפט איז זייער נישט פערפעשאנעל, אידיש געמישט מיט לשוה"ק ועוד נישט צועדיג

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 1:03 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, א פייערדיגע בעלזא חסיד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:49 pm
דורך קאווע טרינקער
אין היינטיגן בלעטל שרייבט ער אן הלכה - אין הלכות "בל תשחית" - וואס האט מיר דעם בלוט אויפגעקאכט:
אן עסענווארג מיט א הכשר מפוקפק, מעג מען מאבד זיין, ס'איז נישטא ביי דעם אן איסור פון בל תשחית.!!!!
WOW
וואס מיינט "א הכשר מפוקפק", ס'כשר אדער נישט?

נו, ער האט דאך א מקור, דארף מען נאכקוקען דארט. - ער צייכנט אן "שבט הלוי" חלק ט. - חשתי ולא פארזוימתי, ס'ווערט מיר ליכטיג און טינקעל אויף איין מאהל...
שבט הלוי איז דן בנוגע חמץ, אדער תערובות חמץ וואס מאנכע זענען נוהג נישט צו פארקויפן פאר א גוי איבער פסח, צו ס'איז דא ביי דעם בל תשחית, וויבאלד ס'איז נאר א מנהג.
אבער רבונא דעלמא כולא, פסח איז דא א מצוה פון "תשביתו", נניח אז פארקויפן איז אויך "תשביתו", אבער מאבד זיין איז דאך זיכער "תשביתו". לפי"ז דאס אז איך בין מחמיר און ניץ נישט דעם מכירה-וועג-ארויס, און איך טו "תשביתו" אויף אן אויפן פון "איבוד", איז דאך אוודאי נישט דא קיין בל תשחית - פון אזא פאל רעדט דער שבט הלוי.
משא"כ לענינינו, וואס דיין פארטיי זאגט אז יענע הכשר איז מפקפוק, איז דען דא א הו"א אז די מאכל איז מותר בהשחתה לבטלה?! אוודאי נישט!

לדעתי איז דא אן איסור פון "בל תשחית" אויף נבלה גופא, און דערפאר איז דער תורה מייעץ דאס מאכיל צו זיין פארן הונט. - אפשר טאקע זאלן די מחמירים, וואס זענען מפקפק אין אנדערע הכשרים, זיך איינקויפן אן הונט, און דאס מאכיל זיין מאכלים מיט א "הכשר מפוקפק", כדי להחמיר בעניני בל תשחית.
שוין, עפעס געלערנט היינט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:49 am
דורך ודי למבין
די אידיש געמישט מיט לשון קודש אין דעם 'הידעת' איז דאך צוקער זיס,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:53 am
דורך ברסלבער
צופיל זיס איז אויך נישט גוט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:52 pm
דורך ודי למבין
איך האב געמיינט בלשון סגי נהור..

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 4:05 am
דורך טעפל
ווי זעהט עטץ דעם "זיסען" בלעטעל?

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 9:03 am
דורך קאווע טרינקער
אין די ב"פ בתי מדרשים.

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 9:59 am
דורך איחוד פעלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:לדעתי איז דא אן איסור פון "בל תשחית" אויף נבלה גופא, און דערפאר איז דער תורה מייעץ דאס מאכיל צו זיין פארן הונט. - אפשר טאקע זאלן די מחמירים, וואס זענען מפקפק אין אנדערע הכשרים, זיך איינקויפן אן הונט, און דאס מאכיל זיין מאכלים מיט א "הכשר מפוקפק", כדי להחמיר בעניני בל תשחית.
שוין, עפעס געלערנט היינט.



דערמאנסט מיר אן אלטער מעשה.

דער מעשה איז פין דער אלטער היים, ווי מען פלעגט חוזק מאכען פין רבנים מחמירים מער ווי היינט.

אמאהל איז געוועהן א דארפס איד, וואס אלע זיינע שאלות אויף די עופות און בהמות, פלעגט קומען פרעגען אלע זיינע שאלות אין שטאט אריין צום רב.

פאר א שטיק צייט איז ער נישט געקומען.

נאך דער שטיק צייט ווען ער איז אנגעקומען צום רב, האט אים דער רב געפרעגט, ר' איד, ווי זענט איר געוועהן די לעצטע פאר חדשים, האט איר דען נישט געהאט קיין שאלות??

ענטפערט דער איד, רב לעבען, איך האב מיר געטראפען א נייע וועג צו פסק'נן אלע שאלות.

וואס הייסט?

איז דער איד מסביר, איך האב געהערט ביים שיעור, ווי עס שטייט אין פסוק, לכלב תשליכין אותו, איז מיר ביי געפאלען א בליץ רעיון, אלע שאלות וועל איך ווארפען פאר די הונט, וועל איך זעהן, וועט די הונט עס עסען, איז עס נבילה, וועט די הונט עס איבערלאזען איז דאך א ראי' אז די שטיקעל פלייש איז כשר!!!

דער רב באווינדערט דער פקחות פין איד, און פרעגט, נו וואס איז גשעהן פארוואס זענט איר יעצט געקומען?

זאגט דער איד מיט א קרעכץ, "דער הונט איז אבער א גרויסער מחמיר".

והמ"י (סארי) ודו"ק.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:34 pm
דורך ידען
נעכטיגע חידה

ווען קען א מענטש עסען די קרבן פסח כהלכה און נישט יוצא זיין די מצוה?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 10:37 am
דורך ידען
ידען האט געשריבן:נעכטיגע חידה

ווען קען א מענטש עסען די קרבן פסח כהלכה און נישט יוצא זיין די מצוה?

זיי פלעגען נישט לייגען די תשובות. היינט האבען זיי יא געלייגט.

אויב מע עסט אכילה גסה האט מען נישט יוצא געווען.

איך וויל וויסן וואס מיינט אכילה גסה?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 10:39 am
דורך ידען
איך ווייס נישט וואס סע איז. זיי האבען עס נישט ביי די חידה.

א בוים וואס איז מגלה סודות מער ווי די היינטיגע טעכנאלאגיע....

וואסערע סודות?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:58 am
דורך ודי למבין
ידען האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:נעכטיגע חידה

ווען קען א מענטש עסען די קרבן פסח כהלכה און נישט יוצא זיין די מצוה?זיי פלעגען נישט לייגען די תשובות. היינט האבען זיי יא געלייגט.

אויב מע עסט אכילה גסה האט מען נישט יוצא געווען.



האט ער דאך נישט געגעסן די קרבן פסח כהלכה?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:33 pm
דורך ידען
מיט מיין נייע געלעקסי איז מיך גרינגער צו כאפען א בילד ווי צו שרייבען עס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:13 am
דורך ידען
איך זעה אז מע וויל איך זאל לייגען נאך.... וועלעך לייגען..

ווער האט די ערשטע געוויסט אז די וועלט איז רינדעכיג?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:30 am
דורך kliger
עס איז דא אסאך גמ' פארקערט למשל היכא דנשקי ארעא ורקיע וכו'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:31 am
דורך ודי למבין
מילא אז ער קען נישט סייענס, אבער נישט קענען לערנען א פשוטע שטיקל זוהר, ווי שטייט אין זוהר אז אויף די לבנה זענען נישט דא קיין ביימער, ווער האט געמיינט אז אויפן לבנה איז דא ביימער?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:46 pm
דורך ידען
kliger האט געשריבן:עס איז דא אסאך גמ' פארקערט למשל היכא דנשקי ארעא ורקיע וכו'

וואס?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:05 pm
דורך ידען
"הידעת" פרעגט

ווען איז פאר די רבי יו"ט אין דער וואכען...?

ידען פרעגט

ווען נישט....?