דער לעבן פון א גרוש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יאפטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

דער לעבן פון א גרוש

שליחה דורך יאפטשיק »

היות איך האב א רעלעטיוו (קרוב) וואס האלט גאר נאנט ער זאל זיך גט'ן, נאר איז פארציטערט פון וואס עס ווארט אים אפ נאכדעם.
אפגעזען וואס זיין ריזן איז און וויאזוי זיין ווייב איז, וואלט איך געוואלט הערן פון מענטשן וואס זענען שוין אדורך דעם עקספיריענס אדער האבן מיטגעהאלטן אזעלכע עקספיריענסעס, וויאזוי קוקט אויס דאס לעבן פון א גרוש נאכן גט?
וואס זענען די רעקאמענדירטע שריטן וואס ער זאל יא אננעמען אדער נישט נעמען?
וויאזוי איז די גרינגסטע וועג ער זאלט טרעפן א שידוך? און צו איז בכלל גוט ער זאל תיכף זוכן א שידוך?

און אפילו בשעת'ן אויסהאמערן דעם גט, וואס זענען די נארמאלע תנאים און אגרימענטס צו וואס ער זאל מסכים זיין, למשל ווען ער האט נישט קיין עכטע חברים און באקאנטע וואס קענען אים עצה'נען דערצו.
זאל ער בלייבן אינעם פריערדיגן וואוינארט אדער זיך אוועקציען?
וואס איז מיט א דזשאב? דירה? סטייל אין לעבן? חברים? און בכלל וויאזוי איז די בעסטע וועג זיך צו פירן, צו קענען דאס מערסטע אויסמיידן די שלעכטע בליק וואס מענטשן האבן אין אונזער קאמיוניטי אויף גרושים?
וואס טוט זיך מיט זיין פת בסלו וואס פעלט אים, וויאזוי געט מען זיך מיט דעם אן עצה?

ס'פעלט שוין איינמאל פאר אלעמאל אויס אביסל אנווייזונגען פארן היימישן ציבור איבער די ענינים.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר