בלאט 1 פון 7
אלגעמיינע ניגונים מומלצים
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:31 am
דורך לעיקוואד
כידוע לכל, פאלט אמאל אריין ניצוצות הקדושים בין האומות והקליפות, מאכט זיך אמאל מטרעפט אז ספאלט אריין בין האומות ניגונים וואס וואלט ווען געפאסט פארן רבי'ן אליינס. וכידוע סיפורי צדיקים בזה.
דערפאר עפען איך דער אשכול געווידמעט אז ווער עס טרעפט עפעס א ניגון וואס איז מעורר, משמח, אדער סתם וואס זעהט אויס אז דער עולם קען הנאה האבען דערפון, אדער וואס ער אליינס האלט און האט הנאה דערפון, זאל ער עס דא אנצייכענען. ווער וייסט, אפשר וועט מען עס נאך זינגען ביים באטע איין ליל ש"ק..
(רוב וועלטליכע ניגונים קען מען טרעפן אויף יוטוב אדער ענליכע סייטס. ע"פ פסק מרן מלכא פוסק הדור הג"ר עובדיה יוסף שליט"א מעג מען הערן אויך ניגונים פון נשים כל שאינו ביודעה ומכירה באופן פרטי)
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:07 pm
דורך ענדע צדיק
ביים קומענדיגן שמחה וועט רבינו שליט"א טאנצן מצוה טאנץ אויף What doesn't kill you און Call me maybe.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:02 pm
דורך לאליפאפ
ניין! איך מיין די רבי גייט טאנצן אויף פלא-רידא
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:15 am
דורך ונבנתה העיר
שוין זייער לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול, א דאנק פאר החכם הכולל, הפילוסוף האלוקי ר' לעיקוואד, אשרי חלקך.
אסאך מאל באגעגן איך זיך מיט א ניגון אדער א תנועה וואס רירט אהן בדידוכה של נפש, די גאר אינערליכסטע טייל פונעם פאראיינציג'טן-זעהל וואס פארנעמט נישט קיין קאליר אדער דיסקריפציע, נישט איינמאל האב איך זיך געפונען פאר'דבקות'ט אין א הימלישע שיכרות.
וועליך פראבירן אנצוצייכענן עטליכע וואס כ'געדענק אויף די מינוט, געוויסע זענען א וידיאו וואו מען זעהט פרויען, בעהט איך אייך, באטראכט זיי נישט.
------------------
Czardas, האט א איטאליענישער קאמפאוזער געשריבן אין 1904, געבויעט אויפן
אונגארישן טאנץ-מוזיק-סטיל מיט'ן זעלבן נאמען, פרוי גאגא באנוצט זיך מיט טייל פון דעם ניגון אין איהר
Alejandro.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pK_sUfa4LU4[/youtube]
---------------
Por Una Cabeza איז א
Tango ניגון [א סטיל פון טענץ און איהר צוגעפאסטער מוזיק, ארגינעל פון דרום אמעריקע] געשריבן געווארן אין 1935, און איז אויך
געשפילט געווארן אין שינדלער'ס ליסט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=F2zTd_YwTvo[/youtube]
---------------
Somewhere Over the Rainbow איז א גאר באוואוסטער ניגון געשריבן אין 1939.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SAg9C0OQr8c[/youtube]
-------------
I Will Always Love You איז געשריבן געווארן אין 1974, עס איז אבער געווארן וועלט-בארימט דורך Whitney Houston ע"ה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=H9nPf7w7pDI[/youtube]
---------
שוין, נאך איינס פאר היינט,
Billie Jean פון דער קעניג פון פאפ
מיכאל יעקאבזאהן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LZ8ce4Jdp-Y[/youtube]
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:23 am
דורך משה געציל
יישר כח ונבנתה פאר דעם קאלעקציע!
איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער די נגונים פון פידלער אן די ראף זענען ווערט א באזונדערע אפהאנדלונג. טרעדישאן! עס ברענגט נאסטלאגישע זכרונות פונעם אלטן היים!
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:31 am
דורך ונבנתה העיר
משה געציל האט געשריבן:יישר כח ונבנתה פאר דעם קאלעקציע!
איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער די נגונים פון פידלער אן די ראף זענען ווערט א באזונדערע אפהאנדלונג. טרעדישאן! עס ברענגט נאסטלאגישע זכרונות פונעם אלטן היים!
אודאי, סאנרייז סאנסעט, איף איי וואז וכו'.
דא האביך צוגעברענגט די גאנצע מאווי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:51 am
דורך Espresso
ונבנתה העיר האט געשריבן:שוין זייער לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול, א דאנק פאר החכם הכולל, הפילוסוף האלוקי ר' לעיקוואד, אשרי חלקך.
אסאך מאל באגעגן איך זיך מיט א ניגון אדער א תנועה וואס רירט אהן בדידוכה של נפש, די גאר אינערליכסטע טייל פונעם פאראיינציג'טן-זעהל וואס פארנעמט נישט קיין קאליר אדער דיסקריפציע, נישט איינמאל האב איך זיך געפונען פאר'דבקות'ט אין א הימלישע שיכרות.
וועליך פראבירן אנצוצייכענן עטליכע וואס כ'געדענק אויף די מינוט, געוויסע זענען א וידיאו וואו מען זעהט פרויען, בעהט איך אייך, באטראכט זיי נישט.
עטס האטס מיך אויסגעכאפט, איך האב געוואלט עפענען א אשכול אזוי ווי אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים, האב איך געוואלט עפענען איינס וואס הייסט "ניגונים וואס מ'האט נאכנישט מגייר געווען".
און איך וועל צוברענגען די ניגונים וואס איך מיין ווען כ'וועל מיך דערמאנען.
דיין צווייטע קליפ איז פון על פאטשינאוס epic פערפארמענס אין די מאווי סענט אוו א וואמען, א געוואלדיגע ארבעט, און איינער פון מיינע בעסטע פילמס, פאר די וואס האבן ליב Burn notice, (נישט איך) איז די מיידל וואס עקט דאנא די זעלבע וואס עקט פיואנא אין בורן נאטיס.
וויטני יוסטאןס I will always love you איז א tear jerker, אבער דו קענסט עס דען זען זינגען ביי א קומזיץ? צומאל באגעגענט מען זיך מיט א ניגון וואס הערט זיך ווי פון משה גאלדמאן, אדער ניגוני חסידי פיסטבורג, און זיי ווארטן נאר איינער זאל זיי מגייר זיין. למשל
Seal און אסאך פון זיינע ניגונים הערען זיך זייער אידישלעך. איך קען מיך פונקט יעצט נישט דערמאנען קיין איינס, עס סון עז איך דערמאן זיך וועל איך עס דא ארויפלייגען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 5:19 am
דורך טעפל
ונבנתה העיר האט געשריבן:שוין זייער לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול, א דאנק פאר החכם הכולל, הפילוסוף האלוקי ר' לעיקוואד, אשרי חלקך.
אסאך מאל באגעגן איך זיך מיט א ניגון אדער א תנועה וואס רירט אהן בדידוכה של נפש, די גאר אינערליכסטע טייל פונעם פאראיינציג'טן-זעהל וואס פארנעמט נישט קיין קאליר אדער דיסקריפציע, נישט איינמאל האב איך זיך געפונען פאר'דבקות'ט אין א הימלישע שיכרות.
וועליך פראבירן אנצוצייכענן עטליכע וואס כ'געדענק אויף די מינוט, געוויסע זענען א וידיאו וואו מען זעהט פרויען, בעהט איך אייך, באטראכט זיי נישט.
ונבנתה אלעס קען איך מער ווייניגער פארשטיין אבער ווי קומט דא אריין דעם ניגון פון מיכאל יעקובזוהן??
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 6:03 am
דורך לעיקוואד
יייש"כ פאר די וואס האבען שוין געברענגט זייערע גרים. איך וועל צוצייכענען אפאר ניגונים וואס איך האב מעלה געווען במשך הזמן.
דאס איז א ניגון תפלה והתעוררות מרגש מאד, i need you to listen, עס איז עלה לגדולה זייענדיג דער ניגון פתיחה פונ'ם פילם
prayers for bobby.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uMb18BlgrMY[/youtube]
און דאס אז א ניגון שמחה, the universe is singing, עס קומט פון חסידי הרה"ק הגורו המפורסם מוהר"ר אושו זצ"ל. אין דער פילם זעהט מען טאקע ווי דער רבי מיט די חסידים טאנצן צו דער ניגון.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RGr6IiZrhZc[/youtube]
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:09 am
דורך טעפל
לעיקוואד האט געשריבן:
און דאס אז א ניגון שמחה, the universe is singing, עס קומט פון חסידי הרה"ק הגורו המפורסם מוהר"ר אושו זצ"ל. אין דער פילם זעהט מען טאקע ווי דער רבי מיט די חסידים טאנצן צו דער ניגון.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RGr6IiZrhZc[/youtube]
אוי דאס איז דאך געגאנבעט פון אונז!! פון אונזערע קינדער טעיפס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:03 pm
דורך גלות יוד
די אלע פריערדיגע ניגונים איז טאקע שיין אבער מ'קען עס נישט נאכזינגען ביי א אידישע שמחה איך וועל צולייגן דא ניגונים וואס כ'גלייב אז ווען מען ווייסט נישט וואלט מען געקענט מיינען אז עס איז גאנץ יודישלעך איך וואלט געגראמט דערמיט ביי א חתונה
הערט און האט הנאה
dark waltz א קליינע מיידל הערליכע ניגוןmusic of the night
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:14 pm
דורך משה געציל
לאמיר נישט פארגעסן פונעם
באליבטן טעטריס שפיל ניגון, ווער געדענקט נישט מיט וואס פאר א התלהבות דער רבי׳ פלעגט זינגן דעם ניגון?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:17 pm
דורך גלות יוד
נאך סחורה נישט ממש יודישלאך אבער שיין
winter nightshear our prayer דאס איז א מאווי סקאר אבער עס איז שיין (אגב איך מיין אז מאווי סקארס דארף א באזינדערע אשכול)
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 3:05 pm
דורך Espresso
דאס איז דאך Jackie Evancho וואס האט איבערגעראשט די וועלט ביי איר
אמעריקאס גאט טאלאנט אודישען, Watch and prepare to get blown away.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 4:45 pm
דורך גלות יוד
יא אמת אבער איך האב געוואלט ארויסברענגען די חלק פון די ניגון מילא האב איך נישט געשריבן וועגן דאס מיידל זעלבסט
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 6:06 pm
דורך טעפל
פון די פראנצויזישע פילם Les choristes א הערליכע ניגון:
http://www.youtube.com/watch?v=rEs1wtsw_IA
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:59 am
דורך ונבנתה העיר
אפאר לייכט-אפערא ניגונים.
דער בלינדער
Andrea Bocelli, פון די בארימסטע אפערא און קלאסיקל-מוזיק זינגער, זינגט זיין
Time to Say Goodbye, פון די מערסט-פארקויפטע סינגל'ס אין היסטאריע, צוזאמען מיט
Sarah Brightman.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QbN0g8-zbdY[/youtube]
------
און יעצט צוויי שטיקלעך פון דער גרויסער
Pavarotti מיט זיין אייביגן שמייכל.
דא זינגט ער
O Sole Mio [וואס מען האט אביסל גערעדט
דא], צוזאמען מיט
Bryan Adams.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5a0juQ0aeGI[/youtube]
און דא זינגט ער
La Donna È Mobile אין א מאווי, [
דא זינגט עס
Caruso - דער וועלטליכער יאסעלע].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xCFEk6Y8TmM[/youtube]
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:19 am
דורך טעפל
באצאלי קאן איך און פאוועראטי אויךך, אבער ווער איז דער קארסאו, קיינמאל געהערט?? אגב ער סאונד ריזיג.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:53 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס איז שייך צו זאגן, ליין אביסל דעם לינק וואס איך האב צוגעצייכענט.
קארוסאו [1873-1921] ווערט פארעכענט אלץ דער גרעסטער טענאר אין היסטאריע, דער ערשטער אינטערנעשינעל סטאר, און זיינס א רעקארד איז געווען די ערשטע צו פארקויפן איבער א מיליאן.
איינע פון יאסעלע'ס צונעמען איז געווען 'דער אידישער קארוסאו', יאסעלע'ס זוהן שרייבט אין זיין בוך אז ווען קארוסאו האט געהערט יאסעלע זינגען אלי אלי למה עזבתני אין קאנצערט, איז ער דערנאך ארויף אויפן סטעידזש און איהם געגעבן א קוש אויפן שטערן.
דא, ביי 5:25, קען מען זעהן א היסטאריש שטיקל וידיאו פון איהם.
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 4:16 am
דורך לעיקוואד
דער עולם קען דאס שוין מסתם, און מ'האט שוין גערעדט אפשר וועגן דעם, אבער דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון אויער די לעצטע פאר טעג, צייכען איך דא אן דער אלעמען באקאנטער ניגון my heart will go on פון דער מאווי titanic זאל זיין לשם ותפארת אין דער אשכול.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WNIPqafd4As[/youtube]
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 4:21 am
דורך דעת תורה
די סיבה פארוואס דער ניגון גייט דיר נישט ארויס פון די אויערן די לעצטע פאר טאג, איז זייער פשוט - אזויווי ס'איז דאך די ימי בין המצרים האסטו נאכנישט געהערט קיין פרישע ניגונים איז דיר דער ניגון געבליבן זשומען אין אויער...
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 4:40 am
דורך לעיקוואד
עוד י"ל, אז דער ניגון איז מבטא די געגועים פון כנס"י צום בוכ"ע אין די זמנים פון ריחוק ווי בין המצרים און זיי ווייסען אז דאך און דאך דער הארץ גייט ווייטער בבחי' אני ישנה ולבי ער..
every night in my dreams..
על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי..
my heart will go on and on..
יעצט אז מפארשטייט אזוי איז לכורה מותר צו הערן דער ניגון אויך אין בין המצרים עס איז דאך מעניני דיומא און מעורר געגועים און תשובה .
once more you open the door..
פתחתי אני לדודי..
פתחו לי פתח..
and my heart will go on and on..
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:46 am
דורך אביגדור
לא תהא שמיעה גדולה מראייה.