בלאט 1 פון 3

אקטועלע ראדיו סטאנציעס

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 4:50 pm
דורך ענדע צדיק
לאמיר פרובירן צוזאמצושטעלן א רשימה פון אקטיווע און אינטערעסאנטע ראדיו סטעישענס,
הגם יעדער האט ליב עפעס אנדערש, לאמיר אבער פרובירן צו שרייבן די וועלכע קען זיין אינטערעסאנט. און אויב איינער מערערע פרטים איבער א געוויסע סקעדזואל וכדומה, איז זיכער כדאי צו הערן.
ובזה החלי:

880 AM - דאבעל יו. סי. בי. עס.
נייעס ארום די זייגער
טראפיק און וועטער יעדע 10 מינוט אויף די 8
ווען ס'איז דא א יענקי געים האבן זיי לייוו די גאנצע געים (נישטא קיין נייעס און קיין טראפיק דאן)

1010 AM - טען טען ווינס
נייעס ארום די זייגער
טראפיק און וועטער יעדע 10 מינוט אויף די 1

1130 AM - בלומבערג ראדיו
נייעס און אינפאו ארום די זייגער,
טראפיק אויף די 5, (ס'איז נישט כסדר, איך האב נאכנישט אויסגערעכנט ווען יא און ווען נישט)

770 AM - דעבעל יו. עי. בי. סי.
א קאנסערוויטיוו טאלק שאו סטעישן,
12:00 ראש לימבאו
3:00 שאן העניטי
6:00 מארק לעווין
9:00 מייקל סעוויטש
11:00 דזאן בעטשלער

100.3 FM - זי. 100,
די מערסטע אויפגעכאפטע ניגונים סטעישן,
"אלל די היטס", די בעסטע ניגונים שפילן איינס נאכן צווייטן
ארום 7 אינדערפרי האבן זיי אינטערעסאנטע "פאון טעפס",
ארום 8 אינדערפרי האבן זיי שמועסן ארום סעקשואלע ענינים,

97.5 FM - דזעי ראוט - הידברות
א אידישע סטעישן, ארבעט נישט איבעראל נאר אין ברוקלין מיין איך
זייער אינטערעסאנטע פראגרעמס,
זיי האבן כסדר ניגונים, און שיינע שיעורים,
איך וועל בל"נ פרובירן צו שאפן די סקעדזואל פון די וואך.

ווער קען מוסיף זיין, ולמצוה ייחשב.

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:30 pm
דורך sefish
ענדע צדיק האט געשריבן:100.3 FM - זי. 100,
די מערסטע אויפגעכאפטע ניגונים סטעישן,
"אלל די היטס", די בעסטע ניגונים שפילן איינס נאכן צווייטן
ארום 7 אינדערפרי האבן זיי אינטערעסאנטע "פאון טעפס",
ארום 8 אינדערפרי האבן זיי שמועסן ארום סעקשואלע ענינים,

ווער קען מוסיף זיין, ולמצוה ייחשב.

The most listened to music station is WLTW 106.7 LITE FM

ולמצוה יחשב? וועלכע מצוה?..

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:52 pm
דורך יואליש
AM 820
WNYC'
Public Radio, and NPR news.
8:00 Morning Edition
9:00 BBC World Service, News Hour
10:00 Brian Lehrer
12:00 Leonard Lopate
1:00 Soundcheck
3:00 Terry Gross
4:00 All Things Considered

I've highlighted the shows that the hiemishe yingeliet may like, that is current events programming.

WNYC can also be listened to at
FM 93.9

On weekends they also air phenomenal shows like This American Life and On the Media. All programs are also available as a podcast.

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:54 pm
דורך sefish
WNYC' s shows are not all simulcasted on both AM and FM

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:01 pm
דורך יואליש
גערעכט. איך הער די עפ עם. און פון דארט קומט מיין אנגעגעבענע סקעדזושעל (פון זכרון פון די צייטן וואס כ'פלעג מער דרייווען.)

כ'זעה זאכן האבן זיך געטוישט אינמיטן טאג אן מיין רשות...

נאדיר א לינק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:38 pm
דורך Starbucks
יואליש האט געשריבן:AM 820
WNYC'
Public Radio, and NPR news.
8:00 Morning Edition
9:00 BBC World Service, News Hour
10:00 Brian Lehrer
12:00 Leonard Lopate
1:00 Soundcheck
3:00 Terry Gross
4:00 All Things Considered

I've highlighted the shows that the hiemishe yingeliet may like, that is current events programming.

WNYC can also be listened to at
FM 93.9

On weekends they also air phenomenal shows like This American Life and On the Media. All programs are also available as a podcast.


טערי גראס און לענארד לאופעיט (פערצופאל ביידע יידן, לאופעיט איז גראדע א לעבנסלענגליכער ווילאמסבורגער איינוואוינער) געפעלן מיר די מערסטע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:40 pm
דורך יואליש
זיי זענען דאך פון די בעסטע אינטערוואויער איך האב געהערט. נישט געוויסט לאופעיט וואוינט אין וומ"ס. דאווענט אין ראדני אדער הופער?

גראסס איז נישט קיין WNYC פראגראם, נאר פילידאלפיע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:45 pm
דורך sefish
ס'איז א NPR פראגראם

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:51 pm
דורך Starbucks
יואליש האט געשריבן:זיי זענען דאך פון די בעסטע אינטערוואויער איך האב געהערט. נישט געוויסט לאופעיט וואוינט אין וומ"ס. דאווענט אין ראדני אדער הופער?

גראסס איז נישט קיין WNYC פראגראם, נאר פילידאלפיע.


יא, זיי זענען ערשטקלאסיג! אן אינטערוויו ביי לאופעיט הערט זיך ווי אן אנגענעמע שמועס צוווישן גוטע פריינד. גראס, און לואפעיט, וויבאלד זיי זענען אויף צוהערער געשטיצטע צטאנציעס האבן זיי צייט זיך אינגאנצן אריינצולייגן אין אן עניין און איהם גרונטליך דורכטוהן. גראס רעדט ספעציעל רוהיג, געלאסן און מיט חן.

שמעו ותחי נפשכם

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:11 am
דורך יואליש
sefish האט געשריבן:ס'איז א NPR פראגראם


Fresh Air is an American radio talk show broadcast on National Public Radio stations across the United States. The show is produced by WHYY-FM in Philadelphia, Pennsylvania. Its longtime host is Terry Gross.

http://en.wikipedia.org/wiki/Fresh_Air

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:24 am
דורך משה געציל
מיין פעוואריט איז טשארלי ראוס אויף בלומבערג, ער איז פון די בעסטע אינטערוויאערס וואס איך האב אמאל געהערט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:37 am
דורך געפילטע פיש
Starbucks האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:זיי זענען דאך פון די בעסטע אינטערוואויער איך האב געהערט. נישט געוויסט לאופעיט וואוינט אין וומ"ס. דאווענט אין ראדני אדער הופער?

גראסס איז נישט קיין WNYC פראגראם, נאר פילידאלפיע.


יא, זיי זענען ערשטקלאסיג! אן אינטערוויו ביי לאופעיט הערט זיך ווי אן אנגענעמע שמועס צוווישן גוטע פריינד. גראס, און לואפעיט, וויבאלד זיי זענען אויף צוהערער געשטיצטע צטאנציעס האבן זיי צייט זיך אינגאנצן אריינצולייגן אין אן עניין און איהם גרונטליך דורכטוהן. גראס רעדט ספעציעל רוהיג, געלאסן און מיט חן.

שמעו ותחי נפשכם

איך פלעג אויסהערן די קאנסערוואטיווע טאלק שויס אויף 770 בשעת'ן דרייוון, אבער זייט איך האב אנגעהויבן אויסצוהערן NPR דרייוו איך סאך רואיגער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:35 am
דורך sefish
יא יא אבער גיב אבאכט נישט איינצושלאפן אינמיטן דרייוון,, געוויסע נוצן NPR פאר א סליפינג מאשין

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:36 am
דורך sefish
יואליש האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:ס'איז א NPR פראגראם


Fresh Air is an American radio talk show broadcast on National Public Radio stations across the United States. The show is produced by WHYY-FM in Philadelphia, Pennsylvania. Its longtime host is Terry Gross.

http://en.wikipedia.org/wiki/Fresh_Air

מילא?
פארשטיי נישט דיין פוינט

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:15 am
דורך sefish
WFAN איז א ספארטס סטעשען די מערסט אויפגעכאפטע שוי דארט ווערט אנגעפירט דורך מייק פראנסעסע פון 1 נאכמיטאג ביז 6:30. דעי סטאנציע איז אויך די פלעגשיפ פאר די ניו יארק מעטץ, די נ.י. דזשייענטס, ברוקלין נעטס און ניו גערסי דעוועלס.
ווען זייער שוואכערע קאנקורענט ESPN 1050 האט זיך אריבערגעצויגן צום FM דייל אויף 98.7, (1050 איז געווארן ספאניש ספארטס) האט די פען (660) זיי נאכגעשפרינגען קיין 101.9 FM. קען מען זיי יעצט הערן סיי אויף FM און סיי אויף 660 AM.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:37 am
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:זיי זענען דאך פון די בעסטע אינטערוואויער איך האב געהערט. נישט געוויסט לאופעיט וואוינט אין וומ"ס. דאווענט אין ראדני אדער הופער?

גראסס איז נישט קיין WNYC פראגראם, נאר פילידאלפיע.


יא, זיי זענען ערשטקלאסיג! אן אינטערוויו ביי לאופעיט הערט זיך ווי אן אנגענעמע שמועס צוווישן גוטע פריינד. גראס, און לואפעיט, וויבאלד זיי זענען אויף צוהערער געשטיצטע צטאנציעס האבן זיי צייט זיך אינגאנצן אריינצולייגן אין אן עניין און איהם גרונטליך דורכטוהן. גראס רעדט ספעציעל רוהיג, געלאסן און מיט חן.

שמעו ותחי נפשכם

איך פלעג אויסהערן די קאנסערוואטיווע דאלק שויס אויף 770 בשעת'ן דרייוון, אבער זייט איך האב אנגעהויבן אויסצוהערן NPR דרייוו איך סאך רואיגער.


מיר אלע האבן געמאכט דעם טויש, האבן מיר נישט? נאכדעם כאפט מען זיך אז אויף 770 האט מען קיין אימפארמאציע נישט געהערט, בלויז דעמאגאגיע איבערגע'חזר'ט טאג טעגליך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:44 pm
דורך ענדע צדיק
sefish האט געשריבן:ולמצוה יחשב? וועלכע מצוה?..

עזוב תעזוב... ארויסהעלפן אידן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:43 am
דורך זר זהב
אסאך קענען זיין שטימע גאר גוט. אבער בעיקר איז איטערעסאנט וואס ער ווייזט וויזוי די 'סאונדערס' ארבעטן ביי די העדליין נייעס. דאס איז די נייערע סאונדערס וואס 1010 האט איינגעשטעלט עטליכע יאר צוריק. די טראפיק סאונדער האבן זיי אבער אביסלע שפעטער נאכאמאל אפדעיטעט. דאס וואס מ'הערט דא ביי טרעפיק האט אנגעהאלטן נאר אפאר וואכן. עניוועי... לי הערריס:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NRkY8MeCxIY[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:01 pm
דורך זר זהב
האט איר געוויסט? ס'דא א ערליכע אידישע סטאנציע אויף 95.3 FM, מוזיק (גלי ירושלים) ס'קומט אריין גאנץ גוט. יעצט שפילן זיי נאר ספירה טעיפס. פריער האביך געהערט אהבה רבה... זייער שיין.

95.3 עפ עם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
אידישע ראדיו מכונה ק"מ.
האט טעגליך פרישע ווארע בערך 11 צופרי און 8טע ביינאכט, און נאך פארשידענע אפציעס.
הערט און האט הנאה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:23 pm
דורך זר זהב
הארצן גערן...

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:35 pm
דורך דעמאקראטיע
770 האט אינדערפרי 5-6
נועם לעיטן נייעס טרעפיק אין וועטער

6-10
דער לץ דאן אימת מיט זיינע תלמידים
ווארנער וואלף : ספארטס,
קאנעל מעקשעין: נייעס.
דעיגן מעקדאול: ביזנעס נייעס.
בערנרד מקגוירג: אינטערטיעמענט בריעפינגס,
אינטערעסאנטע אינטערוויאס,
דעי שאו ווערט סיימולקעסט אויף די פאקס ביזנעס נעטווארק

10-12
העלראדאו רעווערע מיט דעם אויבנדערמאנטער נועם לעיטן

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 8:40 pm
דורך זר זהב
פיל מאשניק קריטיקירט NPR.

http://www.nypost.com/p/entertainment/t ... gKBlQgcB8N