את נאקת בני ישראל!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:49 pm
מיין קאפ צושרויפט,
ווי זאל איך איר דרייען
מחשבות, שנעלער ווי מיר, לויפט
איך בין צושפאלטן אין צווייען
וגם אני שמעתי, קלאנגן
עס שטעלט זיך ביי מיר די האר אויף
איך בין געבינדן און געפאנגען
צווישן לאגיק און פאנטאזיע איך לויף
קען עס דען זיין איך קלער
זיכער, באקום איך אן ענטפער
עס איז דאך נישטא קיין וואלד און קיין בער
איך שלאג אפ מיינע דיעות, ווי א העלדישע קעמפער
איך זוך צו דערגיין
באלד מוז איך זוכן מיין געוויסן
איך שפור אויף מיין הארץ א שטימע שטיין
ווער איז נאך נארמאל, און נישט צוריסן
איך יאמער אין ווייטן אייביגקייט
מיין קול ווערט נישט דערהערט
איך בין צופראסקעט, כאטש קאמפסגרייט
מיין מנוחה אינגאנצן צושטערט
א טרערל וואלט מיר יעצט גוט גענוצט
מיין קוואל איז אבער טרוקן
אלע פליסיגקייט אויסגעשוויצט
אט גיי איך מיך דערשטיקן
איך שרייב הרגישים, א פוסטע ליד
אן קיין אנהויב, אן קיין סוף
אן אויסגענאגטע נשמה, צוקראכן און מיד
זי וועט בארואיגן מיין גייסט, איך האף
דערגרונטעווען דעם אמת, איז עס מעגליך
עס דרוקט מיר דער שאלת המיליון
איך לייג מיך און שטיי אויף טעגליך
אומפארענטפערט, צום קריי פון האן
אוי לנו מיום הדין, מיום התוכחה
א פחד א שרעק זעקת הנערה
הזאת נעמי, איז געטון געווארן כהלכה
אדער גאר מהפך געוועהן על פיה הקערה
איז עס דער ס״מ ולילית וחיילותיו
אנטקעגן כל הקודש לנו?
אדער איז א יחיד נושא אלומותיו
אפצאלן א תאווה פונעם יצר סוכן בנו?
איז עס צדק ויושר קעגן אומרעכט
ואלה הצאן מה חטאו
אדער א מלחמה מיט גוט, פון שלעכט
וגם נבנו עושי רשע, בחנו אלקים וימלטו
און ווי זענען אונזערע רועים
איבערגעלאזט די שאף
במדבר שממה אנו תועים
וועלן זיי זיך דערוועקן פון שלאף?
מה בצע, כי שמרנו
זיי האבן סייווי פראפאגאנדע
לצנו, מרדנו, סררנו
פארהוילן ניטאמאל דעם פנים פאר שאנדע
גרויסע פליגער׳ס מענטשן
זיך שלאגן מיט הערצעל׳ס מדינה
טאנצן מיט גרויסע פארענטשן
מען וויילט אונטער טייטלביימער טאקע א בשורה מרנינה
אין די הייסע מקומות אפרוה
אוועק פונעם פראסטיגן וועטער
די תפיסות דערווייל פול, המבלי
לאנג זאל לעבן אנקל סעם, דער פעטער
איך פארשטעק מיין קאפ אינעם קושן
ווי דער בת היענה פון אירע אנגרייפער
אפשר דער בעל החלום וועט מיר דערפרישן
און איך וועל זיך דערוועקן מיט פרישע אייפער
ווי זאל איך איר דרייען
מחשבות, שנעלער ווי מיר, לויפט
איך בין צושפאלטן אין צווייען
וגם אני שמעתי, קלאנגן
עס שטעלט זיך ביי מיר די האר אויף
איך בין געבינדן און געפאנגען
צווישן לאגיק און פאנטאזיע איך לויף
קען עס דען זיין איך קלער
זיכער, באקום איך אן ענטפער
עס איז דאך נישטא קיין וואלד און קיין בער
איך שלאג אפ מיינע דיעות, ווי א העלדישע קעמפער
איך זוך צו דערגיין
באלד מוז איך זוכן מיין געוויסן
איך שפור אויף מיין הארץ א שטימע שטיין
ווער איז נאך נארמאל, און נישט צוריסן
איך יאמער אין ווייטן אייביגקייט
מיין קול ווערט נישט דערהערט
איך בין צופראסקעט, כאטש קאמפסגרייט
מיין מנוחה אינגאנצן צושטערט
א טרערל וואלט מיר יעצט גוט גענוצט
מיין קוואל איז אבער טרוקן
אלע פליסיגקייט אויסגעשוויצט
אט גיי איך מיך דערשטיקן
איך שרייב הרגישים, א פוסטע ליד
אן קיין אנהויב, אן קיין סוף
אן אויסגענאגטע נשמה, צוקראכן און מיד
זי וועט בארואיגן מיין גייסט, איך האף
דערגרונטעווען דעם אמת, איז עס מעגליך
עס דרוקט מיר דער שאלת המיליון
איך לייג מיך און שטיי אויף טעגליך
אומפארענטפערט, צום קריי פון האן
אוי לנו מיום הדין, מיום התוכחה
א פחד א שרעק זעקת הנערה
הזאת נעמי, איז געטון געווארן כהלכה
אדער גאר מהפך געוועהן על פיה הקערה
איז עס דער ס״מ ולילית וחיילותיו
אנטקעגן כל הקודש לנו?
אדער איז א יחיד נושא אלומותיו
אפצאלן א תאווה פונעם יצר סוכן בנו?
איז עס צדק ויושר קעגן אומרעכט
ואלה הצאן מה חטאו
אדער א מלחמה מיט גוט, פון שלעכט
וגם נבנו עושי רשע, בחנו אלקים וימלטו
און ווי זענען אונזערע רועים
איבערגעלאזט די שאף
במדבר שממה אנו תועים
וועלן זיי זיך דערוועקן פון שלאף?
מה בצע, כי שמרנו
זיי האבן סייווי פראפאגאנדע
לצנו, מרדנו, סררנו
פארהוילן ניטאמאל דעם פנים פאר שאנדע
גרויסע פליגער׳ס מענטשן
זיך שלאגן מיט הערצעל׳ס מדינה
טאנצן מיט גרויסע פארענטשן
מען וויילט אונטער טייטלביימער טאקע א בשורה מרנינה
אין די הייסע מקומות אפרוה
אוועק פונעם פראסטיגן וועטער
די תפיסות דערווייל פול, המבלי
לאנג זאל לעבן אנקל סעם, דער פעטער
איך פארשטעק מיין קאפ אינעם קושן
ווי דער בת היענה פון אירע אנגרייפער
אפשר דער בעל החלום וועט מיר דערפרישן
און איך וועל זיך דערוועקן מיט פרישע אייפער