פאעמע/ דאס בלעטל מיין שפיגעל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
פאעמע/ דאס בלעטל מיין שפיגעל
אמאל בינעך געוועהן אויפ׳ן בוים
היינט אפגעפליקט
דאן געלעבט, היינט קוים קוים
אט ווער איך דערשטיקט
אמאל געמאכט א שאטן
היינט בינעך א טעפיך
עס איז מיר נישט געראטן
איך בין צוטרעטן פון פילע שוך
אמאל געזינגן און געשפרינגן
אינאיינעם מיט מיינע פריינט
היינט, פארשניטן מיין לעבן די יונגן
ווי קען איך פארטוישן דעם נעכטן אויף היינט
גליקליך געמאכט גערודער
דארט אויבן אויפ׳ן צווייג
צוזאמען מיט מיינע ברודער
היינט מאך איך א שווייג
דער ווינט האט מיר אזוי ווארעם גע׳גלעט
אז ירננו עצי היער
איך האב געהאט א היים, א בעט
היינט בינעך ווי א היימלאזע נער
איך האב געלאזט דעם ווינט מיר כאפן
זיך נישט שטארק אנגעכאפט אין מיין שטאם
ער האט מיר שיין גענומען ביים באקן
און דערנאך מיר פארלאזט איינזאם
פארוואגלט, אין גלות אן קיין וועג צוריק
שטיי איך על אם הדרך
קיינער גיבט נישט אויף מיר קיין בליק
איגנארירט, איזאלירט וועם שטער-איך
איך דין שוין פאר קיינעם נישט אלס בלעטל
איך בין ליבערשט א שטיקל שמוץ
איך מעג זיצן אינמיטן שטעטל
פארט, פאר קיינעם קום איך נישט צוניץ
איך שריי, מיט א דערשטיקטע קול
קיינער קערט נישט קיין אויער
פארוואס זיך אפשטעלן איינער זאל
און באמערקן מיין איינזאמע טרויער
איך פרוביר צו טון א באוועגונג
איך קען אבער נישט רירן קיין אבר
מיין גאנצע וועזן איז א פארלעמונג
אט דא, האב איך געטראפן מיין קבר
מיין בוים וועט נאך פילע בלעטער געבוירן
נייע וועלן אויף מיין פלאץ אויסשפראצן
איך, בין אבער אויף אייביג פארלוירן
אין פוסטער אייביגקייט בלויז גלאצן
איך בין געלאפן צו מיין גליק
אזוי האב איך געקלערט
דערווייל האבעך געכאפט א רוק
און מיין טויט אליין זיך דערקלערט
איך באזינג מיין אייגענעם שיקזאל
איך זאג מיין אייגענעם הספד אליין
איך נוץ נאר דעם בלעטל אלס משל
אלס גרינגער צו באוויינען יענעם׳ס געביין
מיין מציבה ווערטער טוה איך אויך איצט קריצן
איך דארף קיינעם׳ס ליגענט געשריבן
מיין טראגעדיע קען איינעם אפשר נוצן
וועט כאטש עפעס זיין פון מיר פארבליבן
אויך מיין געדאנק שטעלט זיך שוין איצט
איך שטעל אוועק מיין פעדער דעריבער
איך זעה שוין אפילו מיין שבעה, וואס קיינער זיצט
איך בין פארגאנגען, פארגעסן, און אריבער!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמאן דזשוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א מייסטער ווערק!
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:
יראו כל עובר החרות על הלוחת
האיש אשר עמד לנס והיה כשושן פורחת
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת
נא שימו על לבבכם ושובו בתשובה ניצחת
תפילה תרבו בעדו לאלהי הרוחות
נפשו אליו תאסוף ובל תהי נידחת
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יאיר האט געשריבן:א מייסטער ווערק!
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:יראו כל עובר החרות על הלוחת
האיש אשר עמד לנס והיה כשושן פורחת
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת
נא שימו על לבבכם ושובו בתשובה ניצחת
תפילה תרבו בעדו לאלהי הרוחות
נפשו אליו תאסוף ובל תהי נידחת
תודה רבה הרב יאיר, שמאיר עינינו בידיעותיו המפיקות אור
א הערליכע צושטעל
ווי קען איך זעהן ס׳גאנצע מציבה?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:עס איז וואס עס איז
לעמאן, דיין פאעם איז הערליך, אין דיין תירוץ אויף קופערניקעס'ס שאלה, איז זיס. עס איז וואס עס איז = דאס האב איך געשריבען אין איך ווייס אליין נישט וויפעל עס דינט פארן כלל, אין וויפיל עס דינט פארן אייגענעם פרט.
וכפטיש יפוצץ סלע, אפ"ל אז דער גרויסער ענטפער אויף די ווייטאג פין יסורים אין צער, איז acceptance. עס איז וואס עס איז. אונזער צער איז אייביג אז די ריאליטי דערגרייכט נישט דאס וואס מיר עקספעקטן. קיינער איז נישט בצער אז ער קען נישט פליען ווי א פייגעל, ווייל ער עקספעקט דאס נישט. אבער יעדער איז בצער אויב ער ווערט ל"ע פארקריפעלד אין ער קען נישט גיין אויף די פיס. ווייל גיין אויף די פיס עקספעקט ער יא.
אוודאי איז די נאטור פין א מענטש אנצונעמען [אין דעריבער עקספעקטן] אז זאכען וועלן זיין ווי נעכטען. אבער ווען די מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש, דארף מען פשוט אנערקענען אז דאס זענען די פאקטן.
אויב איז אמת אז די גאנצע מושג פין צער איז ווייל עס דערגרייכט נישט מיינע עקספעקטעישאנס, איז דאך די מינוט איך האב שוין נישט די עקספעקטעישאן, די מינוט איך זעה בעיני שכלי אז די פאקט איז אנדערש, איז בהכרח אז עס איז שוין נישטא קיין צער.
עס איז וואס עס איז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מוח שליט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
מח שליט, דיין געדאנק איז זייער ריכטיג און לויטער
דאס איז אבער באגרעניצט צו ווייטאגן, אומשטענדן, און פעלער וואס דער ווייטאג איז העכער פון מענטשליכן כח עס אפצוהאלטן אדער צו טוישן, למשל; ער קריגט קענסער ל״ע....דאן איז טאקע דער איין איינציגע עצה ׳אננעמען, וויזוי ס׳איז, אלס דאס בעסטע וואס שייך׳
בנוסף לזה, נאכ׳ן אננעמען די געשאפענע לאגע וויזוי ס׳איז איז דא נאך פארשידענע בארואיגונגס פילן וואס קענען זיין בייהילפיג; א׳ אמונה בה׳ ב׳ אמונה בשכר ועונש ג׳ אמונה בעלמא דקשוט ד׳ קוקן אויף מענטשן מיט ערגערע אומשטענדן ה׳ טרעפן די גוטע זאכן
דאס אלעס איז בלויז ביי פעלער וואס דער באטראפענע איז הילפלאז און איז גארנישט אליין שולדיג...
מה שאינו כן, אין אומשטענדן וואס דער מענטש האט זיך אליין אריינגעברענגט, וואס דער מענטש איז הויפטזעכליך אליין שולדיג אויף זיינע טאטן און שלעכטע אויסוואל וואס האט אים געברענגט די ענגשאפט....דאן איז גאר אן אנדערע מעשה
דאן באוויינט ער זיך, באשולדיגט ער זיך, עגבערט זיך, דאן טרעפט ער צומאל א בלעטל אויף דער ערד צושטויסן און קוקט זיך איין דערין ווי אין א שפיגל!
אויב מען האט מזל און מען באקוקט גוט דעם מצב און מען פרובירט נישט באשולדיגן יעדן אויסער זיך...

אויף אן אמת גערעדט. מיר פארשטייען קוים די מושג פין בחירה. מיר האלטען דאך גאנץ פשוט אז ווען איך זאל האבען ממש די זעלבע תכונות הנפש ווי יענעמס, אין אויך די זעלבע מקרים וואס יענער האט, וואלט איך נישט געווען אנדערש ווי יענעם. איז דאך אויב אזוי אלעס פשוט תלוי אין מיין תכונות הנפש וואס איך בין געבוירען אין די מקרים וואס געשעהט מיט מיר.
די גאנצע ענין פין בחירה איז לכל היותר ביי עפעס א געוויסע נקודת הבחירה. מיר פארשטייען דאך אז דער קינד אין הארלעם פין א סינגעל מאם, א דראג עדדיקט האט אן אנדערע נקודות הבחירה ווי איך אין די.
מיר ווייסען נישט אונזער נקודות הבחירה. איז אויב אזוי ווי איז די שכל זיך צו באשולדיגען. עס איז א ליגענט וואס מען לערנט אונז אויס אז עס איז א שיינע נאבעלע זאך זיך צו באשולדיגען. אין עס איז קעגן די שכל.
פליז טו דאס נישט צו דיר.
נאר זעהן אין זיך "נקודות טובות".
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
ביזט גערעכט און נישט גערעכט בענעזאם
פרעגסט גוט, זוכסט די נקודת הבחירה...
קודם וואלט איך געוואלט וויסן צו ווען די גלייכסט דיין מעמד אין וועלט מחמת דיינע מעשים טובים און האראוואניע, און עס צאלט זיך דיר אפ אין פארעם פון געלט, גוטע קינדער, א גוטע ווייב און נאך; זינגסטו דאן אויך דעם ניגון ׳איך זוך ארום די נקודת הבחירה׳
איז עס נישט קיין ׳דאבל סטענדערט׳ אוחז החבל בשני ראשים!
ר׳ אביגדור מיללער פלעג שוין ציניש אנצייגן אויף מענטשן וואס בעת עס גייט זיי גוט רעדן זיי וועגן די ארבעט וואס האט געברענגט פירות, און ווען חלילה שלעכט קרעכצט מען ׳ס׳איז אזוי באשערט׳ ליצים

שמעקעדיג האט געשריבן:ואני בעניי האב געמיינט אז דו באזינגסט דא וועבערמאן... אביסל אראפצוגעבן ווי אזוי ער פילט, וואס ער טראכט... עס שטימט דאך יעדע ווארט..
וואס זאלעך טאן, מיין קאפ ענדיגט נישט טראכטן פון וועבערמאן, ס'איז הימל און ערד און וועבערמאן. און דעריבער זעה איך וועבערמאן אין אלעמען.
איך הער,
איך גראדע זעה נישט וו״ב אין קיין ווארט
אים איז ליידער סך סך שווארצער פון שווארץ
כאב אויף אים נאכנישט קיין פאסיגן משל, אפשר כף הקלע
השם ירחם!
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס, איך ווייס.
אבער איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דו זעסט נישט וואס איך זעה.
א מענטש געווען ברום המעלה מיט פיינע משפחה ארום, איז געווארן ווי אן אראפגעפאלענער בלעטל אן קיין שום צוקונפט און זעהט דעם טויט פאר די אויגן.
(איך אין זיין מצב וואלט געוואלט היינט שטארבן, ה"י).
געוויס זעה איך וואס דו זעהסט...איך האב געמיינט צו זאגן אז מיין פאעמע באצייכנט נישט זיין ביטערן שיקזאל, ווייל זיינס איז פיל שלעכטער!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ביזט גערעכט און נישט גערעכט בענעזאם
פרעגסט גוט, זוכסט די נקודת הבחירה...
קודם וואלט איך געוואלט וויסן צו ווען די גלייכסט דיין מעמד אין וועלט מחמת דיינע מעשים טובים און האראוואניע, און עס צאלט זיך דיר אפ אין פארעם פון געלט, גוטע קינדער, א גוטע ווייב און נאך; זינגסטו דאן אויך דעם ניגון ׳איך זוך ארום די נקודת הבחירה׳
איז עס נישט קיין ׳דאבל סטענדערט׳ אוחז החבל בשני ראשים!
ר׳ אביגדור מיללער פלעג שוין ציניש אנצייגן אויף מענטשן וואס בעת עס גייט זיי גוט רעדן זיי וועגן די ארבעט וואס האט געברענגט פירות, און ווען חלילה שלעכט קרעכצט מען ׳ס׳איז אזוי באשערט׳ ליצים
איך קען נישט צופיל מענטשען וואס טראכטען אז זייער גיטע מעמד איז מכח זייער מצוות ומעשים טובים. איך קען יא מענטשען וואס טראכטען אז ס'איז מכח זייער חכמה אין געלונגענקייט. נו עס קען זיין אז עס איז אמת. א גיטע קאמפיוטער ברענגט בעסערע רעזולטס. די פראבלעם פין גאוה איז אז ער געבט קרעדיט אין די ראנג פלאץ. ער דארף וויסען די פאקט אז זיין קאר איז גאר א שנעלער אין ער וועט קענען אנקומען שנעל. ער דארף אויך וויסען אז זיין קאפ איז גאר א גיטער אין ער קען אנקומען מיט דעם ווייט. אבער מיט אביסל טראכטען פארשטייט ער דאך אז די גיטע קאפ האט ער באקימען א פרעזענט. אבער ער איז עס אומשכלדיג מייחס צו זיין קרעדיט. עס האט נישט קיין שייכות מיט נקודת הבחירה עס איז פשוט א טעות בולט.
אבער אז מען רעדט שוין יא פין דאבעל סטענדערדס, וויל איך פרעגן. פארוואס פארלאנגען אלע מוסר זאגערס אז מיר זאלען זיך נישט גרויס האלטען מיט אונזערע גיטע מעשים, אבער בו בשעה זאלען מיר מתאבל זיין אויף אונזערע שלעכטע?
פארוואס פארלאנגט מען אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטען אויף זיינע חסדים אבער ווען ס'איז דא א צער טאר מען נישט ח"ו האבען טענות?
כ'האב א מהלך בנוגע דעם אייבערשטען, אבער אבער איך וויל הערן דיינס.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א מייסטער ווערק!
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:יראו כל עובר החרות על הלוחת
האיש אשר עמד לנס והיה כשושן פורחת
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת
נא שימו על לבבכם ושובו בתשובה ניצחת
תפילה תרבו בעדו לאלהי הרוחות
נפשו אליו תאסוף ובל תהי נידחת
תודה רבה הרב יאיר, שמאיר עינינו בידיעותיו המפיקות אור
א הערליכע צושטעל
ווי קען איך זעהן ס׳גאנצע מציבה?
האדם לא נברא אלא להתענג
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מוח שליט האט געשריבן:אבער אז מען רעדט שוין יא פין דאבעל סטענדערדס, וויל איך פרעגן.
פארוואס פארלאנגען אלע מוסר זאגערס אז מיר זאלען זיך נישט גרויס האלטען מיט אונזערע גיטע מעשים, אבער בו בשעה זאלען מיר מתאבל זיין אויף אונזערע שלעכטע?
פארוואס פארלאנגט מען אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטען אויף זיינע חסדים אבער ווען ס'איז דא א צער טאר מען נישט ח"ו האבען טענות?
כ'האב א מהלך בנוגע דעם אייבערשטען, אבער אבער איך וויל הערן דיינס.
פשוט ווי מען לערנט אונז, אילולי הקב"ה עוזרו לא יכול לו, ממילא איז דער קרעדיט נישט אונזערס,
און די חסדים ווייל דער בורא וויל נאר "להטיב לברואיו", און מאתו לא תצא הרעות, דער חטא איז גאר מעניש, אין הנחש ממית אלא החטא, כמשה"כ תיסרך רעתך.
אודאי קענסטו דאס אפפרעגן, אבער דאס לערנט מען אונז אויס אין די יונגע יארן.
דו אליין שרייבסט דאך דאס אין אן אנדער אשכול:
נפש החיים - שער א - פרק יב
ולכן ארז"ל (ב"ק נ' ע"א) כל האומר הקב"ה וותרן הוא יותרו חייו כו'. וכ"ה בירושלמי פ"ה דשקלים ובב"ר פס"ז ובתנחומא פ' תשא ובש"ט תהלים. ולכאורה יפלא. הלא אפי' אדם איש חסד מתנהג במדת ותרנות, אמנם הוא כמש"ל. שאינו על דרך העונש ונקימה ח"ו.רק חטאים תרדף רעה שהחטא עצמו הוא עונשו
וירח ה' את ריח הניחוח