בלאט 1 פון 1

קאמפעטישען מיט מיין boss?

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:44 pm
דורך נולד מאוחר
איך ארבייט שוין אפאר יאר ביי א פלאץ. איך האב ארויס מער וויניגער די גאנצע ביזנעס.
איך קלער פון מאכן שבת פאר זיך .
איז עס יושר צי נישט?
איך גיי קאמפיטען און די זעלבע געגענט ווי מיין בעל בית. אבער ח''ו נישט גיין דיירעקט צי זיינע קאסטעמרס.
איך גיי נישט זיין די איינציגסטע קאמפעטישען, ס'דא נאך.
ער האט זיך גארנישט אויסגענימען מיט מיר ווען כ'האב גענימען די דזשאב.
ער פירט זיך אויף זייער גוט צי מיר .

די צד אויף נישט איז קלאר ס'איז נישט מענטשליך.
מיין צד אויף יא איז וויבאלד ביזנעס היינט איז אויסגעשטעלט.אויף דעם אויפן בכלל.
למשל עס עפענט זיך א אויפן זעלבען גאס ווי ס'שוין דא איינס. איז קלאר אז די ערשטע בל בית וועט ליידן דערפון און ער קען האבן א טענה צים נייעם גראסערי היתכן?
פארשטייט יעדער דאס ביזנעס און אזא גייט די גאנצע ביזנעס וועלט.
די זעלבע וויל איך טענה'ן און מיין קעיס .
וואס האלט די עולם?

כ'האב פארגעסען נאך איין נקודה. ווען זאל זיך אויסנעמען פארדעם מיט מיר אז איך טאר נישט אריינגיין און די זעלבע ליין וואלט איך אויך גענימען די דזשאב.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:12 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין אז ס'איז נישט מענטשליך.
ווען א צווייטער קאמפעטישאן עפנט, איז איין זאך,
אבער אפבייסן די האנט (למחצה לשליש ולרביע) וואס האט דיר געפיטערט יארן?
ווי אזוי וואלסטו ליב געהאט ווען דיין ארבייטער טוט דאס פאר דיר?

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:24 pm
דורך ברסלבער
איך האב מיטגעהאלטן אזא מעשה, און דארט איז דער ארבעטער געווען מענטשליך און ער האט זיך דורכגערעדט מיטן בעל הבית אליין, (ס'איז אויך נישט געווען אויסגענומען פון פאראויס אז ער טאר נישט) און זיי האבן זיך מפשר געווען אז ער וועט עפענען א ענליכע זאך, ס'איז די זעלבע משפחה אבער עס אדרעסירט צו אביסל אנדערע סארט קאסטומער'ס, והכל על מקומו יבא בשלום, און ביידע האבן טאקע זייער מצליח געווען.

נאר איין זאך פארגעס נישט אז ווען דו נעמסט ארבעטערס זאלסטו געדענקען זיך אויסצונעמען אז זיי זאלן נישט עפענען פאר זיך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:38 pm
דורך קאמפיאטער
איך וואלט געזאגט זאלסט דיר מיט אים דורך רעדן שיינערהייט, אויב עס וועט אים נישט שמעקן וועט ער דיר זיכער געבען א שיינע רעיס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:25 am
דורך היימישער ליטוואק
איך גיב דיר :like פשוט פארן פרעגן אליינס. דאס ווייזט אז דו ביסט ארענטליך און איבערגעקלערט, נישט איינער וואס טוט און דערנאך טראכט ער אדער האט חרטה.
מיין מיינונג בנוגע דיין שאלה: דסני לך לחברך לא תעביד.
מאך א חשבון וויפיל דו קענסט אליינס פארדינען, קודם זעה צו די מאכטס סענס בכלל, וואס איז דער געפ צווישן דיין פעי-טשעק ביז די ריזאנעבל געלט וואס דו וועסט פארדינען ווען דו ביסט אליינס.
דאן שמועס דיך אדארך מיטן בעה"ב בבחינת "מתי אעשה גם אנכי לביתי?" אפשר וועט ער דיר געבן א רעיז סאו וועט דער חילוק שוין נישט זיין אזוי גרויס. אפשר וועט ער דיר מסביר זיין פארוואס איהם קאסט דאס אזויפיל ממילא איז גארנישט דא אזויפיל ביינדלאך אפצולעקן.
און אפשר וועט ער דיר אפפערן עפעס א שטיקל שותפות, למחצה לשליש ולרביע, אזוי אז איר ביידע וועט הנאה האבן.
ווער ווייסט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:35 am
דורך משה געציל
שוין, ס׳איז מיר גוט... דער נולד רעדט זיך נעבעך איין אז איך דארף אים האבן...

איך האב אמאל גערעדט מיט א בעל בית פון א גרויסע ביזנעס, האט ער מיר געזאגט אז ער זיכט דירעקט ארבעטער וואס האבן אין פלאן אליינטס אריינצוגיין אין ביזנעס. ער טענה׳ט אז אזעלכע ארבייטארער טוהן די בעסטע ארבעט ווייל זיי ווילן עס באמת קענען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:48 am
דורך טעפל
משה געציל האט געשריבן:שוין, ס׳איז מיר גוט... דער נולד רעדט זיך נעבעך איין אז איך דארף אים האבן...

איך האב אמאל גערעדט מיט א בעל בית פון א גרויסע ביזנעס, האט ער מיר געזאגט אז ער זיכט דירעקט ארבעטער וואס האבן אין פלאן אליינטס אריינצוגיין אין ביזנעס. ער טענה׳ט אז אזעלכע ארבייטארער טוהן די בעסטע ארבעט ווייל זיי ווילן עס באמת קענען.

פארשטייט זיך אז נישט אלעמאהל איז אזוי, איך קען אפאר חברה ווסא הרבען געארבעט אין הארדווער סטאר וואס איין שיינע טאג געעפנט א אנדערע סטאר אין אן אנדערע געגענעט און אפילו זיי טענען אז ס'איז א אנדערע געגענט נאך אלץ קומען אסאך אלטע קאוסטעמערס -קאנטרעקטער'ס וכדומה צו זיי ווייל זיי זענען געוועהן די מומחים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:58 am
דורך איחוד פעלד
מען מעג גיין פארזיך, און מען דארף גיין פאר זיך.

פארען פרעגען אליין דארף מען דיך אריין פראקען.

ווען די וועסט ווערען עלטער און די וועסט דארפען הון תועפת און די חילוק פין יא האבען אסאך געלט צו נישט מיינט האבען מנוחת הנפש אדער נישט און די וועסט דיך ווינדערען זו תורה וזו שכרה?


האסלט טאקע אז דיין בעל הבית האט נישט געטוהן דאס זעלבע?

פרעג דיך נאר עאך ווי ער האט אנגעהויבען!!!!
און פין הימעל וועט מען לאכען פין דיר, ביסט געוועהן א wuss, האסט געהאט די מעגליכקייט, און די האסט נישט אויסגעניצט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:47 am
דורך איך אויך
אויב ביסטו א פרומער איד (ובפרט א חסידישע) זאלסטו עס זיכער טוהן, אזוי ווי אלע אומענטשן וואס עפענען די זעלבע געשעפט צוויי גאסן ארויפציער נאכדעם וואס זייער בעה"ב האט זיי געגעבן 5 יאר טרענינג און אלעס אויסגעלערנט.

תכלית, איך שלא יהיה פון זיך דארכרעדן מיט דיין באסס וועסטו זיכער נישט דערלייגן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:54 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:אויב ביסטו א פרומער איד (ובפרט א חסידישע) זאלסטו עס זיכער טוהן, אזוי ווי אלע אומענטשן וואס עפענען די זעלבע געשעפט צוויי גאסן ארויפציער נאכדעם וואס זייער בעה"ב האט זיי געגעבן 5 יאר טרענינג און אלעס אויסגעלערנט.

תכלית, איך שלא יהיה פון זיך דארכרעדן מיט דיין באסס וועסטו זיכער נישט דערלייגן.

לכאורה איינער וואס ארבעט ביי יענעם אפאר חדשים און לערענט זיך אויס די פאך און דאן זאגט פארן בעה"ב זיי געזונט דער איז א מחוצף, אבער משא"כ איז איינער וואס ארבעט 5 יאר ביי יענעם און קען שוין די פאך בעסער ווי די בעה"ב אליינס און די בעה"ב ניצט איהם אויס ווי ס'דארף צו זיין אבער פון ארעיז פארגעס, דעמאטס אז ער זאגט גוד ביי און עפענט אליינס איז ממש צו פארשטיין, כנלע"ד הקלושה..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:55 am
דורך shlomyg
א קליינע הערה, דאס קעפל איז אימריכטיג "קאמפעטישען מיט מיין boss"
ווייל אויב די עפענסט אליין איז ער דיין "געוועזענע" באס
אין ווי לאנג די ביסט ביי אים ביסטי נישט קיין קאמפעטישען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:56 am
דורך שמעקעדיג
איחוד פעלד האט געשריבן:מען מעג גיין פארזיך, און מען דארף גיין פאר זיך.

פארען פרעגען אליין דארף מען דיך אריין פראקען.

ווען די וועסט ווערען עלטער און די וועסט דארפען הון תועפת און די חילוק פין יא האבען אסאך געלט צו נישט מיינט האבען מנוחת הנפש אדער נישט און די וועסט דיך ווינדערען זו תורה וזו שכרה?


האסלט טאקע אז דיין בעל הבית האט נישט געטוהן דאס זעלבע?

פרעג דיך נאר עאך ווי ער האט אנגעהויבען!!!!
און פין הימעל וועט מען לאכען פין דיר, ביסט געוועהן א wuss, האסט געהאט די מעגליכקייט, און די האסט נישט אויסגעניצט.


ריכטיגע דעת בעל הבית!!

פון וואו ווייסטו אזוי גוט וואס טוט זיך אין הימל?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:47 pm
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:מען מעג גיין פארזיך, און מען דארף גיין פאר זיך.

פארען פרעגען אליין דארף מען דיך אריין פראקען.

ווען די וועסט ווערען עלטער און די וועסט דארפען הון תועפת און די חילוק פין יא האבען אסאך געלט צו נישט מיינט האבען מנוחת הנפש אדער נישט און די וועסט דיך ווינדערען זו תורה וזו שכרה?


האסלט טאקע אז דיין בעל הבית האט נישט געטוהן דאס זעלבע?

פרעג דיך נאר עאך ווי ער האט אנגעהויבען!!!!
און פין הימעל וועט מען לאכען פין דיר, ביסט געוועהן א wuss, האסט געהאט די מעגליכקייט, און די האסט נישט אויסגעניצט.


ריכטיגע דעת בעל הבית!!

פון וואו ווייסטו אזוי גוט וואס טוט זיך אין הימל?




כלומר,
ווען איינער טוט עפעס און מיינט ער טוט א מצוה, און פארלירט וועגען דעם זיין לעבען, און ליידט זיך אהן פארדעם, לאכט מען פין אים. אוודאי ווייס איך נישט, אבער כאילו איינער ברענגט דיך א הייסער טיי, און איז זיך מיגע כמה יגיעות, און גיט אויף שעות אויף שעות פארדעם, און די האסט אפילו נישט ליב קיין טיי. הלא לשחוק יחשב. וויאזוי שטייט אין פסוק, אשר לא צויתי ולא עלתה על לבי.


אויב איז יא עפעס שווער, וויאזוי ווייסטו וואס מיינט דעת בעל הבית?? איז פשט אז די ביסט דעת תורה און יעדער וואס האלט פארקערט איז דעת בעל הבית?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:21 am
דורך בדחן
ברסלבער האט געשריבן:
נאר איין זאך פארגעס נישט אז ווען דו נעמסט ארבעטערס זאלסטו געדענקען זיך אויסצונעמען אז זיי זאלן נישט עפענען פאר זיך.


דאס אויסנעמען וועט העלפן אזויפיל וופיל א שלום בית עצה העלפט נאך א גט,
עס איז נישט דא קיין שום תורה׳דיגע מהלך אז אזא אויסנעמן זאל עפעס ווערט זיין תורה׳דיג, לעגאל ווייס איך נישט, אבער תורה׳דיג ווייס איך אז די אויסנעמאכטץ איז ווערט זילטש.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:54 am
דורך געפילטע פיש
מ'קען מאכן מיט א לויער א אגרימענט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 7:34 am
דורך randy_couture
In my opinion. Every situation is different. For example if he treats you good. you shouldn't do it its just not fair if he treats you like an dog then it’s another story but also not always fair to do it.

איחוד פעלד I simply hate the way you think. And it’s not only on this issue on every issue I have read here your stupidity comes out in full glory

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:26 am
דורך איחוד פעלד
randy_couture האט געשריבן:In my opinion. Every situation is different. For example if he treats you good. you shouldn't do it its just not fair if he treats you like an dog then it’s another story but also not always fair to do it.

איחוד פעלד I simply hate the way you think. And it’s not only on this issue on every issue I have read here your stupidity comes out in full glory



ברודער איך האב דיך ליב.

געב דיך ארויס, מיטען גאנצען כבוד.

מן הסתם האב איך דיך ערגעץ ווי גוט אריין געזאגט אזוי אז די פילסט אז די מוזט עפעס צוריק שיסען, מיילא, איך בעט דיך איבער אויב איך האב דיר אמאהל וויי געטוהן, איך בין זיכער איך האב, ווען נישט האסטו מיך נישט פיינט.

און טאמער האסטו אנדערע מקומות ווי די האלסט איך בין נישט גערעכט, קענסטו מיטען פילען כבוד שרייבען דארט מיט וואס די ביסט מיט מיר מחולק, עס איז א פרייע פלאץ דא, און מען קען שרייבען כמעט וואס מען וויל. אבער שרייבען מיט א שם הכולל אז די האסט פשוט פיינט ווי אזוי איך טראכט אויף "אלע" זאכען וואס ווערען נידון דא אין ק"ש, מיינט אז די האסט א גאר שטארקע שנאה, זעהט אויס איך האב דיך אמאהל גוט אריין געזאגט, איים סארי, כאטש איך געדענק נישט ווי, אפשר מיט אן אנדערע ניק וואס די האסט. באיזה אופן, האב א גוטע טאג, און פראביר מקיים זיין ואהבת לרעך.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:36 pm
דורך randy_couture
[left]I don't have a second nik and so we never had any bump ins to each other.
I am not a writer I am just a reader and I simply stated my opinion that I hate the way you write and think and how you present yourself.
some writers here I love reading and some I simply hate because of the stupidity they showcase every-time they decide to write something..[/left]

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:42 pm
דורך ברסלבער
נו, אז דו קענסט נישט שרייבן, זיי שטיל און פארטיג.
דער מין וועג פון רעדן פארפעסטיגט די געשמאקע לופט דא אין קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 3:22 pm
דורך נולד מאוחר
רענדי, איך עפרישיעט דיין און יעדעמס הילף דא.
דיין גאנצע סיבה אז איך זאל נישט מאכן שבת פאר מיר איז , ווייל די ביסט שטארק מקפיד אויף א צויייטע מענטשס הרגישים. נו וויאזוי קענסטו מינה וביה רעדן אזוי צי איחוד?

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 7:52 pm
דורך טישו באקס
ווי נישט ווי רענדי, נישט זייענדיג א שרייבער, האסטו שוין געשריבן אזא 58 מאל...