בלאט 1 פון 1
די פארלוירענע אסתר אמת? אדער סתם א ראמאן
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:41 pm
דורך לעמאן דזשוס
די באקאנטע מעשה פון דעם ש״ך׳ס פארלוירענעם טאכטער מיט מאריא דעם קעניג׳ס טאכטער איז א הוילע פאנטאזיע אדער יש דברים בגו
דוכטזיך אז די מעשה האט געשריבן לעהמאן
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:18 pm
דורך איחוד פעלד
איך געדענק עס נישט זעהן אין לעהמאן'ס ביכער, הגם איך האב זיי אלע געליינט אין לשון קודש.
איך געדענק עס נאר פין אידישע ליכט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:24 pm
דורך לעמאן דזשוס
זיכער, דאס איז דאך א שטיק לעהמאן
איך כשלעצמי שפור אז עס איז א הערליכע פיקטיווע ראמאן, ווייל ביי אמת׳ע מעשיות קומט מיר געווענליך נישט קיין טרערן, און יעדעס מאל איך ליין וויזוי אסתר זיצט באפוצט ווי א הויף דאמע און רעדט פליסיג פראנצויזיש צום פירשט איבער די אידן פון ווילנע, גיסן זיך מיר טרערן....
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:27 pm
דורך יאיר
איחוד פעלד האט געשריבן:איך געדענק עס נישט זעהן אין לעהמאן'ס ביכער, הגם איך האב זיי אלע געליינט אין לשון קודש.
איך געדענק עס נאר פין אידישע ליכט.
אידישע ליכט האט עס גענומען פון לעהמאן, וועלכער האט, אגב, נישט אזוי מקפיד געווען אויף מדבר שקר תרחק.
לעהמאן׳ס קאלעקציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:27 pm
דורך לעמאן דזשוס
דא האסטו, דער פארלוירענע אסתר צווישן מארקוס לעהמאן׳ס ביכער
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:37 pm
דורך איחוד פעלד
[דוגמא היא המעשיה המפורסמת אודות בת הש״ך שנשבית ונפדתה ע״י ר׳ מאניש שנשאה לאשה
ולימים נפגשה עם אביה הש״ך. והרי לפנינו לשון ר׳ מאניש חתן הש״ך בהקדמתו לש״ך חו״מ ״ואשא חן
וחסד, בעיני פינת יקר מוסד, אבן פינה ואבן הראשה, ויתן את בתו לי לאשה״, הרי פירכא על הספור
מתחילתו.״]
מקור פין דאאשאד אזא שיינע מעשה זאל גיין צוגרינד........
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:44 pm
דורך לעמאן דזשוס
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:48 pm
דורך לעמאן דזשוס
גראדע איז די אור ישראל נישט אזוי מדוייק ווייל לעהמאן שרייבט אז ׳מנחם׳ האט חתונה געהאט מיט אסתר..
חוץ אז מנחם מיט מאניש זענען איינס...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:36 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:איך געדענק עס נישט זעהן אין לעהמאן'ס ביכער, הגם איך האב זיי אלע געליינט אין לשון קודש.
איך געדענק עס נאר פין אידישע ליכט.
דאס אידישע ליכט האט עס גענימען פון מ. להמן. פון ווי האבן זיי גענימען די מעשה פון "ר' יוסלמאן פון רוסהיים"? אויך פון לעהמאן...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:[דוגמא היא המעשיה המפורסמת אודות בת הש״ך שנשבית ונפדתה ע״י ר׳ מאניש שנשאה לאשה
ולימים נפגשה עם אביה הש״ך. והרי לפנינו לשון ר׳ מאניש חתן הש״ך בהקדמתו לש״ך חו״מ ״ואשא חן
וחסד, בעיני פינת יקר מוסד, אבן פינה ואבן הראשה, ויתן את בתו לי לאשה״, הרי פירכא על הספור
מתחילתו.״]
מקור פין דאאשאד אזא שיינע מעשה זאל גיין צוגרינד........
די מעשה האט נאכאלץ געקענט געשעהן. וואס וועט ער שרייבן אין די הקדמה. ער'ט פארציילן א לאוו סטארי?!...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:49 pm
דורך פלאוויוס
איך בין נישט באקאנט מיט דער ספעציפישער מעשה, אבער אין אלגעמיין דאכט זיך מיר אז לעהמאן פלעגט נוצן א היסטארישע הינטערגרונט פאר זיינע דערציילונגען (נישט מער ווי הינטערגרונט), און צוגעלייגט דערצו ליבע מאטיוון, וואס זאלן אריינבלאזן דערין די נשמה. געווענליך אנטוישט ער טאקע נישט. זיינע דערציילונגען זענען אטעם פארכאפנד.