בלאט 1 פון 1
חזן פיער פינטשיק
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 4:11 am
דורך Starbucks
געבוירן איז ער פנחס סג"ל אין פאדאליע. געלערנט האט ער אין סקווער און דארט האט ער זיך באקענט מיט חזנים וואס
פלעגן איינשטיין ביים סקווערער רבין. פון דארט איז ער געפארן שטודירן קיין קיעוו וואו ער האט גענומען דעם נאמען פינטשיק. אין 1927 איז ער געקומען קיין אמעריקע אויף א באזוך און ער איז שוין פארבליבן. אין אמעריקע איז ער שנעל געווארן אויפגעכאפט אלץ איינס פון די ריזן חזנים פון די גאלדענע עפאכע פון חזנות.
זיין רזא דשבת און זיין ספירת העומר זענען דאס מערסטע אויפגעכאפט פון זיינע שטיקלעך. לעצטנס האט א פאפולערן חסידישן זינגער ירמי' דאמען נאך מער פובליצירט פינטשיק'ס רזא דשבת ביי די חסידישע קרייזן ווען ער האט דאס געזונגען אויף א דיסק, מיטן פולן חסידישן אימפעט. פינטשיק'ן וואלט דאס מן הסתם געפאלן, ער איז דאך אויפגעוואקסן אין חסידישן געזעלשאפט.
הערט דעם רזא דשבת
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=L4GJKqMsp04[/youtube]
ריבונו של עולם - ספירת העומר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9NHChlgHRaA[/youtube]
פערצופאל הער איך זיך איצטער צו זיין הערליכע דאווענען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=61zUgrtCCbI[/youtube]
צום ווידערזעהן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:50 am
דורך טעפל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:14 pm
דורך Starbucks
יאנקל האט געשריבן:א דאנק, סטארבאקס. האט מען אים נישט גערופן "פיניע"?
ניין, סתם פינטשיק.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:42 pm
דורך ונבנתה העיר
פינטשיק איז פון מיינע פעיוואריטס, מען קען גארנישט זאגן על חטא בעסער ווי ער זאגט איהר, איך האב עס פראבירט צו זוכן אויפן נעט מהנה צו זיין דעם עולם, ולא מצאתי.
עס איז מיר אלץ געווען א פלא אז דער עולם איז געבליבן שטעקן ביי זיין רזא דשבת, אין דער צייט וואס רוב פון זיינע שטיקלעך זענען מייסטער ווערק.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:09 am
דורך ציבעלע-קיגל
Starbucks האט געשריבן:געבוירן איז ער פנחס סג"ל אין פאדאליע. געלערנט האט ער אין סקווער
זעהט אויס אז ער איז אויך געווען א סקווערע DROP OUT
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:29 am
דורך פרישער
אוי דער היטעל זייטנוועיגס מאכט אים אויסזעין האנטזאם.
עפעס א איר אלטע לעיגענדע אז דער שטיקל רזא דשבת, איז א ג'גנב'טע שטיקל, איך גלייב עס ווייל הערענדיג אלע אנדערע זיינע ריקארדירינגען זענען אויסער געוועינטליך שוואך, דער רזא דשבת, איז און זיין קאסעט, אזוי ווי שושנה בין החולם
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 3:49 pm
דורך ונבנתה העיר
פרישער; די איגנארענס מילא, אבער פארוואס די קאנפידענס?
ונבנתה העיר האט געשריבן:פינטשיק איז פון מיינע פעיוואריטס, מען קען גארנישט זאגן על חטא בעסער ווי ער זאגט איהר, איך האב עס פראבירט צו זוכן אויפן נעט מהנה צו זיין דעם עולם, ולא מצאתי.
יגעתי ומצאתי:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nUQPEt1Crjo[/youtube]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
זיין רבונו של עולם פון ספירת העומר, איז איין שטיקל נאכגעמאכט דעם נוסח פונעם רבין ר' דוד'ל סקווערער זצוקללה''ה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
Starbucks האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:א דאנק, סטארבאקס. האט מען אים נישט גערופן "פיניע"?
ניין, סתם פינטשיק.
מ'האט עהם יא גערופן 'פיניע חאוזען', אין סקווער.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער אלטער סקווערע רבי האט עהם געטראפן אין אמעריקא, און איז ווייס געווארן ווי די וואנט ווען ער האט עהם געזען אן א בארד, און ער האט עהם געפרעגט מיט ווייטאג, וויאזוי וואלט דיין טאטע באוויזן די פנים, ווען ער זעט דיך אויסקוקן אזוי.
און שפעטער האט ער פארציילט, אז דער רביס טאטע רבי ר' דוד'ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף עהם נאך אין אלטן היים, איי פיניע.. זייט וויסן, ווי א גרעסערע חאוזען א גרעסערע שעיגעץ..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:08 pm
דורך איך אויך
ונבנתה העיר האט געשריבן:פרישער; די איגנארענס מילא,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:09 pm
דורך איך אויך
ונבנתה העיר האט געשריבן:פינטשיק איז פון מיינע פעיוואריטס, מען קען גארנישט זאגן על חטא בעסער ווי ער זאגט איהר, איך האב עס פראבירט צו זוכן אויפן נעט מהנה צו זיין דעם עולם, ולא מצאתי.
יגעתי ומצאתי:
פשיהא!
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:30 am
דורך berlbalaguleh
איך בין גארנישט אזוי איבערגענומען (נתפעל) פון חזן פינטשיק. פון די אלטע חזנים איז זיינוויל קווארטין דער וואס אינספיירט די מערסטע. יוסעלע רויזנבלאטט, נאכ'ן "אויסקלינען" זיינע אלטע רעקארדינגס, קומט ארויס במלוא תפארתו. משה קוסעוויצקי און משה'לע אוישער זענען אויכעט נישט אוועקצומאכן. פון די היינטיגע זינגערס און חזנים איז יעקב יוסף שטארק און דודו פישער זייער שטארק אינספיירינג. אויף העלפגאט קען מען זאגן "ארי נעשה שועל". ער איז (ביי מיר) אויף איין דרגא מיט (געוועזענעם) חזן שמעון לייטנער.