בלאט 1 פון 1
"רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 5:49 pm
דורך לאדיך אפ
אויף היברו בוקס האב איך געטראפן
דעם ספר. דער גאנצער ספר איז נשיט מער ווי אכצן בלעטער אין איז בעסיקלי א צואה וואס א פרוי האט געלאזט פאר אירע קינדער. וואס איז אבער געווען זייער אויפפאלנד פאר מיר איז די פרוי'ס נאמען. כאפט א בליק:

רבקה ליפא? זייט ווען איז ליפא א פרויענישע נאמען? ווייסט איינער פון נאך אזא אדער ענליכע פאל? און מ'רעדט נישט דא פון צו לאנג צוריק, סך הכל תרמ"ב. מה פשר?
נאך מאדנע, און דאס זאג איך שוין אלס הלצה, איז אז איר טאטענס נאמען איז מישעל...
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:10 pm
דורך שמואל הלוי
אולי איז די נאמען ליבא, וט"ס הוא.
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:18 pm
דורך שמואל הלוי
למעשה מאכענדיג א גוגל סוירטש האב איך געטראפן אויף דזשעני נאך א פרוי מיט די זעלבע נאמען
http://www.geni.com/people/%D7%A8%D7%91 ... 90/4301144
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:22 pm
דורך לאדיך אפ
דאכט זיך מיר אז אין דיין לינק איז ליפא די משפחה נאמען, ניין?
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:25 pm
דורך שמואל הלוי
אזוי קוקט אויס.
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:45 pm
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:איך האב א געפיל אז מ׳ליינט עס מיט א פ׳ רפה - Lifa.
אפשר גאר א וועריעשען פונם נאמען ליפשא.
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:36 pm
דורך שמואל הלוי
בדרך צחות קען מען זאגן אז זי איז געווען א אנדרוגינוס (ספק זכר וספק נקיבה) דעריבער האט מען איר געגעבן סיי א יונגלישע נאמען און סיי א מיידלישע

Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:53 pm
דורך געפילטע פיש
לאנדרוגנות יש סימני זכרות ונקבות, ספק זכר ספק נקיבה זה טומטום.
Re: "רבקה ליפא"- איז ליפא א פרויענישע נאמען?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:55 pm
דורך שמואל הלוי
ביסט גערעכט אז לאנדרוגינוס יש סימני זכרות ונקיבות, אבער ספק זכר ספק נקיבה זענען ביידע סיי טומטום און סיי אנדרוגינוס.