בלאט 1 פון 4
מאמין באמונה שלמה, מהו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:05 am
דורך ברזלי הגלעדי
מיר ווייסען אז לויט די רמבם איז מען מחיוב צי גלייבען און די יג עקרים (איז דאך דא זעקס און צוואנציק וייל קודם מיז מען גלייבען אז מען מיז גלייבען) קען אפשר איינער מסביר וואס גלייבען מיינט. Dictionary.com defined believe "to have confidence in the truth, existence or "reliability of something although without absolute proof that one is right in doing so
קען איינער עקלערין פארוואס זאל א חכם גלייבען באמונה שלמה אויב ער האט נישט absolute proof איך קען פארשטיין אז ליבו איז נוטה און ער נעמט עס אן אלס אן אמת אבער אפילו נישט זיין מסופק, פארוואס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:49 am
דורך ברזלי הגלעדי
ר׳ לעיקוואד
אויב דאס איז די ענטפער I have a dream
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:04 am
דורך ברסלבער
מאמין באמונה שלמה, מהו?
יעצט איז די שאלה וואס מיינט מהו? וואס אדער פארוואס?
דו הייבסט אן מיט וואס, און דו ענדיגסט פארוואס.
וואס: מיינט טאקע אז איך גלייב אפילו איך פארשטיי נישט, "אן קיין פארוואס".
פארוואס: ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי געלערנט, און איך האב א געשמאק דערין, און כ'גלייב אז איך וועל באקומען שכר דערויף, וכו'
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:12 am
דורך ברזלי הגלעדי
ברסלבער האט געשריבן:מאמין באמונה שלמה, מהו?
יעצט איז די שאלה וואס מיינט מהו? וואס אדער פארוואס?
דו הייבסט אן מיט וואס, און דו ענדיגסט פארוואס.
וואס: מיינט טאקע אז איך גלייב אפילו איך פארשטיי נישט, "אן קיין פארוואס".
פארוואס: ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי געלערנט, און איך האב א געשמאק דערין, און כ'גלייב אז איך וועל באקומען שכר דערויף, וכו'
מיין שאלה איז וואס איז דאס, ווען איך וועל פארשטיין פארוואס וועל איך וויסען וואס דאס איז
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:46 am
דורך Starbucks
איך גלויב אז מ'דארף גלייבן אז מ'גלייבט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 7:34 am
דורך לעיקוואד
אמונה איז טייטש אננעמן פאר אמת גענוג אויף צו בעיסען דיינע החלטות אין לעבן אויף דעם. לא פחות ולא יותר. אוודאי איז נישטא בעולם הזה פאר א מענטש וודאות מוחלטת אין א שום נושא. און עס איז נישט מעגליך דורש זיין פון א מענטש זאל זיך איינרעדן אז א זאך איז מיליאן פראצענט ריכטיג בלי שום צד ספק בשעת וואס סאיז נישטא אין דער גאנצע שכל האנושי אזא מאס וודאות אויף א שום נושא. נאר אמונה איז דער טייטש אז ער נעמט דאס אן פאר אן אמת אויף גענוג אז ער בעיסט זיין לעבן אויף דעם. נישט קיין חילוק צו ער גלייבט וועגן ראיות און סברות אדער וועגן מסורה אדער סיי וועלכט אנדערע ריכטיגע אדער נישט ריכטיגע סיבה.
והנלענ"ד כתבתי.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:03 am
דורך ברזלי הגלעדי
לעיקוואד האט געשריבן:אמונה איז טייטש אננעמן פאר אמת גענוג אויף צו בעיסען דיינע החלטות אין לעבן אויף דעם. לא פחות ולא יותר. אוודאי איז נישטא בעולם הזה פאר א מענטש וודאות מוחלטת אין א שום נושא. און עס איז נישט מעגליך דורש זיין פון א מענטש זאל זיך איינרעדן אז א זאך איז מיליאן פראצענט ריכטיג בלי שום צד ספק בשעת וואס סאיז נישטא אין דער גאנצע שכל האנושי אזא מאס וודאות אויף א שום נושא. נאר אמונה איז דער טייטש אז ער נעמט דאס אן פאר אן אמת אויף גענוג אז ער בעיסט זיין לעבן אויף דעם. נישט קיין חילוק צו ער גלייבט וועגן ראיות און סברות אדער וועגן מסורה אדער סיי וועלכט אנדערע ריכטיגע אדער נישט ריכטיגע סיבה.
והנלענ"ד כתבתי.
דאס גופא איז מיין שאלה אויב דאס איז וואס אמונה מיינט וואס איז דאס אמונה שלמה, א שטארקע מאמין פארוואס זאל א מענטש נישט כסדר טראכטען אפשר נישט, פארוואס ריפט די רמבם אן מענטשן וואס גלייבען נישט לגודל רשעתם
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:11 am
דורך לעיקוואד
לא הבנתי, מאיפה לך שיש כזה מושג "אמונה שלמה" שמחוייבת יותר מאמונה סתם. וויל סשטייט אין סידור? לאו מר בר רב אשי חתום על זה.
ווי שטייט אין רמב"ם לגודל רשעתם? עס קען זיין איינער וואס גלייבט נישט וועגן רשעות, אבער דו רעסט דאך פון איינער ואוס האט באמת ספקות, איז נישט פון עם רעדט דער רמב"ם.
איך וייס נישט וואסארא חיוב אדער ענין איז דא צו טראכטן כסדר אפשר נישט. אה"נ א קלוגער מענטש איז אלעמאל מסופק אביסעל. נאר כל זמן ער פירט זיין לעבן לויטן אמונה איז דאס אמונה שלמה. אויב פירט ער זיין גאנצע לעבו אליבא דאמונה הזו. אמונה שאינה שלמה וואלט געווען איינער וואס פירט נישט זיין גאנצע לעבן לפי אמונה נאר האלב.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:39 am
דורך ברזלי הגלעדי
שאלתי ובקשתי פארוואס איז א יוד וואס איז מסופק אבער פירט זיך ע"פ תורה נישט פארעכנט אלס א יהודי כשר (ע"פ הלכה)
דער רמב"ם איז אין הלכות תשובה, און וואס מיינט דאס אז איינער גלייבט נישט וועגן רשעות, אטי בשופטני עסקינן, בעצם גלייבט ער נאר פאר רשעות גלייבט ער נישט
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:38 am
דורך קאווע טרינקער
ברזלי, מ'קומט אין ערגעץ נישט אן, חוץ אויב דו טוסט דאס לשם תחביב אבער נישט אויף למעשה. נוץ דיין "טראכטען" פאר ביזנעס.
לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'גלייבט.
זייט כ'האב געזעהן אן ערליכער איד אין שבת אן קיין שטריימעל, איז דער שטריימעל שווער געווארן אויף מיין קאפ, משא"כ מיין תמימות'דיגע שכן גיין אין ס'מעדרש מיט אן אור המקיף אין איז פרייליך כאילו כל מלאכתו עשויה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:57 am
דורך ברזלי הגלעדי
טרינקער
דו ווילסט נישט וויסען וואס פאסירט ווען איך טראכט נישט
אלענספאל צי גלייבען פשוט ווייל עס גריגער איז א סתירה צי יעדן טאגעדיגע יודישקייט
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:59 am
דורך איחוד פעלד
איז די חקירה גדולה, וואס איז בעסער
א פאלשער מאמין, אדער אן אמת'ע אפיקורס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:02 am
דורך קאווע טרינקער
א מאמין האט איין גרויסע תירוץ, ער לעבט און לאכט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:22 am
דורך ברזלי הגלעדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:א מאמין האט איין גרויסע תירוץ, ער לעבט און לאכט.
Stop the maddens די ווייסט אז א מאמין נישט נאר לעבט נישט רואיג נאר ער שטארבט נערוועז.
די most religios state און אמעריקא איז Utah און דארט איז ווי די מערסטע anti depressions ווערן פארקויפט (יא יא ביי אונז פרומע יודען איז אנדערש)
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:37 am
דורך ברסלבער
מען איז אריינגעפארן אין א דריטע נושא צו עס איז געשמאק די לעבן פון א מאמין, דאס קומט צוריק צו די אלטע זאך אז די אלע קשיות אויף די אמונה, זענען נישט קיין קשיות נאר תירוצים פארוואס אוועק צו גיין פונעם אייבערשטן, ווייל מען מיינט אז אזוי וועט מען האבן א בעסערע לעבן.
קוק דא א שיינע תגובה איבער דעם נושא
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:38 am
דורך קאווע טרינקער
אה, איך מיין נישט א 11211 מאמין, וואס לעבט אין דיפרעסיא, און זעהט א ריזיגע וועלט וואס וויל אים איינשלינגען. איך רעד אזא מאמין ווי איך.
כ'גלייב אז ה' האט באשאפען די וועלט - כ'ווייס נישט וויפיל יאר צוריק, כ'בין נישט געווען דארט, און איז מוז נישט גלייבן ווי לאנג צוריק דאס איז געשעהן, וואס איז א חילוק, ס'וועט נישט טוישען די פרייז פון געז.
כ'גלייב אז ה' איז נישט קיין גוף, ס'איז נישט לפי השגתי. יא, איך פארשטיי אז איך קען נישט אלעס פארשטיין.
וואס נאך דארף מען גלייבן, אז מ'קען נישט דאווענען צו די זון און לבנה? זייער גרינג צו גלייבן.
וואס נאך?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:47 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:אה, איך מיין נישט א 11211 מאמין, וואס לעבט אין דיפרעסיא, און זעהט א ריזיגע וועלט וואס וויל אים איינשלינגען. איך רעד אזא מאמין ווי איך.
כ'גלייב אז ה' האט באשאפען די וועלט - כ'ווייס נישט וויפיל יאר צוריק, כ'בין נישט געווען דארט, און איז מוז נישט גלייבן ווי לאנג צוריק דאס איז געשעהן, וואס איז א חילוק, ס'וועט נישט טוישען די פרייז פון געז.
כ'גלייב אז ה' איז נישט קיין גוף, ס'איז נישט לפי השגתי. יא, איך פארשטיי אז איך קען נישט אלעס פארשטיין.
וואס נאך דארף מען גלייבן, אז מ'קען נישט דאווענען צו די זון און לבנה? זייער גרינג צו גלייבן.
וואס נאך?
כ'זעה דאך אבער אז הרב ברזילי רעדט יא פון 11211 אדער 10950/2 וכדו'
ובלשון קדשו:
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:אלענספאל צי גלייבען פשוט ווייל עס גריגער איז א סתירה צי יעדן טאגעדיגע יודישקייט
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז א מאמין האט א געשמאק לעבן ווייל ווען ס'גייט אים גוט האט ער וועם צו דאנקן, און ווען ס'גייט אים נישט גוט האט ער וועם צו בעטן, משא"כ ווער ס'גלייבט נישט, ווען ס'גייט אים נישט גוט האט ער נישט וועם צו בעטן, און ווען ס'גייט אים יא גוט, האט ער מורא א גאנצע צייט אז עס וועט בקרוב אריבערגיין די גוטע צייטן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:53 am
דורך קאווע טרינקער
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:א מאמין האט איין גרויסע תירוץ, ער לעבט און לאכט.
Stop the maddens די ווייסט אז א מאמין נישט נאר לעבט נישט רואיג נאר
ער שטארבט נערוועז.
א ברסלבר וואס איז ראש השנה אין אומאן, האט דאס בעסטע לעבן שייך, ער שטארבט רוהיג, ער איז בטוח אז ר' נחמן וועט אים ארויסשלעפן מיט זיין פיאות - אדער מיט די שטיקעלע פאמפאם העכער די נ-נח קאפעל - אפשר גאר מיט די שפיץ פון די שטריימעל, ווער ס'האט - אזוי ווי מיר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:03 pm
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:א ברסלבר וואס איז ראש השנה אין אומאן, האט דאס בעסטע לעבן שייך, ער שטארבט רוהיג, ער איז בטוח אז ר' נחמן וועט אים ארויסשלעפן מיט זיין פיאות
אמת.
אבער יעדער איד וואס איז אן אמת'ער מאמין האט די בעסטע לעבן, און שטארבט רוהיג, ווייל ער גלייבט אז אויף יעדע מצוה וואס ער האט געטוהן וועט ער באקומען גרויס שכר, און אויף די עבירות טוט ער תשובה יום כיפור אדער ווען אימער, און דער אייבערשטער איז אים אלעס מוחל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:13 pm
דורך קאווע טרינקער
ברסלב, דו ביסט צו פארזיכערט מיט דיין שכר.
דו ווייסט אז לאזן די שבת טיש נישט צוגעדעקט 24 אויף די 7, איז דומה צו בועל אשת איש, אזוי שטייט פון צדיקים. סאו, ווען דו קומסט ארויף אויף יענע וועלט, זאלסטו נישט זיין אין שאק
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:05 pm
דורך ברזלי הגלעדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:אה, איך מיין נישט א 11211 מאמין, וואס לעבט אין דיפרעסיא, און זעהט א ריזיגע וועלט וואס וויל אים איינשלינגען. איך רעד אזא מאמין ווי איך.
כ'גלייב אז ה' האט באשאפען די וועלט - כ'ווייס נישט וויפיל יאר צוריק, כ'בין נישט געווען דארט, און איז מוז נישט גלייבן ווי לאנג צוריק דאס איז געשעהן, וואס איז א חילוק, ס'וועט נישט טוישען די פרייז פון געז.
כ'גלייב אז ה' איז נישט קיין גוף, ס'איז נישט לפי השגתי. יא, איך פארשטיי אז איך קען נישט אלעס פארשטיין.
וואס נאך דארף מען גלייבן, אז מ'קען נישט דאווענען צו די זון און לבנה? זייער גרינג צו גלייבן.
וואס נאך?
די זאגסט אז די גלייבסט פארוואס גלייבסטי? ווייל סאיז גרינגער דאס איז 11211 talk
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:26 pm
דורך נשמה יתירה
ער זאגט אז ער גלייבט אין גאט. רעדן פין גאט איז נישט רעדן פין עפעס א זאך וואס הייסט גאט. עס איז רעדן פין די טיפע פונדעמאנטאלע אפטייטש פין די בריאה. האסטו דיך שוין בכלל מעמיק געווען וואס איז די בריאה? וואס איז דאס 'עקזיסטענץ', נאך איידער עס ווערט צוטיילט אין אויסגעשטעלט מיט די אהן א שיעור רבוי פרטים? עס איז נאריש דן צו זיין וועגן גאט אז מען ווייסט נישט וואס מען מיינט דערמיט.
מיט די ווארט גאט טייטשען מיר אפ די עומק פין די בריאה. אין חסידות שפראך איז דאס די נקודה פינעם אות י', חכמה לפני התחלקות. [עס גייט נאך טיפער און העכער פין דעם אבער לענינו איז דאס גענוג] דו קענסט ניצען וועלכע שפראך דו ווילסט. אבער פארשטיי אביסעלע דעם "וואס" איידער דו קאכסט אינעם "פארוואס".
נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:01 pm
דורך לעיקוואד
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:לא הבנתי, מאיפה לך שיש כזה מושג "אמונה שלמה" שמחוייבת יותר מאמונה סתם. וויל סשטייט אין סידור? לאו מר בר רב אשי חתום על זה.
ווי שטייט אין רמב"ם לגודל רשעתם? עס קען זיין איינער וואס גלייבט נישט וועגן רשעות, אבער דו רעסט דאך פון איינער ואוס האט באמת ספקות, איז נישט פון עם רעדט דער רמב"ם.
איך וייס נישט וואסארא חיוב אדער ענין איז דא צו טראכטן כסדר אפשר נישט. אה"נ א קלוגער מענטש איז אלעמאל מסופק אביסעל. נאר כל זמן ער פירט זיין לעבן לויטן אמונה איז דאס אמונה שלמה. אויב פירט ער זיין גאנצע לעבו אליבא דאמונה הזו. אמונה שאינה שלמה וואלט געווען איינער וואס פירט נישט זיין גאנצע לעבן לפי אמונה נאר האלב.
שאלתי ובקשתי פארוואס איז איוד וואס איז מסופק אבער פירט זיך עפ תורה נישט פארעכנט אלס א יהודי כשר( עפ הלכה)
די רמבם איז אין הלכות תשובה, און וואס מיינט דאס אז איינער גלייבט נישט וועגן רשעות אטי בשופטני עסקינן בעצם גלייבט ער נאר פאר רשעות גלייבט ער נישט
איך קען נישט אזא הלכה. עס איז אפשר דא א הלכה אז אן אפיקורס אפילו ער טוט מצוות ווערט נישט פארכענט פאר יהודי כשר (וגם בזה יש מקום רב להסתפק, ווייל אויב איז ער אן אפיקורס פארוואס טוט ער מצוות? ואכמ"ל), אבער א מסופק? מאן דכר שמיה.
איך קען דיר זאגען, בלי ספק, אז דער רמב"ם, דער בעל שם טוב, אדער סיי וועלכע גדול דו ווילסט, וואס איז געעוון א קלוגער מענטש, האט געהאט ספקות אין דער אמונה. ספקות מאכט נאכנישט קיין מענטש פאר א כופר ח"ו, אדרבה, עס וייזט נאר אז ער איז א קלוגער מענטש וואס טראכט און נעמטש נישט אן אלץ וואס מזאגט עם באמונה טפשית (אני שם לב עכשיו ש"פשוטה אותיות "טיפשה", וי"ו ויו"ד מתחלפין).
אלא מאי, ווערט די שאלה אויב א מסופק איז נישט קיין כופר, וואס איז דען יא דער גדר פון אמונה, אויף דעם ענטפער איך אז דער גדר איז כל זמן ער גלייבט אויף גענוג אז בפועל בעיסט ער זיין לעבן אויף דעם, כלומר ער איז שומר תורה ומצוות, דאס הייסט ער איז א מאמין.
אני מבין שאתה מתכוון ללשון הזה "אלא נכרתים ואובדין ונידונין על גודל רשעם וחטאתם לעולם"
נו, איז דאך קלאר פונ'ם רמב"ם אז דער דין פון אין לו חלק וכו' איז דווקא ווען עס איז לגודל רשעתם, אויב ער איז אן אונס איז דאך נישט מעגליך עס צו רופען רשעות, (ודלא כגר"ח מבריסק), פרעגסטו ווי איז שייך א כופר ברשעות, עס איז נישט אזוי שווער זיך פארשטעלן, למשל איינער וואס איז כופר נאר וועגן תאוות, אדער יודע את רבונו ומתכוון למרוד בו, וכו' וכו'. אויב פארשטייסטו נישט, אשרי חלקך, בפועל זענען דא מענטשען ואוס פארשטייען יא. און אויף זיי זענען געזאגט געווארען די שטרענגע רמב"ם'ס.