ניו יארק - דריי מענטשן האבן ארויסשפאצירט פון טורמע, אין די ארעמעס פון פאמיליע מיטגלידער מיטוואך נאכט נאך 18 יאר שמאכטן אין טורמע אויף א מערדער פאראוטיילונג.
אין א עמאציענאלע פאראייניקונג מיט זיין פאמיליע אין א בראנקס גאס, מייקל קאסמי, 37, האט געשריגן, "איך בין פריי, איך בין פריי. ענדליך נאך 18 יאר, איך בין פריי."
קאסמי, דעוואן עירס, קארלאס פערעז, זענען פאראוטיילט געווארן אין די מארד פון א קאר סערוויס דרייווער און א פעדעקס עקזעקיוטיוו אין 1995. אבער נונט צו 2 צענדליגע יארן שפעטער, האבן זיך פראקאורן דערוויסט אז צוויי באנדע מיטגלידער האבן זיך מודה געווען צו מערדערן דעם קאר סערוויס דרייווער, און די איבעריגע קעיס האט אנגעהויבן צו צאמפאלן, דאקיומענטריט דורך א שותפות'דיגע אויספארשונג פון WNBC און Dateline.
"איך בין אומשולדיג, און איך האב געקעמפפט די אלע יארן, און די שווערע ארבעט האט זיך ענדליך אויסגעצאלט," האט געזאגט קאסמי.
צוויי אנדערע מענטשן זענען אויך אומבארעכטיגט פאראורטיילט געווארן אויף די זעלבע מערדער און זענען באפרייט געווארן אין אקטאבער.
"עס איז נישט גרינג פאר א מאן צו זיין און טורמע די אלע יארן איבער א פאברעך ער האט נישט געטאן" זאגט פערעז, "עס טוט וויי".
"צו אויפווייזן דיין אומשולד איז שווער, ספעציעל פון אונטער די גראטעס. דאס גאנצע וואס דו קענסט טאן און זיך פארלאזן אויף די בטחון פון די סיסטעם און מענטשן אזוי ווי מר. אוסטערן" האט ער געזאגט, באציענדיג זיך אויף זיין אדוואקאט ביי זיין זייט, ברוס אוסטערן.
עירס האט געזאגט, "איך וויל בלויז אהיים גיין צו מיין פאמיליע."
פערעז האט געזאגט אז ער קוקט שוין ארויס צו פארברענגן די נאכט מיט זיינע קינדערלעך און "ערזעצן די אלע פארלוירענע יארן." נאכדעם וויל ער פרובירן צו באקומען א רעגירונג באצולטע שטודירונג און צו ענדיגן זיין קאלעדש ערציאונג און ערייכן א דעפלאמע צו א ווערן א פערעליגעל. פערעז איז געווארן א לאו קלערק ווילאנג ער איז געווען און טורמע.
קאסמי, וואס האט נישט קיין קינדער, זאגט ער וויל שטודירן צו זיין א קעכער און "ארבעטן און א שיינע רייכע רעסטוראנט"
קוואל: nbcnews
דריי אומבארעכטיגט פאראורטיילט אויף מערדער באפרייט נאך 18 יאר
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
פאר בערך א האלב יאר צוריק איז א געוועזענע טיטשער אין ברוקלין באפרייט געווארן נאכען זיצען עטליכע יאר אויף די קלאגע׳ס פון א געוועזענע סטודנט׳קע אז ער האט איר מאלעסטעט, מען האט שפעטער געכאפט אז זי האט געזאגט ליגענט. ( דרך אגב, דארט איז נישט קיין דידעקטיוו וואס האט געזאגט און קארט אז די סטונדט׳קע זאגט ליגענט )
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.