בדחן האט געשריבן:איך האב הנאה אז דו האסט פארשטאנען מיין תגובה.
איך אויך.
בדחן האט געשריבן:צום ענין, איך זע אז דו ווילסט עס פארקיווערען איבער ווער עס איז שולדיג אז אינגעלייט קענענן נישט קיין גיטען ענגליש.
איך דיסאגרי מיט דיר, איך האלט אז די עלטערן זענענן שולדיג, ווייל עלטערן וואס זעען אז א וויכטיגע זאך ווערט איגנארירט אינעם בית חינוך ווי זיי שיקען זייערע קינדער, האבן צוויי ברירות צו טיען, 1) טוישען בית חינוך 2 ) צולערנען מיטען קינד די זאך וואס בית חינוך איגנארירט אדער פארנאכטלעסיג, עלטערן קענען נישט די תירוץ ״די תלמוד תורה איז שולדיג״ ווייל די פליכט פון חינוך ליגט אויף די עלטערן נישט אויף די תלמוד תורה,
דא ביי אונזער פאל לגבי ענגליש, מיט צולערנען צוויי דריי שעה א וואך מיט א קינד פריוואט ענגליש קען ער פארפילען דאס וואס די בית חינוך - לדעתך, איי דיסאגרי - פארפעלט, אויב זעען די עלטערן געווען פויל צו פארפילען זייער פילכט, זאלן די קינדער האבן טענות צו די עלטערן פארוואס זיי האבן איינגעדרימלט בשעת זיי האבן געדארפט זיין וואך צום פראבלעם, און עלטערן האבן נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע חינוך און וומסב״ג פאר׳ן קינד האבן זיי געזאלט מופן, אידשקייט באשטייט נישט נאר פון 11211 זופ קאוד.
אוי בדחן בדחן, הער שוין אויף מיט די בדחנות, כי בדחן טובא וועט מען באלד דארפן צוברעכן א כוס פון זוגיתא חיורתא און זונגען ווי לן דמיתנן ווי לן דמיתנן, ליצנות האט אויך א שיעור.
דו האסט מיר געזען באשולדיגן איינעם? אויב עפעס האב איך באשולדיגט די עלטערן אין נישט מודיע זיין פאר די מנהלי המוסדות אז דאס איז א זאך וואס זיי ווילן, פון ווי דארף א מנהל וויסן אז דער עולם וויל די קינדער זאלן קענען ענגליש אויב קיינער זאגט נישט גארנישט? און ס'נאך דא הייליגע עלטערן וואס נעמען ארויס די קינדער פון ענגליש מ'זאל זיי חלילה נישט מטמא זיין דאס קעפל מיט טענדזשערין שאלאכץ. עכ"פ טראכטן די מנהלים אז די עולם לאזט די קינדער בלייבן דארט בדיעבד אז די מאמע זאל האבן נאך צוויי שעה אנצוגרייטן נאכטמאל, אזא מין בעיבי סיטינג סערוויס פון 4 ביז 6 אזייגער, און אויך פון זייער גוט הארציגקייט פאר די מוסדות אז זיי זאלן קענען באקומען נארהאפטיגע פאטעטע קנישעס פאר די קינדער אין די לאנטש פראגראמס.
און ממילא ליגט א פליכט אויף די עלטערן מודיע צו זיין זייער באגער צום מוסד און עס נישט האלטן אין בויך אויס מורא און בושה.
זאגסט אז די עלטערן האבן צוויי ברירות, איך מיין אז ס'אויך דא א דריטע ברירה, והוא, אז זיי זאלן בעטן די מנהלים צו מאכן א תיקון אינעם ענגליש.
און דיין צווייטע אפציע פון צולערנען מיטן קינד, אוודאי איז דאס א גוטע עצה פאר איינער וואס קען דאס אויספירן, אבער למען השם, פארוואס ברויך מען צוקומען צו דעם ווען די קינדער זיצן ליידיג צוויי שעה אין חדר יעדן טאג הערן מעשות פון ר' ישעיה'לה קערעסטירער פון די ענגליש טיטשער? חוץ מזה, איב איינער האט צייט אדער געלט צוצוגעבן פאר זיין קינד אפאר שעה א וואך לימודים וועט עס געווענליך גייט פאר לימודי קודש.
דו טענה'סט אז די ענגליש איז יא כתיקונו אין אונזערע חדרים, קען זיין ביסט גערעכט אין דיין חדר, איך ווייס נישט ווי דו האסט געלערענט, אבער אין מיין חדר איז ענגליש געווען א ברכה לבטלה, און לויט ווי איך הער פון חברים זענען רוב חסידישע מוסדות אזוי, הלוואי דו ביסט גערעכט, אבער ליידער אין רוב פעלער ביסטו נישט.
אקיצור, איך זע אז מיר ביידע האלטן די זעלביגע זאך, אז די עיקר פליכט פון חינוך ליגט אויף די עלטערן, און זיי דארפן זיכער מאכן אז די קינדער באקומען א גוטע חינוך, סא וואס טענה'ט מען זיך דא?