בלאט 1 פון 2
קעמרע'ס
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 6:49 am
דורך [NAMELESS]
איך דארף קויפען א נייע קעמרע פארן באניץ אין שטוב , אבער איך ווייס נישט ווי צו קיקן. איך בין זיכער אז די לעכטיגע חברים פון קאווע שטיבעל וועלן ווי אלעמאל זיין גרייט צו העלפען און שעיר'ן זייערע ידועות.
איך זעה דא אין עמעזאן א קעמרע פאר 73 דאללער און ס'זעהט מיר אויס זייער פיין.
http://www.amazon.com/Canon-PowerShot-S ... B0075SUI2Aוואסערע חסרונות האט די קעמרע , און וואסערע נאך מעלות קען איך באקימען אויב איך ספענד מער געלט?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:43 pm
דורך יידל
זעט אויס ווי א פיינער קאמערע. פארוואס זאלסטו ספענדן מער געלט?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט דעם פרייז דארט איז $112 , נישט $73 ?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט דעם פרייז דארט איז $112 , נישט $73 ?
די שווארצע מאדעל איז 72.99
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:17 pm
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:זעט אויס ווי א פיינער קאמערע. פארוואס זאלסטו ספענדן מער געלט?
ווייל איך בין גרייט צו ספענדען מער פאר א בעסערע זאך. נאר וויבאלד איך בין א עם הארץ אין דעם ווייס איך נישט די חסרונות פון אזא ביליגע קעמרע. איין חסרון האב איך שוין געזעהן אין די רעוויא'ס אז מ'קען נישט כאפן איין בילד נאך די צווייטע, נאר עס נעמט פינף סקונדעס ביז מ'קען כאפן נאך א בילד. וואס נאך חסרון קען אזא קעמרע האבן, און פאר וואסערע פיטשער'ס לוינט זיך צו ספענדען מער געלט?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:24 pm
דורך געפילטע פיש
אויב ביסטו נישט ממש טייט אין געלט וואלט איך געזאגט זאלסט צוצאלן אביסל פאר א Elph 110 HS, ס'איז דרייסיג פערציג דאלער טייערער און ס'האט א בעסערע סענסער, בעסערע אפערטשער, גרעסערע סקרין, שיסט 1080p מאוויס, און העכערע ISO, דאס מיינט אז דו וועסט האבן א בעסערע קוואליטיט פיקטשער, און בעסערע Low light performance.
דא האסטו א קאמפעריסאן ציווישן די צוויי קעמרעס.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:43 pm
דורך שמעקעדיג
געווענליך גלייך איך נישט צו לינקען צו יענע סייט, אבער אז מען האט שוין געשריבן דארט, איז א שאד נישט צו ליינען דארטן און איבערשרייבן לבטלה דא.
אויב נאכן ליינען די זאכן האסטו נאך אלץ פראגעס, אדרבה, דאן וועלט מען דיר פארענטפערן אי"ה.
זעה
דא און
דא
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 10:34 pm
דורך גוטע פינטעלך
לעצענס האבען רוב canon קעמרעס פון "פאינט און שאוט" קאטגעריא נישט קיין קלארע בילדער וויבאלד עס האט זייער אסאך מעגאפיקסילס 12 14 16, איך מיין די בעסטע אין די קאטגאריע איז g-10 אדער די נייערע g-15, אבער עס האט א טייערן פרייז בערך 350 -420 , דערנאך לכאורה קומט די s-110 , עס איז מער קאמפעקט אבער אביסל ווייניגער קלאר. איין מעלה פעלט פון זיי איז 'גרויסע זאום'. עס איז דא אנדרע מיט גרעסערע זאום עס גייט אבער אויפן חשבון פון קלארקייט.
די חילוק פון דע אלע דערקענט זיך נישט אזוי שטארק אויף א קליינע 6x4 בילד, אבער ביי גרעסערע אדער אויפן קאמפיוטער מאכט עס זייער נערוועז
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
ביטע זיי מסביר ווי אזוי "זייער אסאך מעגאפיקסעלס" איז גורם אומ-קלארקייט.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 11:32 pm
דורך גוטע פינטעלך
עס איז א גרויסע אריכות איך האב נישט יעצט קיין צייט, פאר אן אנהייב זעה דא
gadgets.ndtv.com/cameras/features/photography-101-debunking-the-megapixel-myth-224478, מאך א זוך איבער דעם ענין ביי פארשידנע קעמרע ריוויוס וועסטו טרעפען די זעלבע זאך.
פארשטייט זיך דעי פראבלעם איז נאר ביי די פאינט עינד שאוט קעמרעס, ביי די גרעסערע dslr קעמרעס איז דא סאך א גרעסערע סענסאר וואס קען גוט פראססען די סאך פיקסקעלס ממילא זענען זיי א פלאוס.
המציאות יוכיח לכל זה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:12 am
דורך [NAMELESS]
וואס מיינט פוינט ענד שאוט?? און מיט וואס איז עס אנדערשט ווי אנדערע קעמרע'ס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:06 am
דורך געפילטע פיש
גוטע פינטעלך האט געשריבן:עס איז א גרויסע אריכות איך האב נישט יעצט קיין צייט, פאר אן אנהייב זעה דא
gadgets.ndtv.com/cameras/features/photography-101-debunking-the-megapixel-myth-224478, מאך א זוך איבער דעם ענין ביי פארשידנע קעמרע ריוויוס וועסטו טרעפען די זעלבע זאך.
פארשטייט זיך דעי פראבלעם איז נאר ביי די פאינט עינד שאוט קעמרעס, ביי די גרעסערע dslr קעמרעס איז דא סאך א גרעסערע סענסאר וואס קען גוט פראססען די סאך פיקסקעלס ממילא זענען זיי א פלאוס.
המציאות יוכיח לכל זה.
די כלל איז נישט גישניצט אין שטיין, די קעמרע מענאפעקטארס מוטשען זיך מיט דעם פראבלעם און זיי פראבירן צו מאכן די פינצקעלע סענסערס זאלן יא קענען אויפכאפען וואס מער אויף א מאל, און גראדע האט די Elph 110 א BSI-CMOS, וואס העלפט דעם קליינעם טשיפ אויפכאפן מער ליכטיגקייט, ספעציעל אין שוואך באלאכטענע בילדער.
די עיקר פוינט פון מעגאפיקסעלס איז אז די קאמפאני'ס לייגן צו סאך געוויכט אויף מ"פ, (מעגאפיקסעלס, נישט מציצה בפה) אין די מארקעטינג, און קאנסומערס דארפן קוקן מער אויף פיעטשערס ווי סענסער סייז, בעטערי לייף, wide angle, און aperture.
ביזט גערעכט אז די S100\S110 זענען סאאאאך בעסער, אבער ס'קאסט אויך דריי מאל אזוי סאך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:59 am
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:וואס מיינט פוינט ענד שאוט?? און מיט וואס איז עס אנדערשט ווי אנדערע קעמרע'ס?
ס'מיינט א קעמרע וואס מ'פוינט צו וואס מ'וויל כאפן די פיקטשער, און מ'שוט די פיקטשער, אן קיין פיטשיווקעס, אינטערטשעינדזשעבל לענזעס, פילטערס, עקסטענדעד פלעש, וכו'.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:42 pm
דורך שמעקעדיג
גוטע פינטלעך האט א ריכטיגן פוינט. אין א קליינעם סענסאר, ווי מער מעגאפיקסעלס, מאכט מער שאדן ווי גוטס.
אין א ליכטיגן פלאץ איז עס אפשר נישט נוגע, אבער ביי ווייניג-באלויכטענע מקומות ווערט פיל מער "גרעין", אזעלכע ספארקס, פינטעלעך ("נישט-גוטע פינטלעך", שלא כהניק)
דער משוגעת איז א עולם-גולם ווייסט ווי מער מעגאפיקסעלס אלץ בעסער. אבער דאס איז נישט ריכטיג.
געפילטע, ביי "מ"פ, (מעגאפיקסעלס, נישט מציצה בפה)" האב איך אויסגעשאסן...........
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
ש'כח פאר די העלפ עולם. איך בין נישט קיין פאטאגרעפער , און איך דארף א בעיסיק גיטע קעמרע. ווי אזוי הייסט די פיטשער אז מ'קען מאכן איין בילד נאך די אנדערע אן דעם וואס ס'זאל זיין א הפסק אינצווישען?
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 4:16 pm
דורך געפילטע פיש
Burst mode?
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
"בארסט מאוד" איז פאר גאר שנעל, למשל מאכן 4-5 (אדער מער מיט א פראפעשאנעל קעמרע) בילדער אין א סעקונדע.
אסאך קעמרעס נעמט בכלל צייט צווישן איין שאט און דעם צווייטן, בפרט אויב מאכט מען מיט א פלעש (וואס רופט זיך "פלעש ריטשארדזש טיים")
קעמרעס מיט AA בעטעריס נעמט פאר סאם ריזען לענגער צו ריטשארדזשן פון א פלעש, ווי קעמרעס מיט אייגענע באטעריס.
קענאן איז א גוטע קאמפאני, אבער די לעצטע פאר יאר האבן זיי מיט די ביליגע קעמרעס היבש געפלאפט, זייער בלארי אויב ביסט נישט סטעדי און אויב ס'איז נישט גענוג ליכטיג, ארבעט גאנץ שטאטלעך, עס קריכט אויף די געהירן
איך רעד דא פון איבער 10 קעמרעס וואס איך האב פרובירט. לעצטנס האבן זיי זיך אביסל פארבעסערט, אבער זיי האבן איין משוגעת צו לייגן אסאך מעגאפיקסלס. צופיל.
למשל די ELPH 110 ריפלעיסט די ELPH 100 וועלכע האט געהייסן פיל בעסער אין פיקטשער קוואליטעט. און עס האט טאקע פיל ווייניגער מעגאפיקסלס.
אבער רוב מענטשן זענען צופרידן פון די ELPH 110, און אויב ווילסטו נישט צאלן צופיל, קענסטו רואיג גיין מיט דעם, כעצת געפילטע פיש הנ"ל, און געדענק אז You get what you pay for
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:07 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז מיט פענעסאניק? וואס לוינט זיך בעסער דאס אדער די ELPH 110?
http://www.amazon.com/dp/B00728Z9JA/ref ... pe_epc_dt2
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:51 am
דורך שמעקעדיג
לויט די REVIEWS דארט קוקט עס אויס צו זיין א גוטע כלי.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 1:21 am
דורך הרב_שלום
רוף אריין צו בי ענד עידזש
1212-444-6615
זיי האבן גאטראנירטע סעילסלייט פאר קעמערעס
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:00 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט די REVIEWS דארט קוקט עס אויס צו זיין א גוטע כלי.
וואס וואלסטו גענימען צווישן די פענעסאניק און די ELPH 110?
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:03 am
דורך שמעקעדיג
איך פערזענליך האב געהאט בעסערע עקספיריענס מיט קענאן.
זייער אינטערפעיס איז בעסער און געשמאקער צו נוצן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:05 am
דורך [NAMELESS]
אומר ועושה. איך זעה ELPH 110 ביי עמעזאן פאר 150 אבער מיט טעקס. overstock.com בעט נישט קיין טעקס פאר די זעלבע פרייז. איז דא א קעטש ביי אווערסטאק??