איך לאך (וועבערמאן)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

איך לאך (וועבערמאן)

שליחה דורך ברסלבער »

געבענדיג א דרוק אויף דעם אמערסטן געדרוקטן קנעפל אויפ'ן קאווע שטיבל "אקטיווע אשכולות" קומט ארויף א פילפארביגע בילד פון אלע סארט ענינים וואס ווערן דא דורכגעטוהן בכובד ראש, פון די הגדרה פונקטליך וואס ס'גייט אריין אין גדר פון טפשות און רשעות ביז א גאנצע סומאטוכע, פון א הסבר ווי אזוי די פילטער'ס אין די מידיע ארבעטן ביז שיינע ענינים אויף די פרשת השבוע (פרשת וועבערמאן), לא ראי זה כראי זה, יעדעס אשכול מיט זיין געשמאק און אייגנארטיגקייט.

אבער הצד השוה שבהן איז: וועבערמאן.

אין א אומאפיציעלע בונד, אן קיינע מיטינג'ס, אן קיינע פארהאנדלונגען, האט זיך יעדער פארשטאנען אויפ'ן וואונק, אז דא דארף מען רעדן פון די הויפט נקודה וואס שטערט פאר כלל ישראל, און דאס איז וועבערמאן.

דא דארט קומט אן א תמימות'דיגע אידל און ווארפט אריין א צווייטע נושא, משום דרכי שלום ענטפערט מען אים אפ שנעל בשפה רפה ווי פאר אן עם הארץ וואס גריסט אום תשעה באב, אבער מען גייט גלייך צוריק צו די ענינים העומדים על הפרק, און מען לאזט נישט פארדרייען דעם שמועס.

נו וואס טוט מען ווען מען וויל זיך אביסל אויסטשוכענען די נערווען? און טאקע אן וועבערמאן, דארף מען זיך אריבער כאפן צום קול מבשר ליניע, א ריינע אויסגעהאלטענע ווינקל, וואס ווייסט בכלל נישט וואס דער ווארט וועבערמאן באדייט, נו וודאי נישט, זאל ער נאר רעדן איין ווארט וועגן דעם, איז ער שוין אן אפגע'אסר'טער נאר מתחלה אן, מילא אונזער קאווע שטיבל איז דאך שוין זויוויזוי אויפ'ן גע'אסר'טן אינטערנעט ה' ירחם, איז דאך אין איסור חל על איסור, אבער דער קול מבשר קען דאך נאך זיין בהיתר ולא באיסור, ציוואס זאל ער פארשמירן זיין נאמען?

אזוי טראכטענדיג האבן די פינגער'ס ווי פון זיך אליינ'ס געדרוקט די באקאנטע נומערן פון קול מבשר, און איך טרעפ זיך שוין הערן דעם ווארימען מעלאדיע "קול מבשר!", נאכן אויסהערן מיט סבלנות די ערשטע עד וואס מען קען נישט איבערהיפן, האביך גלייך געקוועטשט דעם אינהאלט קנעפל (אזא בחינה ווי "אקטיווע אשכולות" אויפ'ן קאווע שטיבל)
כ'האב פארפעלט א הארץ-קלאפ ווען כ'האב געהערט ווי ער זאגט "פאר א אינטעוויא מיט... וועבערמאן, דרוקט.."
וואאאאאס ביז אהער זענען די חברה אנגעקומען? כ'האב געמיינט אז דער קול-מבשר האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון וועבערמאן?
מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם בין איך גלייך געלאפן צום אינטערוויא, אבער נאך א מינוט-צוויי הערן, האב איך געכאפט וואס דא גייט פאר, עס איז נישט דער וועבערמאן, נאר א צווייטער, און נישט ער וויינט, נאר ער לאכט גאר.

איינער וועבערמאן האט אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות אין די קעטסקעל'ס אויף א גאנץ יאר, און ער שטייט און לאכט, ער האלט זיך ביי די זייטן, פון אונז פרימיטיווע צוריקגעשטאנענע חברה וואס זיצן נאך דא אינעם פארקוועטשטן שטאט
וואס איז די מעשה? עס איז נישטא קיין מוסדות? מען האט שוין דאס אויך צוגעשטעלט, יעצט איז שוין נישטא קיין שום תירוץ.

נו, איז טאקע נישטא נאך תירוצים? איך וואלט פאר קיין געלט נישט ארויס געמופט צו די קאנטרי, אפילו עס איז דא מוסדות, אפילו ס'ביליגער די רענט, אפילו מען קען לעבן מער בהרחבה.
או חברותא או מיתותא, איך דארף מיין בית המדרש, מיין מקוה, מיין דזשאב, מיינע חברים, מיינע שכנים וכו' וכו', ס'קאסט א פרייז? ביניך עס גרייט צו צאלן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

האט דאס צוטוהן מיט דעם?
פארשפארט