בלאט 1 פון 2
מרדכי בן דוד
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 7:52 pm
דורך קאצקע ציקער
צו האלט איינער דא אז זיינע הערליכע פערפאמענס און די וועיג וויזוי ער זינגט איז פשוט ווייל אזוי זינגט ער? אין ס׳איז נאטראל?!אדער ער מאכט נאך גויעשע סטארס?
איך האף דער עולם מיינט נישט אז איך מיין די היינטיגע פערפארמענס זיינע!! ווייל נישט דאס מיין איך,איך מיין דא די הערליכע פערפאמענס וואס ער האט געזינגן אין די ניינציגער יארן ביי די העסק קאנצערטן!
אלזא ס׳בכלל נישט קיין שאלה צו ער מאכט נאך!די שאלה איז נאר וועים!!
יעצט איז אזוי, דעמאלטס האט ער געקענט נאכמאכן וועים ער וויל און קיינער האט נישט געוויסט אז ער מאכט נאך די גויושע חברה ס׳נאך נישט געוועין די אינטערנעט אפאכא! אבער היינט איז אלעס געווארן ״ריוויעלד״ א שטייגער ווי די ׳יודן׳ נוגין איז עפעס א דייטשע ניגון! און דאס איז לדעתי די סבה פארוואס מבד זינגט מער נישט די נוגין!
כדאי צו וויסן וועים ער מאכט נאך דארף מען צוריקגיין צו די גויעשע סטארס אין די 1960 יארן.
למשל ס׳דא וואס זאגן אז ער קאפיט זייער שטארק די ״ביעדעללס״ (פאר די וואס ווייסען וואס דאס ווארט באדייט)
נו ווער נאך..
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
די "בידעלס" איז דאך געוועהן עטליכע מענטשען און זיי האבן געטאנצען מיט אינסטרעמענטס. סאו ווי אזוי האט MBD זיי געקענט נאכמאכן??
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 8:02 pm
דורך קאצקע ציקער
די וועיג פון זינגן! מאכט ער זיי נאך
זיין פערפארמענס האט ער גענימען פון אנדערע
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 8:09 pm
דורך קאצקע ציקער
און מרדכי וויל אונדז איינרעדן אז דאס איז אלטץ געבוירענע טאלאנטן! חס מלהזכיר! מיר וועלן זיך נישט לאזן..[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FVwGKo2pOmc[/youtube]
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 9:31 pm
דורך יידל
וואו זעסטו אין דעם קליפ אז עס איז נישט נאטורליכע טאלאנטען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:38 am
דורך טעפל
און אויב שוין יא איז עס נישט גוט נאכגעמאכט!
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:44 am
דורך שמואל הלוי
קאצקע ציקער האט געשריבן:צו האלט איינער דא אז זיינע הערליכע פערפאמענס און די וועיג וויזוי ער זינגט איז פשוט ווייל אזוי זינגט ער? אין ס׳איז נאטראל?!אדער ער מאכט נאך גויעשע סטארס?
איך האף דער עולם מיינט נישט אז איך מיין די היינטיגע פערפארמענס זיינע!! ווייל נישט דאס מיין איך,איך מיין דא די הערליכע פערפאמענס וואס ער האט געזינגן אין די ניינציגער יארן ביי די העסק קאנצערטן!
אלזא ס׳בכלל נישט קיין שאלה צו ער מאכט נאך!די שאלה איז נאר וועים!!
אויב איז עס בכלל נישט קיין שאלה, טא פארוואס פרעגסטו אין אנהייב צו איינער האלט דא צו ס'איז נאכגעמאכט אדער נאטורליך?
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:51 am
דורך געפילטע פיש
וואס מיינט דאס "נאטוראל"? רוב זאכן וואס א מענטש טוט איז נישט סטריקטלי נאטוראל, די וועג ווי אזוי דו רעדטסט, טראכסט, גייעסט, ווי אזוי דו שאקעלסט זיך ביים דאווענען, ווי אזוי דו טאנצט ביי חתונות, און ווי אזוי דו בלאזט זיך דיין נאז, האט אלעס צו טוהן מיט ווי דו ביסט אויפגעוואקסן, און ווי דו דרייעסט זיך.
אויב מב"ד מיינט דוקא נאכצומאכן איינעם, קען זיין, אבער דו מיינסט אז די ביטעלס זענען נישט נשפע געווארן פון אנדערע? דו מיינסט אז זיי האבן זיך אראפגעזעצט ביי א מיטינג מיט פען און פאפיר אויספלאנירן וואסערע תנועות צו מאכן? די וועג ווי אזוי פערפארמערס אין די זעכציגערס און אין די אכציגערס האט אויסגעזען איז געווען אנדערש אקראס די באורד, און ווי אזוי ס'גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך, און דירעקט אדער אומדירעקט איז ער זיכער נשפע געווארן.
איך זע אבער נישט וואס ס'זאל אויסמאכן יא צי נישט, דאס איז געווען א סטייל פון זינגען, און דאס אימפאקטירט יעדען, חסידישע מוזיק האט זיך אויך געטוישט וועלטן פונעם אמאליגען קלעזמער, ס'איז נשפע געווארן פון אמעריקאנע און מידל איסטערן מיוזיק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:01 pm
דורך איחוד פעלד
און אז ער מאכט יא נאך איז וואס?
אליהו הנביא האט דאך אויסגעלערנט דער שפאלער זיידע אלע גויעשע טענץ, און זייט דעמאלס האט עס אליהו הנביא מכשיר געוועהן, און מען מעג אלע טענץ טאנצען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:02 pm
דורך קעניגרייך
איחוד פעלד האט געשריבן:און אז ער מאכט יא נאך איז וואס?
אליהו הנביא האט דאך אויסגעלערנט דער שפאלער זיידע אלע גויעשע טענץ, און זייט דעמאלס האט עס אליהו הנביא מכשיר געוועהן, און מען מעג אלע טענץ טאנצען.
דאס ווייס איך שוין נישט אויב מען מעג טאנצן גואישע געטענץ, אבער מרדכי בן דוד פארמאגט גאר אויסנאמע טאלאנטען, איך זע נישט אז ער זאל דא איינעם נאכמאכן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:45 pm
דורך zurich
נו ווייל ער פארמאגט 'גאר אויסנאמע טאלאנטן' איז א סימן... אז ס'נישט נאכגעמאכט??
איך מיין אז יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'פונקט פארקערט!!
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:08 pm
דורך petergrifin
א חבר דערצײלט מיר אז מבד האט אמאל געזאגט יארן צוריק אויף אן איזרעילי ראדיא סטעישען אז ער איז זײער נשפע געװארן פין די ביטעלס
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:19 am
דורך zurich
שמואל הלוי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:צו האלט איינער דא אז זיינע הערליכע פערפאמענס און די וועיג וויזוי ער זינגט איז פשוט ווייל אזוי זינגט ער? אין ס׳איז נאטראל?!אדער ער מאכט נאך גויעשע סטארס?
איך האף דער עולם מיינט נישט אז איך מיין די היינטיגע פערפארמענס זיינע!! ווייל נישט דאס מיין איך,איך מיין דא די הערליכע פערפאמענס וואס ער האט געזינגן אין די ניינציגער יארן ביי די העסק קאנצערטן!
אלזא ס׳בכלל נישט קיין שאלה צו ער מאכט נאך!די שאלה איז נאר וועים!!
אויב איז עס בכלל נישט קיין שאלה, טא פארוואס פרעגסטו אין אנהייב צו איינער האלט דא צו ס'איז נאכגעמאכט אדער נאטורליך?
די מהרש״א פרעיגט די קשיא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 11:23 am
דורך שמואל הלוי
ברוך שכוונתי.
מרדכי בן דוד
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:13 pm
דורך עפלשלאכטץ
וואס האט מרדכי בן דוד געטוען אז די האסט אים אזוי פיינט לאמיר דיך זאגן אז רוב ניגינים וואס די זינגסט היינט קימט פון מרדכי בן דוד און ער איז א אויסגעהאלטענעם איד און עס איז גארנישט שלעכט אים צו הערן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:31 am
דורך קאצקע ציקער
עפלשלאכטץ האט געשריבן:וואס האט מרדכי בן דוד געטוען אז די האסט אים אזוי פיינט לאמיר דיך זאגן אז רוב ניגינים וואס די זינגסט היינט קימט פון מרדכי בן דוד און ער איז א אויסגעהאלטענעם איד און עס איז גארנישט שלעכט אים צו הערן
האללוי אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי דו זעהסט אז איך האב עים פיינט??
ווייל איך וויל דיר אביסל עפענען ווערסטו מיר אזוי בייז??
להוי ידוע אז איך האב גאר שטארק ליב mbd אין איך בין פון זיינע גאר שטארקע פענס!! איך ווער משוגא פון זיין מיוזיק! אבער ס׳נעמט נישט אוועק די אמת אז ער אימיטעיט די אמאליגע גויושע סטארס.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז שוועיקי מאכט נאך mbd! ווי ער זינגט אין מיט זיינע פערפארמענס, און אז איינער וואס זאגט עס אויף שוועקי מיינט נישט אז ער האט עים פיינט! דארפסטו אויך פארשטיין אז mbd האט זיך אויך געלערנט וויזוי צו זינגן, און ס׳נעמט גארנישט אוועק פון זיינע טאלאנטן און זיינע געלונגענקייטן!!
קיק אהער: דו קענסט די נוגין dady dear פון mbd? די נוגין איז אויך א נוגין וואס mbd האט אדעפטירט די זעלבע זאך איז ׳די יודן׳ נוגין ווי אויך ׳שיר השלום׳!
דעיס איז אויך שטותים און ס׳הייבט זיך נישט אן ניין?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:48 am
דורך עפלשלאכטץ
איי עם סארי איך בעט דיך איבער איך האב דיך נישט פארשטאנען הער אויס די קענסט אבער נישט רעדן נאר פון מרדכי בן דוד אלע קאמפויזערס נעמען אראפ תניעות אין עס איז גארנישט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:07 am
דורך קאצקע ציקער
שמואל הלוי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:צו האלט איינער דא אז זיינע הערליכע פערפאמענס און די וועיג וויזוי ער זינגט איז פשוט ווייל אזוי זינגט ער? אין ס׳איז נאטראל?!אדער ער מאכט נאך גויעשע סטארס?
איך האף דער עולם מיינט נישט אז איך מיין די היינטיגע פערפארמענס זיינע!! ווייל נישט דאס מיין איך,איך מיין דא די הערליכע פערפאמענס וואס ער האט געזינגן אין די ניינציגער יארן ביי די העסק קאנצערטן!
אלזא ס׳בכלל נישט קיין שאלה צו ער מאכט נאך!די שאלה איז נאר וועים!!
אויב איז עס בכלל נישט קיין שאלה, טא פארוואס פרעגסטו אין אנהייב צו איינער האלט דא צו ס'איז נאכגעמאכט אדער נאטורליך?
זאג דו ווילסט הערן די מעשה צו פרעיגן קשיות?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 4:05 am
דורך טעפל
קאצקע ציקער האט געשריבן:עפלשלאכטץ האט געשריבן:וואס האט מרדכי בן דוד געטוען אז די האסט אים אזוי פיינט לאמיר דיך זאגן אז רוב ניגינים וואס די זינגסט היינט קימט פון מרדכי בן דוד און ער איז א אויסגעהאלטענעם איד און עס איז גארנישט שלעכט אים צו הערן
קיק אהער: דו קענסט די נוגין dady dear פון mbd? די נוגין איז אויך א נוגין וואס mbd האט אדעפטירט די זעלבע זאך איז ׳די יודן׳ נוגין ווי אויך ׳שיר השלום׳!
דעיס איז אויך שטותים און ס׳הייבט זיך נישט אן ניין?
עיין כאן:
viewtopic.php?f=34&t=52&hilit=%D7%A0%D7%99%D7%92%D7%95%D7%A0%D7%99%D7%9D&start=25
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:18 pm
דורך זר זהב
1986 אין ברוקלין קאלעדזש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=76gx25fji7I[/youtube]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:25 pm
דורך זר זהב
1983 אין טשיקאגא, וקרב פזורינו
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=aZaCbhyhbEY[/youtube]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:39 am
דורך טעפל
זינגענדיג "just one shabbos" ביי א בר מצוה אין 1998.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_EfuwcUjYDw[/youtube]
א שיינע קאמענט:
Moshe said...
Wow!!!
The good ol days.
Everytime I watch these vintage MBD clips, I feel bad for today's kids that did not see Modche in his prime.
His power, range, sweetness and hartz earned him the title of "King".
Now for a bit of nostalgia: who can help me with some of the players names:
I see Eddie Melamud. Back-up sax
Who is playing sax and flute?
I see Yossi Piamenta on guitars
I think I see Shabsi Parness
I think I see Yochi Briskman in the background.
At the end of the clip, is of course, Sheya Mendlowitz on the right. Who is on the left? Is that Yossi green?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:59 am
דורך זאל_זיין
צו ווערן אינפלאענסט ביי א גרופע מיינט נישט אז ער סאונד אזוי ווי זיי לגמרי נישט
מבד זינגט נישט און פערפארמט נישט כי הוא זה נישט ווי די ביטעלס ער איז סאך נענטער צו בי גיס אדער אלע אנדערע פאפ ראק זינגערס