בלאט 1 פון 3
חודש אדר אין שטיבל
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 11:39 am
דורך לעמיל
אזוי יעדער ווייסט אז חודש אדר איז שוין ממש אינטער די טיר איז ווער עס האט גוטע איידיעס פאר חודש אדר זאל דא שרייבען און אפשר וועט עפעס ווערען דערפון
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:48 pm
דורך signout
מען דארף מאכען א אשכול ווי מ'וועט נאר קענען שרייבן פורים, אין נאר נאכען טרונקען
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:58 pm
דורך יואליש
איך שלאג פאר א קאווע שטיבעל פורים פעליטאן קאנטעסט!
אויך קנעפלעך און העמעדער מיט קאווע שטיבל אויפשריפטן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:32 pm
דורך משה געציל
דו האלטסט שוין ביי אדר?! קודם זעה אז עס זאל זיין חודש שבט דא... דער עולם פאפט אריין דא ווי בערן אין ווינטער... הזאת השטיבל? חברה וועקטס ענק אויף! אבאמא איז פרעזעדענט, וועבערמאן זיצט, זיגעלמאן איז אינדרויסן, קופערינקוס זיכט ארום זר׳ן, יהדות התורה האט געווינען זיבן בענקלעך, סאטמאר האט דערלייגט צוויי, אתרא קדישא בעט אכצן דאללער, דער קלעקוויר צדיק האט אפגעשטאטעט א בליץ באזיך ביים הייליגן מולאזשנער, כלל ישראל גרייט זיך צום גרויסן כינוס כלל לישראל להצלת האעקענאמיע, וכו׳ וכו׳. עס איז דאך דא אזוי סאך פון וואס צו רעדן!
ווי אזוי פלעגט נאר דר. מאריס גילדוואסער נאכזאגן בשם פראפעסאר גרינוויטש (זיין אייגענע אויסטרעף); ״איך קען זאגן מיט א קלארקייט אז היינטיגע טאג וועט פארצייכנט ווערן אין די היסטאריע, אלטס דער טאג וואס מען האט זיך איבערצייגט מיט א קלארקייט, אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג״, ודפח״ח. דוקתי ושכחתי שהמצאתו אמת ואין לפקפק עליו.
הנוגע לענינו (דאס איז שוין מיין אויסטרעף באזירט אויף די אויבנדערמאנטע ערפונדינג), מען דרייט זיך נישט אין קאווע שטיבל ביז די הונדרעט אכט און דרייסיג. נעמט אייך דאס פעדער און הייבט אן גיסן טינט עס זאל גיין א רויך! יעלו שמים ירדו תהומות! קראכן זאלן זיי פאר קנאה!
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:37 pm
דורך לעמיל
משה געציל דיך קומט זיך מכות אז דו קענסט יא ונטעי ההרים יוכיח איז פארוואס שרייבסטו נישט מער?? נעם דיך אינטער לכבוד פורים כאטש צווי ארטיקלען א טאג.....
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:39 pm
דורך יידל
אגב, האב איך מורא אז מיר גייען זיך דרייען אין קאווע שטיבל ביז די זיבן הונדערט און פופציג...
http://io9.com/345728/geneticists-disco ... 0-%20years
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:43 pm
דורך משה געציל
שוין ס׳איז מיר גוט, איך האב געשפשעט א תפילה אז יידל זאל פארזען מיין אויסטרעף ... איך האב געוויסט אז ער מיט זיין סייענס וועט נישט אזוי שנעל מסכים זיין מיט מיר...
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:51 pm
דורך יידל
אפילו לו יצוייר כ'וועל יא שטארבן אין יונגען עלטער פון 119, מיינסט אז כ'וויל מ'זאל מיר מספיד זיין לויט וויפיל תגובות כ'האב געשריבן אדער וויפיל לייקס כ'האב באקומען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:59 pm
דורך קאווע טרינקער
לויט מיין השערה, אז יידל איז ג-- אליינס (אין הלינק תחת ידי), וועט ער לעבען אויף אייביג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:08 pm
דורך יידל
אה, כ'האב דיר נישט געזאגט? איך בין א מעמבער אין ביהמ"ד תורה ותפלה ד'גוגל. ואידך פירושא זיל גמור.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:13 pm
דורך שמעקעדיג
דער אשכול שמעקט שטארק פון חודש אדר, אזוי ניש-מיר-ניש-דיר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:24 pm
דורך לעמיל
חברה ערנסט גערעדט איינער האט עפעס א איידיע אפשר א פארמעסט אפשר וואטס פאר פורים רב חברה רופטס עינק אן ווארעם
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:26 pm
דורך געפילטע פיש
נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.
לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 5:00 pm
דורך לעמיל
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.
לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?
סארי איך טו תשובה נישט פורים רב איז וואס יא? ווי זענען אלע אונזרע חכמים ונבונים???
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 7:04 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.
לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?
פארשטייט איר מיר, דער חכם געפילטע פיש, מראשי חכמי השטיבל, אשר כל רז לא אניס ליה, וועלכער האט א מיינונג אין יעדע נושא צו איז עס וועלכע סעלפאן currier, מאמין באמונה שלמה מהוא, אטאם, וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין טישו, מנשה ליסטיג, און אלעס אינדערצווישן. ער איז דער חכם, דער גאנץ יעריגער מו"ץ, מהיושבים ראשונה במלכות, מהאחשתרנים בני הרמכים, אוי, וויי געוואלד, ואותי השליך מאחורי גוו, אוי ואבוי, מיר שענקט ער דאס פורים רבנות...
ווי האט יענער געזאגט תיכף אחר יום המר והנמהר ה' איייר ימ"ש, אין די בית הכלא אין מגרש הרוסים "דוד'ל, מנחם, און משה מאכן א מדינה, דוד איז ראש ממשלה, מנחם איז ראש האופוזיציע, משה איז שר הבטחון, און מיר? אה, מיר מאכן זיי תפיסה זיצער...
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:04 pm
דורך געפילטע פיש
מאך נישט אזוי אוועק די פורים רעביסטעווע, רבים וטובים פון די היינטיגע בנש"קליך שלאגן זיך אנצוקומען צו דעם שטאפל מיט אלע כוחות, זיי פארשטעלן זיך אגאנץ יאר מיט תחש קאלירטע בעקיטשעס און פארשטעלעכצער, מאכן מאדנע תנועות, זאגן פורים תורות, אבי מ'זאל זיך אומקוקן אויף זיי, און דו ווארפסט דאס אוועק אזוי כלאחר יד? דאס איז אן ערענסטע שטעלע וואס דינט א ערענסטע תפקיד, אויב ביסטו נישט אפ טו די טעסק לאז מיר וויסן און כ'וועל זען וואס מ'קען דיר צושטעלן, ס'נישט געבליבן קיין סאך שטעלעס, אפשר מקוה איד, אדער
משגיח בודק צו זיין אויב ס'איז נראה לחוץ.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:14 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:אה, כ'האב דיר נישט געזאגט? איך בין א מעמבער אין ביהמ"ד תורה ותפלה ד'גוגל. ואידך פירושא זיל גמור.
אה, איך בין געווען זיכער אז דו ביסט א מעמבער אין תהלים כולל און אלע דיינע חידושים פאלן אראפ פון הימל!
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:24 pm
דורך יואליש
"געפילטע" און "קאווע טרינקער" זאלן האבן א פורים קידוש פארמעסט. ס'איז נישט ערלויבט פאר קאווע טרינקער צו ניצן פסוקים פון זיין ברית חדשה, יואל II.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:25 pm
דורך געפילטע פיש
I don't stand a chance.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:35 pm
דורך יאיר
יואל פון די ברית חדשה איז מיט מציצה בכלי?
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 10:54 pm
דורך sunbar
מען זאל מאכן וואלן פאר א פורים גבאי, און ער זאל באשליסן וואס מען מעג שרייבן דער פאר טעג ארום פורים...
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 11:56 pm
דורך ניו יארק
קודם דארף מען פייערען בוירטדעי, קאווע שטיבעל ווערט איין יאר אלט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:06 am
דורך געפילטע פיש
נוי יארק האט געשריבן:קודם דארף מען פייערען בוירטדעי, קאווע שטיבעל ווערט איין יאר אלט.
יא יא, יום הגדול והנורא ממשמש ובא, אום יום ל' שבט, יום א' דר"ח אדר, און אום פעברואר דעם דריי און צוואנציגסטען בלע"ז, וואס פאלט אויס שבת זכור ערב פורים הבעל"ט. מ'קען שוין צוריק אנטוהן פאר אונזערע ראבאטן וואס שמועסן דארט אויוון
געבורטס טאג היטלעך.