בלאט 1 פון 1

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:45 pm
דורך יידל
בלעקבעררי'ס הויפט מעלה איז געווען די סעקיוריטי. אויב איז דאס נישט די זעלבע אין די נייע פאון, דאן גייען זיי גיין באנקראפט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:49 pm
דורך יידל
אופס, כ'האב צו שנעל אפגע'פסק'נט. כ'זע אינעם נ.י. טיימס ארטיקלט אז זיי האבן זיכער געמאכט דאס צוצעטיילען אין צוויי, די סעקיור חלק און די "פלעי" חלק.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:26 pm
דורך געפילטע פיש
אזוי זעט ביי דיר אויס תחיית המתים?

בלעקבערי טען

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:24 pm
דורך עפלשלאכטץ
נאך צולייגן צים נייעס וועגען דעם נייע טעלפון עס קימט ארויס צוויי מינע איינס אן א קי בארד דאס מיינט אז די גאנצע זאך איז טאטש סקרין און איינס מיט א קי פעד מיט רעגעלע באטענס נאך דעם גייט עס האבן סקייפ און וואטץ עפפ האט עס געהייסן אז עס גייט עס נישט האבען אבער צים סוף האבען זיי מחלוט געוועזען אז מען וועט עס יא קענען האבן און עס גייט מער נישט פריזען די פואן

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:34 pm
דורך מים חיים
זיידעטשקע, יישר כח פאר די קליפ.

די טעכנעלאגיע פון קענען רוקן צייט ביים נעמען בילדער איז אבנארמאל!!!

עס ארבייט אזוי, מען נעמט א בילד, און ווען מען קוקט אויף די בילד זעהט מען אז די אויגן זענען פארמאכט, צו די שמייכל איז נישט גוט געלונגען. האט מען די ברירה צו גיין פריער אדער שפעטער אין צייט (וואס די קעמרע האט "געקוקט" אויף דיר) און מען קען אויסקלויבן א געוויסע סעקונדע, וואס דארט האט מען יא געשמייכלט, אפילו אויב די סעקונדע וואס די בילד איז גענומען געווארן האט מען נישט געשמייכלט, אבער אויב האט מען געשמייכלט בשעת די קעמרע האט געקוקט אויף יענעם קען מען עס צוריקרוקן. און מען מוז נישט רוקן די גאנצע בילד, אויב איז פארהאן צוויי פנימער, קען מען רוקן פנים א' אויף פאראויס, און פנים ב' אויף צוריק. און אזוי אהערשטעלן א בילד וואס איז אין רעאליטעט קיינמאל נישט פארגעקומען!!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:47 am
דורך נולד מאוחר
מים חיים האט געשריבן:זיידעטשקע, יישר כח פאר די קליפ.

די טעכנעלאגיע פון קענען רוקן צייט ביים נעמען בילדער איז אבנארמאל!!!


אינערסאנט אז פראפעשנעל פארטאגרעפערס האבן נישט די פיטשער. אפשר יא?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:41 am
דורך געפילטע פיש

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:10 am
דורך לעמיל
אויף איבעי קען מען עס קויפען פאר $1600 צו עץ גלייבטס צו נישט מענטשען צאלען דעי פרייז דערפאר

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
דראפ טעסט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Djj47D_n0Po[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:59 am
דורך נייגעריגער
עפלשלאכטץ האט געשריבן:נאך צולייגן צים נייעס וועגען דעם נייע טעלפון עס קימט ארויס צוויי מינע איינס אן א קי בארד דאס מיינט אז די גאנצע זאך איז טאטש סקרין און איינס מיט א קי פעד מיט רעגעלע באטענס

דא האט איר א בילד פונעם מאדעל מיטן קיבארד הנקרא q10 .
blackberry-q10-hands-on-edit-16_verge_super_wide_large_verge_medium_landscape.jpeg

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:37 am
דורך משגיח
וואס איז מיט פריזען? גייט עס אויך זיין אזוי ווי די פאריגע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 11:00 am
דורך נייגעריגער
משגיח האט געשריבן:וואס איז מיט פריזען? גייט עס אויך זיין אזוי ווי די פאריגע?

זיי זאגן פארשטייט זיך אז נישט, אבער גיי גלייב זיי, וואס דען זאלן זיי זאגן אז עס האט גארנישט קיין אימפראוומינטס אין דעם הינזיכט, ימים ידברו!

וואס שפילט יא צו לטובתם איז אז אלע בלאגער ריוויאוס, און אלע בלעקבערי ווערסוס אייפאון און ענדרויד, געבן דעם כולם [כמעט] פה אחד דער אויבערהאנט פארן בלעקבערי איבער זיינע חברים [אדער קעגנער'ס] אין דער שנעלקייט און שטארקייט פונעם פראססעסער, [זיי האבן פראבלעמען מיטן בלעקבערי אין אנדערע הינזיכטן ווי למשל די מאנגל אין עפפס און נאך, אבער לגבי די נושא פון שנעלקייט און נישט פארפרוירנקייט האט ער די אויבערהאנט].

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:39 am
דורך העי נאו
ספרינט איז די אייציגסטע וואס גייט נישט פארקויפן דעם Z10 נאר די Q10 ערשט אין אפריל. ווערייזאן וועט האבן די Q10 נישט פאר אונמיטן זימער

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:57 pm
דורך חשבון
וועלכע איז די Q מיט די קיבארד?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 8:25 pm
דורך נייגעריגער
יאפ!

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 8:36 pm
דורך חשבון
פארוואס נעמען זיי נאר אריין איינס?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:11 pm
דורך העי נאו

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:16 pm
דורך העי נאו
מים חיים האט געשריבן:זיידעטשקע, יישר כח פאר די קליפ.

די טעכנעלאגיע פון קענען רוקן צייט ביים נעמען בילדער איז אבנארמאל!!!

עס ארבייט אזוי, מען נעמט א בילד, און ווען מען קוקט אויף די בילד זעהט מען אז די אויגן זענען פארמאכט, צו די שמייכל איז נישט גוט געלונגען. האט מען די ברירה צו גיין פריער אדער שפעטער אין צייט (וואס די קעמרע האט "געקוקט" אויף דיר) און מען קען אויסקלויבן א געוויסע סעקונדע, וואס דארט האט מען יא געשמייכלט, אפילו אויב די סעקונדע וואס די בילד איז גענומען געווארן האט מען נישט געשמייכלט, אבער אויב האט מען געשמייכלט בשעת די קעמרע האט געקוקט אויף יענעם קען מען עס צוריקרוקן. און מען מוז נישט רוקן די גאנצע בילד, אויב איז פארהאן צוויי פנימער, קען מען רוקן פנים א' אויף פאראויס, און פנים ב' אויף צוריק. און אזוי אהערשטעלן א בילד וואס איז אין רעאליטעט קיינמאל נישט פארגעקומען!!!!

ביי דע וועי מיין HTC EVO 4G LTE וואס איך האב שוין א יאר צייט האט א ענדליכע פיטשער ווען איך האלט אן די סנעפ באטען נעמט עס אסאך פיקטשערס אויף איין מאל אין איך קען אויסקלויבן די בעסטע