בלאט 1 פון 1

צוריקציען פון א לייק

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:17 pm
דורך שמואל הלוי
ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז ביז 5 סעקונדן (תוך כדי דיבור) זאל מען קענען צוריק ציען פון א טעות'דיגע לייק.

Re: ניין ביי טערטין

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:32 pm
דורך Java
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'וואלט געווען א גוטע זאך טאקע אז ביז 5 סעקונדן (תוך כדי דיבור) זאל מען קענען צוריק ציען פון א טעות'דיגע לייק.

מען קען ווען אימער צוריקצוען פון א לייק. האווערט דעם מויזל נעבן דעם "ציטוט" קנעפל, דארט ווי די לייק קנעפל איז געווען מעיקרא, וועט די מויזל זיך טוישן צו א הענטעל, און עס וועט ארויפקומען אזא קעסטעל "פארמעקט אייערע לייקס", גיט א קליק, און די לייק איז פארמעקט.

Re: ניין ביי טערטין

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:44 pm
דורך שמואל הלוי
ייש"כ, איך האב עס יעצט פרובירט, האב איך באמערקט א שטיקל טעות וואס קומט באמת אין פראגרעס אשכול, דהיינו אנשטאט "איר זענט זיכער אז איר ווילט פארמעקן אייערע לייקס" בלשון רבים, דארף שטיין "אייער לייק" בלשון יחיד.

Re: צוריקציען פון א לייק

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:59 pm
דורך Java
ישר כוח, פארראכטן.

Re: צוריקציען פון א לייק

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:16 pm
דורך אברעמעל
גוטע איידיע צוצופיקסן איינעם ווען מ'ווערט גערעגט...

Re: צוריקציען פון א לייק

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:19 pm
דורך שמואל הלוי
אברעמעל האט געשריבן:גוטע איידיע צוצופיקסן איינעם ווען מ'ווערט גערעגט...

געווענדליך קינדער טרינקען נאך נישט קיין קאווע טעגליך, דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך (אזוי האף איך עכ"פ) באזעסענע אידן וואס טוען נישט קיין קינדערישע שטיק.

Re: צוריקציען פון א לייק

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:35 pm
דורך אברעמעל
האופ סאוי.

Re: צוריקציען פון א לייק

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:17 pm
דורך א איד
איז וואס איז פשט פון צוריק ציהען פון א לייק?
אויף יעדע זאך קען מען צוריק ציהען, היינט האב איך ליב פיצא, און מארגן בין איך נישט אין די מוהט פון פיצא, איז וועגן דעם ציה איך צוריק פון מיין לייק פאר פיצא?