בלאט 1 פון 6
גוגל נייעס
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:15 pm
דורך יידל
גוגל האט געמאלדן אז זיי האבן באוויזן ארויפצולייגן גרויסע חלקים פון צפון קארעא אויף גוגל מעפס. ביז היינט איז נאר געווען אנגעצייכענט אויף גוגל מעפס וואו די הויפשטאט פיאניאנג איז. דעם דינסטאג האט גוגל ארויסגעגעבן א דעטאלירטע מעפ, וועלכע אינהאלט כמעט אלעס פון סובוועי סטעטישאנס צו די ריזיגע תפיסות-שטעט וועלכע ענטהאלטן 10,000 מענטשן יעדע איינע. דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג פאר גוגל וויבאלד צפון קארעא איז א קאמוניסטישע שטאט וועלכע איז זייער סודותפול און איזיאלירט.
בעפאר און דערנאך בילדער פון צפון קארעא אויף גוגל מעפס:


צפון קארעא איז געווען די לעצטע לאנד צו ווערן מאפירט אויף גוגל מעפס. גוגל האט אין א בלאג פאוסט מודה געווען אז די אינפארמאציע איז נישט פערפעקט און געבעטן ווער אימער ס'האט אינפארמאציע זאל דאס סובמיטירן צו גוגל אזוי אז זיי זאלן קענען אויסארבעטן די מאפע די בעסטע ס'שייך.
דריי אינטערעסאנטע פלעצער צו באזוכן ווירטואל אין צפון קארעא (אויף גוגל מעפס) זענען ווי פאלגנד:
די גולאג איז א שטאט וועלכע איז איין ריזיגע תפיסה, אין די גרויס פון 212 סקווער מייל. לויט באריכטן זענען דא 10,000 מענטשן אין דעם תפיסה, און די צפון קארעא'ער לעגענדע לויטעט אז קיין איינער האט נאך קיינמאל נישט מצליח געווען צו אנטלויפן פון דעם גולאג.
דער פארשטארבענער פרעזידענט קים אונג איל און זיין פאטער קים איל סונג זענען באגראבן געווארן אין א פרעכטיגע פאלאץ, וועלכע זיי רופן קומסוסאן אנדענק פאלאץ.
לויט באריכטן זענען 30,000 מענטשן אויף דעם ארט אויסגעגאנגען פון הונגער אום 2012.
וואשינגטאן פאוסט באריכטבאריכט אין "די וואך" מיט לינקס
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:14 pm
דורך חד גדיא
יידל האט געשריבן:די גולאג איז א שטאט וועלכע איז איין ריזיגע תפיסה, אין די גרויס פון 212 סקווער מייל. לויט באריכטען זענען דא 10,000 מענטשן אין דעם תפיסה און די צפון קארעא'ער לעגענדע לויטעט אז קיין איינער האט נאך קיינמאל נישט מצליח געווען צו אנטלויפן פון דעם גולאג.
10000 מענטשן אין 212 סקווער מייל איז היפש ווייניגער צאמגעשטופט פון ניו יארק!!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:56 am
דורך שמעקעדיג
די עפפ "גוגל טראנסלעיט", וועלכע טוט איבערטייטשן פון איין שפראך צום צווייטן, האט צוגעלייגט נאך 16 שפראכן צו זייער ליסטע, אונגאריש צווישן זיי.
עס האט א נייע פיטשער, אז מען קען כאפן א בילד פון געשריבענע ווערטער און עס אפשיקן צו "גוגל" און זיי שיקן דיר צוריק די טראנסלאציע דערפון.
די אונגארישע זאגן אז מה-דאך ביי "אידיש" פאלט ארויס די ציין ביי גוגל טרענסלעיט, על אחת כמה וכמה ביי אונגאריש זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין.
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12340=========
אין אנדערע נייעס, האט גוגל מעפס (EARTH) אויף אנדרויד צוגעלייגט 3D VIEW אויף די מאפעס.
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12339
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:24 am
דורך ניו יארק
לויט געוויסע אבער קראנטע באריכטען ערווארט גוגל גאר א גרויסע שפרינג און די סטאק מארקעט.
זר זהב האט געשריבן:אין א טעלעפאון קאלל צו אינוועסטארס עטליכע טעג צוריק האט גוגל סי אי או סטיוו שמיט גערעדט פון קאווע שטיבעל'ס נייע גוגל זיכעריי אפציע! ער זעהט דעריבער פאר א שטערקערען קומענדיגע פערטעל..
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
די באקאנטע פיטשער פון קענען שיקן פראגעס צו גוגל דורך טעקסט מעסעדזשעס, ווי צב"ש פלייט אינפארמאציע, דירעקציעס, וועטער, וכדומה, איז געענדיגט!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2418886,00.asp
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:11 pm
דורך שמעקעדיג
גוגל פלאנט צו פארשפרייטן וויי-פיי אין צוריקגעשטאנענע לענדער, ווי צב"ש אפריקע און אזיע, נישט דורך קעיבלס, נאר דורך.... בעלאנס וואס פליען אין דערלופטן!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419509,00.aspאין אנדערע נייעס, וויל גוגל איבערנעמען די באקאנטע
WAZE GPS, וועלכע סובסקרייבער קענען קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן, ווייל זיי ווילן נישט ס'זאל אריינפאלן בידי זרים, א שטייגער ווי זייער קאמפעטישאן 'פעיסבוק' וכדומה.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419497,00.asp
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:44 pm
דורך געפילטע פיש
עס דרייען זיך שוין ארום שפעקולאציעס איבער
Waze, א איזראעלי קאמפאני וואס האט דיוועלאפט א סאשעל GPS נאוויגאציע עפפ וואס באשטייט פון די באנוצערס פידבעק איבער טרעפיק און ספיד טרעפס. שוין חדשים וואס מ'רעדט אז עפל, פעיסבוק, אדער גוגל גייען עס אפקויפן. די עפפ האט שוין 50 מיליאן באנוצער, און לויט ווי
ס'זעט אויס גייט עס גוגל אפקויפן פארן פאנטאסטישע פרייז פון 1.3 ביליאן דאלער אין די נאנטע צוקונפט, און ווארשיינליך אריינבאקן אין איר עקזיסטירענדע גוגל מעפס.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
דאס האבעך געשריבן איין תגובה צוריק, שוין א צייט צוריק...
אבער א דאנק פארן מוסיף נופך זיין מער פרטים.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:35 pm
דורך געפילטע פיש
אה, כ'האב געדענקט אז ערגעץ האט מען שוין גערעדט דערוועגן דא. דאמאלס איז עס נאך געווען בלויזע שפעקולאציעס, יעצט זעט עס אויס מער ערענסט.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:46 pm
דורך שמעקעדיג
א אינטרעסאנטע באריכט פארוואס גוגל וויל זיך צאמשטעלן. ס'איז אינטרעסאנטע נייעס פאר מיר.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2420199,00.asp
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:08 pm
דורך נולד מאוחר
כווייס נישט פארוואס ער רעדט זיך אפ אויף גוגלמעפס. פאר מיר קוקט אויס א מוראדיגע פראדאקט.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:כווייס נישט פארוואס ער רעדט זיך אפ אויף גוגלמעפס. פאר מיר קוקט אויס א מוראדיגע פראדאקט.
איך בין מיט דיר, נולד. איך האב עס שוין באשריבן אין דעם
GPS אשכול.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 1:09 pm
דורך דענקער
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:15 pm
דורך ניו יארק
מזל טוב מקודשת!
גוגל מעלדט עס
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:13 pm
דורך דענקער
פארבס איז מסביר פארוואס גוגל האט אזוי שטארק געוואלט דאס געשעפט.
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 6:29 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=194qm5ybT5w[/youtube]
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 9:13 pm
דורך chosen people
Google glasses
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:10 am
דורך נולד מאוחר
כהאב געליינט אטיף אייוועלט אן אינטערסאנטע זאך וואס גוגל מאכט.
סהייסט google
loon. רעדט מען שוין ערגעץ דא און שטיבעל דערפון?
גוגל וויל צי שטעלן אינטערנעט פאר די ציריגעבליבנע לענדער וואס האבן קוים לעקטער. לייגן זיי ארויף אויף באלאנס וואס שוועבט און די ליפט די אינטערנעט ריסיווערס, כוויס נישט פינקטלעך. ווער קען מיך איבערנעמען?
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:00 am
דורך boxcover
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב געליינט אטיף אייוועלט אן אינטערסאנטע זאך וואס גוגל מאכט.
סהייסט google
loon. רעדט מען שוין ערגעץ דא און שטיבעל דערפון?
דא
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:03 pm
דורך נולד מאוחר
גוגלס מעפ אפדעט איז קאל
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
באקימען א מודעה אויף מיין טעלעפאן אז גוגעל האט מיך אויסגעקליבן צו טרייען א נייע סערוויס וואס קאמפרעסט אויטאמאטיש די וועבפעיזשעס וואס איך באזיך. דאס סעיווט אסאך סעליעלער דעיטא, און ס'דארף אויך צו זיין שנעלער
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:47 pm
דורך boxcover
נולד מאוחר האט געשריבן:גוגלס מעפ אפדעט איז קאל
נישטאמאל געוואוסט דערוועגן. א דאנק.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:48 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז אויף קאמפוטער און מאביל