לעמאן דזשוס אין א כתובה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

לעמאן דזשוס אין א כתובה

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

לכבוד אונזער געטרייע ידיד השטיבל "לעמאן דזשוס" וועל איך דא מעתיק זיין אן אינטערסאנטער זאך לגבי דעם נאמען, ווי אזוי מען שרייבט דאס אין א כתובה, איך האף אז אונזער חבר האט שוין געשריבען א כתובה, אבער סאיז דאך לעצטענס באקאנט געווארען אז עס איז דא איינער וואס רופט זיך לעגאל "לעמאן דזשוס", איז די שאלה ווי אזוי שרייבט מען זיין נאמען אין די כתובה?

האב איך געזען אז שלמה המלך איז גערעכט "מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה, ואין כל חדש תחת השמש" (קהלת א-ט).

אין יאר תקפ"ז (למספרם 1827) איז געווען טאקע דא אין "נו יארק" א איד פון די קהילה עדת ישורון אין מאנהעטען - "מתא דיתבא על אי מוקפת ימא" וואס האט געהייסען "יוסף" און זיך גערופן "לעמאן" האט חתונה געהאט און געשריבען א כתובה פאר זיין ווייב "מאכיע" וואס האט זיך גערופן "סלמן", און דא קען מען זען וויאזוי מען האט דאס געשריבען אין די כתובה.


[לכבוד שלושים יום לפני החג דפורים: די כתובה איז געשריבען געווארען פונקט א חודש פאר פורים, און עס איז נתגלה געווארען דערינען א פיינע רעסיפי פאר מזל אדר דגים 'סלמן פיש מיט לעמאן דזשוס', איי וואס קען שוין זיין בעסער ...]
בייגעלייגטע פיילס
גענומען פין די jta ליברערי, איך האב נישט קיין דירקטע לינק
גענומען פין די jta ליברערי, איך האב נישט קיין דירקטע לינק
ksubas-lemon1.gif (155.68 KiB) געזען געווארן 430 מאל

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר