ווער בין איך?
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
ווער בין איך?
שלום עליכם! דאס בין איך, לולקע-ציבעך. לאמיר זיך באקענען. פאר איר נעמט זיך רעדן וועגן זיך, וואלט געווען יושר אז איך זאל זיך קודם פאָרשטעלן. (נאך אלעם, בין איך דאך דער וואס האט אייך געגעבן דעם "שלום עליכם", נישט פארקערט!)
איך, לולקע-ציבעך, בין א מענטש. אבער "מענטש" אליין זאגט דאך גארנישט -- עס זענען דאך פאראן א זעקס ביליאן פון דעם מין. אקעי, גערעכט: איך בין א איד. נאך אלץ נישט גענוג. איר זענט ווייטער גערעכט: איך בין א חסידישער איד. אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג. "מענטש-איד-חסידישער איד" -- דאס איז נאך אלץ א שם הכולל פאר לכה"פ טויזנטער מענטשן. איר ווילט דאך וויסן ווער "איך" בין. וועל איך אייך זאגן: איך בין א חסידישער איד וואס באלאנגט צו יענעם-און-יענעם קרייז (נישט די זייט -- איך בין פון דעם אנדערן צד). איך בין מיטלמעסיג אין הויך און וואג. כ'האב טונקעלע האר און עטוואס-טונקעלע הויט. כ'טראג קאנטעקט-לענסעס. (גלעזער גייען אויף די נערוון.) מיין בארד איז אביסל אריינגעדרייט. (זי איז לעולם לענגער ווי זי זעט אויס.) איך טראג א ווייס העמד (רעכטס אויף לינקס) און א פאר שווארצע הויזן. (ס'איז נישט מיין סוט הויזן -- יענע ניץ איך נאר פאר שמחות און אנדערע אזעלכע ספעציעלע געלעגנהייטן.)
בטבע בין איך א שעמעוודיגער, א שטיקל כעסן, נישט קיין שלעכטער -- הגם אויך נישט קיין מורא'דיג-פיינהארציגער. איך גלייך סטעיק (מיט פאטעיטא סאלאט צו דער זייט). בדיעבד קען איך פארדייען א גוט שטיקל מילכיגס אויך. איך האב ליב שווארצע קאווע. טיי איז נאר על כל צרה שלא תבוא, אין פאל פון א פארקילאכטס. איך בין א "פען" פון ליפא. מיכאל איז נישט שלעכט. מרדכי איז גאר גוט! איך בין א "מעטס פען". (וואס איז די גדולה מיט די "יענקיס"?)
פאר פרנסה טו איך אין אינשורענס. (מיין ספעציאליטעט איז לייף אינשורענס, אבער איך טו אויך אינוועסטמענס און אביסל קאמערשאל אינשורענס, דא און דארט.) איך בין אן אישורענס אגענט. כ'האב א שטיקל שותף, אבער יענער טוט בעיקר די אפיס ארבעט. איך בין מער אויפ'ן ראוד.
אבער, איך פארשטיי אז איר זענט נישט צופרידן פון מיין מענה לשון אין די לעצטע דריי פאראגראפן. איר פרובירט דאך צו פארשטיין ווער איך בין. דערווייל האב איך אייך נאר געזאגט וויאזוי איך זע אויס, וואס איך טו, וואספארא בגדים איך טראג; כ'האב אייך דערציילט וועגן מיין עסן-געשמאק און עטליכע פון מיינע נטיות. אבער די אלע זאכן זענען צוגאבן און צוגעהערן וועגן מיר. ווער בין אבער איך אליין? די פראגע שטייט דערווייל און ווארט אויף אן ענטפער.
דעם אמת געזאגט, בין איך אליין נישט קלאר אין דעם. איר זענט נישט דער ערשטער וואס שטעלט מיר די פראגע, ווער איך בין. איך אליין האב שוין א שיין-ביסל געטראכט דערוועגן. דערווייל אבער בין איך נישט זיכער אז איך האב א קלארן ענטפער, אפילו פאר זיך אליין.
אמאל האב איך געמיינט אז איך בין -- פשוט איך: מיין גוף, מיין מוח, מיינע געפילן, מיינע זכרונות, און נאך אזעלכע זאכן און אייגנשאפטן. פאר א לאנגער צייט האב איך זיך אזוי ארומגעדרייט זיכער און קלאר. ווען איך האב אבער אנגעהויבן אריינטראכטן אביסל טיפער, האב איך איינגעזען אז ס'איז נישט אזוי פשוט. און איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס ס'איז מער קאמפליצירט ווי עס זעט אויבנאויף אויס.
מיין גוף, וואס זעט טאקע אויס ווי איין גרויסער "שטיק", איז באמת צוזאמגעשטעלט פון צעלן, טריליאנען צעלן. די צעלן האלטן אין איין אפשטארבן און נייע ווערן געבוירן אויף זייער פלאץ. ווען א צעל שטארבט, מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז יענער טייל גוף איז געשטארבן. ווען זיין פלאץ ווערט ערפילט מיט א נייעם צעל, מיינט עס דאך אז יענער חלק גוף איז יעצט פריש געבוירן געווארן. צעלן האלטן אין איין שטארבן און געבוירן ווערן דורכאויס דעם גאנצן לעבן פון א מענטש. עס געדויערט ארום 10 יאר ביז אלע צעלן פונעם גאנצן גוף ווערן ערזעצט מיט נייע צעלן. דאס הייסט, אז יעדע צען יאר טרעף איך זיך מיט א נייעם גוף. דאס מאטעריאל פון וואס מיין גוף איז צוזאמגעשטעלט איז אינגאנצן ניי. מיין גוף איז דורכאויס די צען יאר ביסלעכווייז אפגעשטארבן. נישטא פון אים קיין זכר. דער גוף וואס איך האב יעצט, איז שפאגל ניי. (די נייע שיך האב איך געקויפט טאקע לכבוד דער שמחה. פאריגע וואך האט זיך געענדיגט א פרישער צען-יאר מחזור.)
איז, איך, וואס לעבט שוין ארום 25 יאר, בין נישט דער גוף. דער קערפער איז "מיינס". איך בין אבער נישט ער און ער איז נישט איך. מיר זענען טאקע זייער נאענט פארבינדן -- איך קען בשום אופן נישט עקזיסטירן אן מיין גוף; איז ער אבער פארט נישט איך. ער איז מיינס. "איך" בין דער, צו וועמען דער גוף באלאנגט.
מיין מוח? דאס זעט שוין אויס אביסל נאענטער צום אמת. מיינע מחשבות און הרגשים, מיין נערוו-סיסטעם און אלע קערפער-פונקציעס ווערן דירעקטירט און קאנטראלירט דורכ'ן מוח. מסתמא ליגט דער הונט טאקע דא באגראבן. (העי, לולקע: מען האט דיך געכאפט! קענסט שוין ארויסקריכן פון דיין מוח-באהאלטעניש.)
האב איך אבער א שטיקל -- נישט ממש א פירכא, אבער יא א שטיקל קשיא. וואס וועט זיין, אויב איך וועל חלילה זייער קראנק ווערן אין ארום 20 יאר פון יעצט. מען זאגט אז די מעדיצינישע טעכנאלאגיע וועט דעמאלט זיין אזוי פארגעשריטן, אז מען וועט קענען דורכפירן מוח-איבערפלאנצונגען, פונקט מען טוט היינט מיט'ן הארץ און אנדערע ארגאנען. וועט א גרופע עקספערטן מיר געבן א נייעם מוח. (באקומען פון אן אנאנימען ארגאן-ביישטייערער -- א צדיק פון א מענטש!) וועל איך דעמאלט זיין "איך", אדער וועל "איך" דעמאלט זיין יענער, פון וועמען דער מוח שטאמט?
לאמיר עס נעמען א שטאפל ווייטער. לאמיר זאגן אז די טעכנאלאגיע וועט דעמאלט זיין אזוי סאפיסטיקירט, אז זי וועט געבן א מעגליכקייט אז דעם גאנצער תוכן פון מיין מוח -- מיינע געפילן, פרעפערענצן, זכרונות, נטיות, הכל בכל מכל -- זאל ווערן אראפגענומען אויף א הארד דרייוו, און שפעטער, ווען דער נייער מוח ווערט אריינגעשטעלט אין מיין קאפ, וועט דאס גאנצע פעקל אינפארמאציע אריינגעפיטערט ווערן אינעם נייעם מוח. ווער וועל איך זיין דעמאלט: וועל איך זיין מיין "נייער" מוח? דער אלט-נייער תוכן פון מיינע ביידע מוחות?
און ווער וועל איך זיין דורכאויס די 12 שטונדן וואס די אפעראציע וועט געדויערן? דער מוח וועט זיך דעמאלט געפינען אין א ספעציעלער מאשין אין דעם צימער אין וועלכן איך וועל ליגן בשעת דער אפעראציע. וועל "איך" דעמאלט זיין אין דער מאשין? אין ערגעץ נישט? ערגעץ אינדערצווישן?
און אז מיר פאנטאזירן שוין יא אזוי באלעבאטיש, פארוואס זיך דא אפשטעלן? לאמיר זיך אויס'משל'ן אז דורכאויס דער אפעראציע איז מיין קערפער צוגעטשעפעט צו דער מאשין וואו מיין מוח ליגט יעצט. עס ציען זיך דראטן פון דער מאשין ביז מיין קאפ, און איך קען אזוי ארום ווייטער פונקציאנירן -- ענליך צום אופן ווי מען טוט עס ביי א הארץ אפעראציע, אז דער מענטש ווערט דורכאויס דער אפעראציע דערהאלטן ביים לעבן מיט א מאשין וואס ערפילט די ראלע פונעם הארץ. וואו און ווער וועל איך דעמאלט זיין: קערפער אדער מוח שבתוך מאשין?
און אויב וועל איך זיך אויפוועקן אינמיטן דער אפעראציע (די היינטצייטיגע איינשלעף-מעדיצינען זענען ווערט א רעטעך! אין 2013 וואלט אזוינס קיינמאל נישט געשען.) און א קוק געבן אויפ'ן מוח אין דער מאשין. וועט עס זיין מיין קערפער קוקן אויף מיר? איך אויף זיך אליין? א שותפות'דיגע קוקעריי אין וועלכן איך/יענץ נעמען ביידע א גלייכן חלק?
לכאורה בין איך נישט דער מוח. פונקט ווי מיט'ן קערפער, איז דער מוח "מיין" מוח. מיין מוח איז מיר טייער און וויכטיג ביז גאר. איך קען אים אבער נישט געבן דעם טיטל, "איך".
פונעם פריערדיגן חשבון קענען מיר אויך קומען צו דער מסקנא אז איך בין נישט מיינע זכרונות, געפילן און נטיות. זכרונות קענען מיר פארמעקן און פארגעסן, געפילן קען מען קאנטראלירן, און נטיות לאזן זיך בייטן. אויב זיי זענען בייגעוודיג און נישט אבסעלוט, קענען זיי דאך נישט זיין איך -- ווייל איך בלייב דאך עקזיסטירן אפילו די זכרונות ווערן נעלם און די נטיות, געביטן אויף אנדערע.
כ'האב א גוף, א מוח, נטיות, זכרונות, פרעפערענצן, אייגנשאפטן א באנק-קאנטע און חובות, א שול וואו איך דאווען, א חסידות צו וועלכן איך באלאנג. דאס זענען אבער אלעס "מיינס", זאכן וואס באלאנגען צו מיר, וואס זענען טייל פון מיין וועזן. ווער איז אבער דער "איך", צו וועמען דאס אלעס באלאנגט?
פארשטייט איר מיר, מיינע ליבע פריינט. איך וויל זיך באמת פאר אייך פארשטעלן, אבער איך קען נישט! וואס זאל איך טאן? זייט נישט ברוגז און גיט מיר דעם "עליכם שלום", אפילו מיר בלייבן פרעמדע. איר זעט דאך אז איך וויל, כ'האב פרובירט. וואס זאל איך טאן אז עס גייט נישט...

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
א דאנק פאר דיין שיינע ארטיקל, כ'מיין דו וואטשט צופיל סייענס פיקשן פילמס..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יישר כוח פאר די מראה מקומות.
דאס זעלבסוויסן אז מ'עקזיסטירט איז, ווי דו זאגסט, אן אנדייטונג פאר דעם איך. דאס אז איך בין זעלבסבאוואוסטזיניג דערציילט מיר אז "איך" עקזיסטיר. עס זאגט מיר אבער נישט אויס דעם סוד ווער איך בין. וואס איז דאס די זאך, צו וועלכער דאס זעלבסוויסן באציט זיך?
נו, וועלן מיר זען. דערווייל בלייבט די פראגע אומפארענטפערט. איך ווייס זיכער נישט דעם תירוץ. כ'בין נישט דער גרויסער מר בר רב אשי, און די וויסנשאפטליכע ווערטער און טערמינען זענען מיר פרעמד. איך פרעג מיין שאלה אויף מאמע לשון, אין פשוט'ע ווערטער, אזוי ווי איך טראכט עס. איז פאראן דערויף אן ענטפער וואס איך זאל פארשטיין?
יאנקל האט געשריבן:אין דיינע ווייטערדיגע פלפולים האסטו ארויסגעלאזט א שליסל-ווארט: "באוואוסטזיין". אין יעדן שמועס איבער דעם "איך", איז דער באוואוסטזיין, דאס זעלבסטוויסן אז מ'עקזיסטירט, די ערשטע אנדייטונג פאר דעם "איך".
דאס זעלבסוויסן אז מ'עקזיסטירט איז, ווי דו זאגסט, אן אנדייטונג פאר דעם איך. דאס אז איך בין זעלבסבאוואוסטזיניג דערציילט מיר אז "איך" עקזיסטיר. עס זאגט מיר אבער נישט אויס דעם סוד ווער איך בין. וואס איז דאס די זאך, צו וועלכער דאס זעלבסוויסן באציט זיך?
יאנקל האט געשריבן:די ספיקות איבער צוקונפטיגער טעכנאלאגיע קומט נאר אריין אויב מ'וויל אננעמען די דעה פון וויסנשאפטלער אז דער באוואוסטזיין איז א גשמיות'דיגע תוצאה פון כעמישע רעאקציעס אין מח, גארנישט אנדערש ווי אנדערע רעאקציעס פון קאמפליצירטע מאשינען. די דאזיגע דעה שטייט פאר אן ערנסטן טעסט אין לויף פון די קומענדיגע צענדליגער יארן, און וועט באשטעטיגט ווערן אויב וויסנשאפטלער וועלן באווייזן אהערצושטעלן "קינסטליכע אינטעליגענץ" וואס וועט קענען ווייזן אלע סימפטאמען פון באוואוסטזיין.
נו, וועלן מיר זען. דערווייל בלייבט די פראגע אומפארענטפערט. איך ווייס זיכער נישט דעם תירוץ. כ'בין נישט דער גרויסער מר בר רב אשי, און די וויסנשאפטליכע ווערטער און טערמינען זענען מיר פרעמד. איך פרעג מיין שאלה אויף מאמע לשון, אין פשוט'ע ווערטער, אזוי ווי איך טראכט עס. איז פאראן דערויף אן ענטפער וואס איך זאל פארשטיין?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:ווער זאגט סדא אן איך. די ביסט א קאמבענעשן פון אסאך חלקים.
ווער איז די וועטשטעבל סעלעד? די טאמעטעס ? די לעטעס ? די קאקאמבערס?
קענסט ארויסנעמען יעדע איינס סוועט נאך אלץ בלייבן א סעלעד.
אן אינטערעסאנטע נקודה. דער צושטעל געפעלט מיר. אבער פיל איך אז ס'איז נישט קיין אויסגעהאלטענער פארגלייך, ווייל איך פיל אז ביים יסוד בין איך איין. איך פארמאג טאקע א סך אייגנשאפטן און צוטשעפענישן. אבער דער "איך" פילט זיך יחידיש, איין, איינציג. יתכן אז ווען דער סאלאט וואלט געקענט מיט אונז קאמוניקירן, וואלט ער גערעדט פון זיך בלשון רבים: מיר זענען א געלונגענער סאלאט! פארזוכט נאר -- איר וועט באלד בעטן נאך!...
ידען האט געשריבן:Are you a life insurance agent?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=2267
ניין. דאס איז פשוט געקומען כדי לטשטש את האוזן

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
יאנקל האט געשריבן:לולקע, קודאס פאר א הערליך-געשריבענעם שטיקל.
דו טרעטסט דא אריין אין טיף-פילאזאפישער טעריטאריע. די פראגע איבער דער פיזישער איבערטוישונג פון דיין גוף איז אייגנטליך באקאנט ווי דער "שיף פון טעסעאוס" פאראדאקס. די פראגע איז צוערשט רעקארדירט געווארן דורך דעם גריכישער פילאזאף און היסטאריקער פלוטארכוס. ער האט געפרעגט איבער א שיף וואס איז געפארן אויף א לאנגען וועג, און אין לויף פון דעם וועג האבן זיך חלקים פון דער שיף צעבראכן איינס אויפאמאל. יעדעס שטיק האלץ וואס האט זיך אפגעבראכן איז באלד ערזעצט געווארן מיט א נייעם. נאך עטליכע יאר אויפ'ן ים, ווען די שיף האט ענדליך דערגרייכט דעם פארט, איז שוין יעדעס שטיק פון דער שיף געווען ערזעצט מיט נייע ברעטער, און אויף דעם האט פלוטארכוס פילאזאפירט צי די שיף איז די זעלבע שיף מיט וועלכער די מאטראזן זענען ארויסגעפארן אויף דער רייזע.
אנדערע האבן גענוצט א משל פון א זאָק וואס האט באקומען א לעכל און איז איבערגעדעקט געווארן מיט א לאטע. אין לויף פון דער צייט האט דער זאק באקומען מער און מער לעכער, אזש די זאק איז שוין באשטאנען נאר פון לאטעס, און האט שוין גארנישט פארמאגט פון דער אריגינעלער סחורה.
כעין זה איז דער ווארט פון ראגאטשאווער (אפשר לגבי 'ציבור לא מת'), אז דער היינטיגער ציבור איז דער זעלבער ווי בשעת מתן תורה, נאר במשך הזמן פאלן ארויס און קומען אריין אנדערע יחידים.
עס איז נאר 'כעין זה', ווייל ער מיינט לכאורה צו זאגן אז 'ציבור' אין איהר עצם דעפענישן מיינט דאס, אנדערש ווי א שיף אדער א זאק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאנקל האט געשריבן:וואס מאכט דיר טראכטן אז דער "איך" איז דווקא טאפעוודיג און זעעוודיג? ווען איר פרעגט "וואס איז דאס די זאך, צו וועלכער דאס זעלבסוויסן באציט זיך?" נעמט איר שוין אריין אין בילד א טראכטנדיגן וועזן וואו דאס "זעלבסטוויסן" פארוויילט. אלזא, דאס וואס טראכט, דאס וואס גריבלט און רעפלעקטירט, אט דאס, ווי אבסטראקט און נישט-רירבאר ס'זאל נאר זיין, איז דער "איך".
איך האב פארגעשטעלט צוויי מהלכים, און טאקע אויף מאמע-לשון. איינס איז דער סעקולערער מהלך, אז דער "איך" איז נישט עפעס וואס עקזיסטירט אויסערהאלב די קאגניטיווע פונקציעס, נאר איז א געפיל וואס איז א תוצאה פון דעם צוזאמענארבעט פון די מעכאנישע טיילן פון דעם מח. דער רעליגיעזער מהלך איז אז דער "איך" איז אין א וועג סינאנים מיט דער נשמה. טראצדעם וואס עס עקזיסטירט, איז עס אבער א דבר רוחני וואס מ'קען נישט דערויף טייטלען.
א יישר כוח פאר דיינע באמיאונגען צו דערקלערן די זאכן אויף א פשוט'ער מדריגה. איך בין אבער נאך אלץ נישט קלאר. דער "איך" מוז נישט זיין אנטאפעוודיג (געפילן זענען אויך נישט). אבער עפעס איז ער דאך! "זעלבסוויסן"? ווער איז דער וואס ווייסט? ווער און וואס רעפלעקטירט -- און אויף וועמען?
איך פארשטיי אז מיין "איך" קען זיין א "תוצאה פון דעם צוזאמענארבעט פון די מעכאנישע טיילן פון דעם מח". דאס שילדערט אבער א פראצעס, נישט קיין *וועזן*.
"נשמה"? מה זו?

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:לולקע, קודאס פאר א הערליך-געשריבענעם שטיקל.
דו טרעטסט דא אריין אין טיף-פילאזאפישער טעריטאריע. די פראגע איבער דער פיזישער איבערטוישונג פון דיין גוף איז אייגנטליך באקאנט ווי דער "שיף פון טעסעאוס" פאראדאקס. די פראגע איז צוערשט רעקארדירט געווארן דורך דעם גריכישער פילאזאף און היסטאריקער פלוטארכוס. ער האט געפרעגט איבער א שיף וואס איז געפארן אויף א לאנגען וועג, און אין לויף פון דעם וועג האבן זיך חלקים פון דער שיף צעבראכן איינס אויפאמאל. יעדעס שטיק האלץ וואס האט זיך אפגעבראכן איז באלד ערזעצט געווארן מיט א נייעם. נאך עטליכע יאר אויפ'ן ים, ווען די שיף האט ענדליך דערגרייכט דעם פארט, איז שוין יעדעס שטיק פון דער שיף געווען ערזעצט מיט נייע ברעטער, און אויף דעם האט פלוטארכוס פילאזאפירט צי די שיף איז די זעלבע שיף מיט וועלכער די מאטראזן זענען ארויסגעפארן אויף דער רייזע.
אנדערע האבן גענוצט א משל פון א זאָק וואס האט באקומען א לעכל און איז איבערגעדעקט געווארן מיט א לאטע. אין לויף פון דער צייט האט דער זאק באקומען מער און מער לעכער, אזש די זאק איז שוין באשטאנען נאר פון לאטעס, און האט שוין גארנישט פארמאגט פון דער אריגינעלער סחורה.
כעין זה איז דער ווארט פון ראגאטשאווער (אפשר לגבי 'ציבור לא מת'), אז דער היינטיגער ציבור איז דער זעלבער ווי בשעת מתן תורה, נאר במשך הזמן פאלן ארויס און קומען אריין אנדערע יחידים.
עס איז נאר 'כעין זה', ווייל ער מיינט לכאורה צו זאגן אז 'ציבור' אין איהר עצם דעפענישן מיינט דאס, אנדערש ווי א שיף אדער א זאק.
למעשה איז עס א בפי' גמרא, אין מס' שבת דף קי"ב ע"ב שטייט אזוי:
אמר ליה ר' יוחנן: רבי, שנית לנו: סנדל [וואס איז געווען טמא מדרס] שנפסקה אחת מאזניו ותיקנה, טמא מדרס [ווייל מיט איין אוזן האט עס האט נאכנישט פארלוירן דעם שם מנעל אז די טומאה זאל בטל ווערן], נפסקה שניה ותיקנה טהור מן המדרס אבל טמא מגע מדרס, ואמרינן לך, מאי שנא ראשונה [אז עס בלייבט טמא], דהא קיימא שניה [און ממילא האט עס נאכנישט פארלוירן די שם כלי], שניה נמי מתקנה ראשונה? ואמרת לן עליה, פנים חדשות באו לכאן, הכא נמי פנים חדשות באו לכאן, קרי עליה: לית דין בר אינש, זאגט רש"י: אלא מלאך.
דר"א, דער חת"ס [עה"ת פרשת פקודי] פרעגט, אין די ימי המילואים זענען אהרן ובניו געווען מחויב צו זיצן פתח אוהל מועד יום ולילה, איז ווי אזוי האט משה געקענט צונעמען די משכן דריי מאל א טאג? פארענטפערט ער עס מיט די גמ', אז משה האט אויפגעהויבן און צוריק געלייגט יעדע קרש עקסטער, קומט אויס אז די משכן איז געשטאנען די גאנצע צייט, און אעפי"כ ווען ער האט גענדיגט אראפלייגן די לעצטע קרש איז פנים חדשות באו לכאן.
און דאס מיינט די גמרא קרי עלי' לית דין בר אינש אלא מלאך, אז דאס גייט אויך נישט בין רגע, נאר ער האט זיך מזכך געווען אבר אבר, ביז פנים חדשות באו לכאן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
האדם לא נברא אלא להתענג
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאיר האט געשריבן:לולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
איך פארשטיי נישט די קשיא.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
איך פארשטיי נישט די קשיא.
איך אויך נישט. מיינט ער מדמה זיין א מענטש צי קאמפיוטער?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
איך פארשטיי נישט די קשיא.
קודם כל, ס'איז נישט קיין קשיא, ס'איז א שאלה

מיין שאלה איז אזוי, דו האסט אפגעשריבן א לאנגע טעקסט פון אותיות און ווערטער, און פון דעם סימבאל צום סוף פארשטיי איך אז דאס איז א שאלה. יעצט, ווען איינער וועט דיר פרעגן, זיי מיר קלאר מסביר פון וואס באשטייט די שאלה, וואס איז דער תוכן דערפון, צו וועסטו אים ענטפערן אז עס באשטייט פון זיבעציג אלף'ס, פינף און צוואנציג ענדע נון'ס, און פינף און פופציג למ"ד'ס אא"ו? אויב יא, דעמאלט דארף אויסקומען אז ווען דו זעצט איבער די שאלה אויף ענגליש איז דאס גאר א צווייטע שאלה, ווייל עס האט מער נישט די אותיות וואס דו האסט אויסגערעכנט.
אויב דו פארשטייסט נאך אלס נישט, פרעג איבער, שעם דיך נישט

האדם לא נברא אלא להתענג
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
יאיר האט געשריבן:קודם כל, ס'איז נישט קיין קשיא, ס'איז א שאלה.
מיין שאלה איז אזוי, דו האסט אפגעשריבן א לאנגע טעקסט פון אותיות און ווערטער, און פון דעם סימבאל צום סוף פארשטיי איך אז דאס איז א שאלה. יעצט, ווען איינער וועט דיר פרעגן, זיי מיר קלאר מסביר פון וואס באשטייט די שאלה, וואס איז דער תוכן דערפון, צו וועסטו אים ענטפערן אז עס באשטייט פון זיבעציג אלף'ס, פינף און צוואנציג ענדע נון'ס, און פינף און פופציג למ"ד'ס אא"ו? אויב יא, דעמאלט דארף אויסקומען אז ווען דו זעצט איבער די שאלה אויף ענגליש איז דאס גאר א צווייטע שאלה, ווייל עס האט מער נישט די אותיות וואס דו האסט אויסגערעכנט.
אויב דו פארשטייסט נאך אלס נישט, פרעג איבער, שעם דיך נישט.
לאמיך מקיים זיין דעם לא הבישן למד.
סא דו פרעגסט צוריק ווי א איד. וואס איז למעשה די ענטפער?
ווער בין איך? בעסער געזאגט ווער ביסטו?
א צוזאמשטעל פון א סאך חלקים?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיך מקיים זיין דעם לא הבישן למד.
סא די פרעגסט צוריק ווי א איד. וואס איז למעשה די ענטפער?
ווער בין איך? בעסער געזאגט ווער בוסטו?
א ציזאמשטעל פון א סאך חלקים?
דער קורצער ענטפער איז, ניין. א ווארט איז נישט א צוזאמענשטעלט פון עטליכע אותיות, עס איז א נייער מושג וואס רופט זיך א "ווארט". א געדאנק וואס ווערט געשילדערט אין ווערטער איז נישט אסאך ווערטער, ס'איז א נייער מושג. דער מענטש איז נישט קיין צוזאמענשטעל פון כעמישע און ביאלאגישע באשטאנדטיילן, ער איז א "מענטש". מען קען אזוי מגדיר זיין יעדער מושג אויף דער וועלט, פון גרויסע פלאנעטן ביז מיקראסקאפישע אטאמען, ועד בכלל. אויב ביסטו א מאטעריאליסט, וועסטו פארשטענדליך האבן א שטיקל פראבלעם דאס צו אננעמען. אבער מיר זענען דאך אידן, גלייבן מיר דאך סייווי אין גדרים און מושגים, זאכן וואס מען קען נישט אנטאפן און נישט זען. אויב מיר ווילן זיין אמת'ע מאטעריאליסטן, האב איך מורא אז דער גאנצער וועלט וועט זיין אומפארשטענדליך, נישט קאמפרעהענסיוו, גדר'לאז, א גרויסע געמיש פון געמישאכץ וואס איז נישט אמת און נישט פאלש. מיר פארלירן אונזער גאנצער סייענטיפישער כוח, אויף וואס מאטעריאליזם כאפט זיך אן מיט אלע כוחות, און עס ווייזט זיך ארויס אז דער גאנצער יסוד איז נישטא, און הענס, אויך נישט דער בנין.
ביטע זיי נישט ברוגז אויב דו פארשטייסט נישט פונקטליך וואס איך מיין, דו ביסט מסתמא נישט דער איינציגסטער. איך האלט נאך אינמיטן מסדר זיין די געדאנקען אין מוח און די גבולים זענען נאך אביסל מטושטש.

האדם לא נברא אלא להתענג
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאיר האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
יאנקל האט געשריבן:די ספיקות איבער צוקונפטיגער טעכנאלאגיע קומט נאר אריין אויב מ'וויל אננעמען די דעה פון וויסנשאפטלער אז דער באוואוסטזיין איז א גשמיות'דיגע תוצאה פון כעמישע רעאקציעס אין מח, גארנישט אנדערש ווי אנדערע רעאקציעס פון קאמפליצירטע מאשינען. די דאזיגע דעה שטייט פאר אן ערנסטן טעסט אין לויף פון די קומענדיגע צענדליגער יארן, און וועט באשטעטיגט ווערן אויב וויסנשאפטלער וועלן באווייזן אהערצושטעלן "קינסטליכע אינטעליגענץ" וואס וועט קענען ווייזן אלע סימפטאמען פון באוואוסטזיין.
דו ביזט גערעכט. אויף ווי ווייט מיר ווייסן היינט, באשטייען אלע פונקציעס פונעם מוח פון א נעץ "נוראנס". נוראנס זענען מוח-צעלן, און זיי קאמוניקירן צווישן זיך דורך כעמישע און עלעקטרישע סיגנאלן. דער דורכשניטליכער מענטשליכער מוח פארמאגט ארום צען ביליאן נוראנס, וואס זענען פארבינדן צווישן זיך ווי א נעץ פון הייוועיס.
די פארבינדונגען טוישן זיך אבער. אין לויף פון א מענטש'ס לעבן, האלטן די נוראנס אין איין בייטן זייערע קשרים. נוראנס קענען אפהאקן זייער פארבינדונג און אויך מאכן נייע קאנעקשאנס. שטודיעס ווייזן אז א מענטש קען קאנטראלירן די נוראן פארבינדונגען מיט בלויז זיין מחשבה. אויב עמיצער טראכט גענוג לאנג פון עפעס, אדער ער ברענגט זיך אריין אין א געוויסער גוסטע, וועלן די נוראנס מאדיפיצירן זייערע קעגנזייטיגע קאנעקשאנס.
במילא, הגם דו האסט ריכטיג באצייכנט דעם פראצעס פון מוח, איז אבער לכאורה דער כעמישער פראצעס אינעם מוח נאר א תוצאה פון עפעס נאך טיפערס.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?