בלאט 1 פון 2
עשרת הדברות 2013
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 8:01 pm
דורך משה געציל
היינט ווען דער בעל קורא האט געליינט די עשרת הדברות איז מיר אריין א שטיקל מחשבה אין קאפ, ווי אזוי די עשרת הדברות וואלטן ווען אויסגעקוקט ווען עס ווערט ווען געגעבן אין יארע 2013.
רוב חסידות'ן וואלטן ווען געהאט בערך דעם זעלבן אויסלייג מיט אפאר שינויים:
וזאת למודעי, אויב איינער שפירט זיך באטראפן זאל ער עס נישט ליינען, איך שרייב נאר פון מיין -קאווע שטיבל- קוק ווינקל (אין ביהמ"ד האלט איך פונקט ווי דיר). יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש.
איך בין אייער רבי דער איינציגסטער
חלילה גלויבן אין פירער א צווייטער
קיין בילדער פון אנדערע ביי אייך זיך נישט טרעפן
נאר מיט מיר צוזאם ווען פירות ער טוט עסן
דיין האנט אויפהייבן אומזינסט איך פארבאט
פון מיר ערלויבעניש אויף א יעדע ריר און טראט
דעם זיבעטן זאלסטו ערליך געדענקען
צו מיר זיך קניען אויף פארענטשעס שאקלען
דיינע עלטערן עהרע טוה אפגעבן
ווי לאנג אין חסידות ער טוט נישט שטערן
אומברענגען איז געווענליך פארבאטן
אויסער אויב דער פארשוין פון מיר טוט אפשפאטן
לאנגע קליידער נישט געפאסט און שמאל
נישט קיין ניאוף, טייטס מיט סימס דיק ווי שטאל
רויבן פאר דיר נישט ערלויבט
נאר פאר מיר ווען מיין ברידער איך צוטרויט
קיין פאלשע עדות טוה נישט אין א חבר זאגן
פאר מיינעט וועגן אין געריכט הויז זאלסטו אנקלאגן
גלוסטן דו זאלסט נישט יענעמס פארמעגן
דיין געלט זאלסטו מיר ווייטער ברענגען
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 9:29 pm
דורך chaims
אויב איך האב פארפאסט היינט קבלת התורה בין איך פטור?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:10 pm
דורך קאצקע ציקער
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:37 pm
דורך נולד מאוחר
קאצקע ציקער האט געשריבן:משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!
וואס פאלט דיר ביי?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 11:12 pm
דורך משה געציל
קאצקע ציקער האט געשריבן:משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!
10-4
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 1:40 am
דורך הדד בן בדד
שקויעח משה געציל. ליידער נישט געהערט היינט די עשרת הדברות אין שוהל, האבעך כאטש אינזינען געהאט יעצט עס יוצא זיין דא מיט דיינע עשרת הדברות
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 10:08 am
דורך משה געציל
איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 10:13 am
דורך gehlungen
נולד מאוחר האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!
וואס פאלט דיר ביי?
You could sing the song "ich vil zein ah rebbeh" lol
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 11:38 am
דורך טעפל
gehlungen האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!
וואס פאלט דיר ביי?
You could sing the song "ich vil zein ah rebbeh" lol
ח"ו צו זאגען אויף משה געצל'ן אז ער איז פון די או טי די!!!!
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 11:48 am
דורך sefish
gehlungen האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!
וואס פאלט דיר ביי?
You could sing the song "ich vil zein ah rebbeh" lol
why are you always laughing at your own jokes?
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 11:51 am
דורך יידל
מסתמא ווייל ס'איז לאכעדיג.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 12:01 pm
דורך sefish
Leave it for the audience to decide whether its worth a lol.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:21 pm
דורך [NAMELESS]
אוי משה געציל, דו שניידסט שטיקער. דיין עשרת הדברות דארף מען ליינען מיטן איכה ניגון זיצנדיג אויף דער ערד.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.
ניין. ס'איז גענוג אז דו האסט געזאגט "אנוכי" ביים אנהויב.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 8:44 pm
דורך משה געציל
berlbalaguleh האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.
ניין. ס'איז גענוג אז דו האסט געזאגט "אנוכי" ביים אנהויב.
איך כאפ נישט פונקטליך ר׳ בערל
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:18 am
דורך מאטי
משה געציל דיין טאלאנט גרעניצט זיך מיט קטלא קניא well said
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:54 am
דורך משה געציל
moti107 האט געשריבן:משה געציל דיין טאלאנט גרעניצט זיך מיט קטלא קניא well said
Come on דיין רבי׳ מיט גא-ט זענען ביי דיר איינס?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:25 pm
דורך קאווע טרינקער
משה געציל, איך בין די שבת געווען אויף א שמחה אין וומ"ס (א שמחה? ווער ווייסט? מהיכי תיתי אז חתן כלה זענען א זיוויג הגון? ווייל פאר די שדכן איז אזוי איינגעפאלן? עכ"פ מ'רופט עס א שמחה). עכ"פ כ'האב די זכיה געהאט צו זעהן א פרוי ווערט באשטיינערט מיט ווערטער דורך א שבת שרייער, איז מיר איינגעפאלן א פאסיגע ניגון. איך ברעג עס דא, ווייל ס'האט א שייכות צו איינע פון די נייע עשרת הדברות.
ווען איך וואלט געהאט כוח
וואלט איך גענומען א האק,
און גע'הרג'ט רעכטס אין לינקס
אלע וואס שרייען שבת
אבער ווייל סאטמאר האט א כוח
האלט איך דאס אלעס אין מוח,
און איך קרעכץ מיך אונטער
אוי, ווען גייען זיי שוין אונטער?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 2:13 pm
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער, דו זאגסט זייער גוט, אבער אויב האסטו רעכט צו האקן ווער עס שרייט שבת, האבן זיי אויך רעכט צו האקן אויף ווער ס'טראגט שבת. עס איז א טו-וועי סטריט
יאחז כל אחד דרכו, איינער טראגט און איינער שרייט, און איינער קוקט צו די שוי פון די זייט.
בד"וו עס איז נישט "סאטמאר" וואס שרייט, נישט די ארונים און נישט די זאלונים און נישט די בני יואל, עס איז בלויז א כאפטע משוגעים וואס דארפן קער נעמען פון די שטאט, ווען דו וועסט קוקן וועסטו זעהן אז עס איז מער ווייניגער די זעלבע עטליכע חברה וואס שרייען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 2:30 pm
דורך קאווע טרינקער
ברסלבער האט געשריבן:קאווע טרינקער, דו זאגסט זייער גוט, אבער אויב האסטו רעכט צו האקן ווער עס שרייט שבת, האבן זיי אויך רעכט צו האקן אויף ווער ס'טראגט שבת. עס איז א טו-וועי סטריט
יאחז כל אחד דרכו, איינער טראגט און איינער שרייט, און איינער קוקט צו די שוי פון די זייט.
בד"וו עס איז נישט "סאטמאר" וואס שרייט, נישט די ארונים און נישט די זאלונים און נישט די בני יואל, עס איז בלויז א כאפטע משוגעים וואס דארפן קער נעמען פון די שטאט, ווען דו וועסט קוקן וועסטו זעהן אז עס איז מער ווייניגער די זעלבע עטליכע חברה וואס שרייען.
ביסט גערעכט, זיי האבן אויך די רעכט צו קומען דא אין קאווע שטיבל און שרייבן אנקעגען די עירוב (אדער בלייבן אויף אייוועלט). מדה כנגד מדה.
ביסט גערעכט, ס'טאקע משוגעים, אבער מי ברא אלה?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 11:57 pm
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.
ניין. ס'איז גענוג אז דו האסט געזאגט "אנוכי" ביים אנהויב.
איך כאפ נישט פונקטליך ר׳ בערל
ס'איז א ביסל שווער מסביר צו זיין. אבער כ'על טרייען. והנה: אז דו האסט געשריבן "אנוכי, איך בין דיין רעבע". פעלט שוין נישט אויס צו צו לייגן די חתימה ביים סוף פון די דיברות/פאעם. ווייל מ'ווייסט שוין ממילא ווער דער רעבע איז.
ענטפער צו קאווע טרינקער
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:03 am
דורך berlbalaguleh
א יישר כח פאר דעם שיינעם ניגון. דו זאגסט אז "מ'האט די פרוי פארשטיינערט מיט ווערטער. א מזל אז אין וויליאמסבורג איז נישט דא קיין לויזע שטיינדלעך.ווייל אויב נישט וואלט מען איהר פארשטיינערט מיט עכטע שטיינער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:02 am
דורך מאטי
משה געציל האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:משה געציל דיין טאלאנט גרעניצט זיך מיט קטלא קניא well said
Come on דיין רבי׳ מיט גא-ט זענען ביי דיר איינס?
סארי האסט מיך שלעכט פארשטאנען כאב גמיינט צו זאגן אז דו ביזט טאלאנטפול וואו ער, נישט ח״ו דיך גמיינט צו קריטיקירן.