בלאט 1 פון 1

ביזט גערעכט/ פאעזיע

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 3:26 pm
דורך לעמאן דזשוס
שריי העכערן גארגל
רייס איבער דיינע בענדלעך
ווער פארטייבט, הער נישט יענעם
ווערסט גערעכט ענדליך.

טופע מיטן פוס
ווארף זאמד אין אויגן
מאך א נעפל, זעה גארנישט
יענעמ'ס מיינונג וועט דיר נישט טויגן

פארשאר די ארבל
יענעם באווארף
שטיי פעסט אויף דיין ווארט
א זאכליך וויכוח, ווער דארף

שריי אויפן זאגער
נישט אויפן מיינונג, ס'קלוג,
שיס דעם טראגער
און אזוי, רוף אויס זיג!

פאטש דיין בייכל
העי, מיין דעה יעדן געפעלט,
שלום עלי נפשי
כ'בין דער קלוגסטער אין וועלט

בלייב דום אויף אייביג
דאס האסטו דערוועלט,
ביזט מיט א בהמה אן דעת אייניג
דיין מח פארזשאוועט, פארגעהלט

האלט דיין רוקן גלייך
בייג עס נישט פאר קיינעם,
רעד נישט צו די זאך
יעדער האלט דאס זיינעם

טויש נישט אינפארמאציע
קענסט חלילה אומפאלן,
דאס מין קאאפעראציע
קען דיך לאזן פארפאלן

פארבינד דיין קאפ אן טראכט
יענער, באלד ווי אחאב,
שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב

דערוועק דיך נישט קיינמאל
פון דיין זיסן טרוים,
ביזט גערעכט אלעמאל
עס איז ווירקליך, נישט קיין חלום

איך געב אבער נישט אויף
צו הערן תמיד פונדאסניי,
הערן יענעם איך לויף
ס'מיר ממש א מחי'

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 3:49 pm
דורך בן תמליון
אוי ווי שיין. לעמאן איר מאכט אונז שטאלץ.

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:01 pm
דורך [NAMELESS]
די טאג וואס קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן און ארויסגעברענגט די בעסטע פון די בעסטע פון אונזער געמיינדע, באהאלטענע כשרונות. פייטנים, פילאסאפן, סייענטיסטן, הומאריסטן און דעבאטירער איז א טאג וואס מען וואלט געדארפט קובע זיין בהלל והודאה!
ווי זענען די אלע כשרונות געווען ביז היינט? ווי וואלט בן תמליון געשריבן שיר השירים? ווי וואלט קאווע טרונקער געשריבן ספר יואל? ווי וואלטן די תרין ריעין דלא מתפרשין לעיקוואד-יאיר געשריבן זייערע הויכע לעוועל פילאסאפיע? ווי וואלט פשוט קאמפליצירט געשריבן קוואנטם פיזיקס? ווי וואלט יידל געגאסן גאונות? ווי וואלט יאנקל מרביץ געועון שכל הישר, חכמה ובקיאות?
ווי פלעגט מען טרעפן אזא שטיק טאלאנט ווי דעם לעמאן דזשוס דנן?
יישר כח לעמאן דזשוס!

פאעזיע פארמעסט

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:40 pm
דורך לעמאן דזשוס
קופערניקוס, עס וועט נקרא זיין על שמך,

ווער איז אין פאר א קאנטעסט, די ציהל? אויסצושארפן די פענעס, ארויסצוברענגן טאלאנט, הייבן די קונסט פארום!

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קופערניקוס, עס וועט נקרא זיין על שמך,

ווער איז אין פאר א קאנטעסט, די ציהל? אויסצושארפן די פענעס, ארויסצוברענגן טאלאנט, הייבן די קונסט פארום!

אה, הלוואי!
הלוואי געלונגט ווען אז א פראפעסער חובב אידיש זאל מיטארבעטן מיט אזא פראיעקט און דער מצטיין אדער מצטיינים זאלן שענקען סקאלערשיפ און אויסלאזן די פארשטינקענע GED און שאר ירקות, גלייך אריין אין קאלעדזש!

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 4:49 pm
דורך לעמאן דזשוס
פראפעסאר יידל און יענקל וועלן זיכער מיטארבייטן,

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 5:57 pm
דורך יידל
קודם זאל איך מיך אליין קענען שענקן סקאלערשיפ...

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 7:21 pm
דורך יאיר
פארבינד דיין קאפ אן טראכט
יענער, באלד ווי אחאב,
שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב

:like :like
אונזער לעמאן דזשוס איז דאך כמעיין המתגבר, וויפיל מ'קוועטשט קומט כסדר נאך און נאך!

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 8:55 pm
דורך משה געציל
הערליך לעמאן זאפט!
״בלייב דום אויף אייביג דאס האסטו דערוועלט״
די ווערטער שרייען פון זיך אליינטס!

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 11:37 pm
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:די טאג וואס קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן און ארויסגעברענגט די בעסטע פון די בעסטע פון אונזער געמיינדע, באהאלטענע כשרונות. פייטנים, פילאסאפן, סייענטיסטן, הומאריסטן און דעבאטירער איז א טאג וואס מען וואלט געדארפט קובע זיין בהלל והודאה!
ווי זענען די אלע כשרונות געווען ביז היינט? ווי וואלט בן תמליון געשריבן שיר השירים? ווי וואלט קאווע טרונקער געשריבן ספר יואל? ווי וואלטן די תרין ריעין דלא מתפרשין לעיקוואד-יאיר געשריבן זייערע הויכע לעוועל פילאסאפיע? ווי וואלט פשוט קאמפליצירט געשריבן קוואנטם פיזיקס? ווי וואלט יידל געגאסן גאונות? ווי וואלט יאנקל מרביץ געועון שכל הישר, חכמה ובקיאות?
ווי פלעגט מען טרעפן אזא שטיק טאלאנט ווי דעם לעמאן דזשוס דנן?
יישר כח לעמאן דזשוס!

און לאמיר נישט פארגעסן פון אונזער הויכגעשעצטן הרב קופערניקס, פאר אים פעלט שוין אויס צו זאגן הלל הגדול דיזע טאג!
ווי וואלטן עפארדעבאל מחאה פלענער געווען צו געפינען? ווי וואלט מען פארגעלייגט שווערע דיונים אין הלכות ביטול עכו״ם? ווי וואלטן איינשטיינס ערפינדיגען אזוי שטודירט געווארן? ווי וואלט א מכון לפיקוח קול קורא׳ס געהאט א פלאטפארמע אין טומאת אמעריקא? וויאזוי וואלטן פארפלאנטערטע סומאטוכעס זיך אזוי פארגליכען אין אפאר שורות? ועל כולם, ווי וואלטן מיר זיך ערלויבט ארויפצוציען א שמייכל אויפן פארכמארטן געזיכט אינעם פונסטערן גלות הרבי זי״ע?
האלט אונז ווייטער פרייליך מיט דיין גאלדענע פעדער און הומאר פליסיגן שפראך!

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:53 am
דורך טעפל
משה געציל האט געשריבן:

און לאמיר נישט פארגעסן פון אונזער משה געציל'ן וויאזוי אזוי וואלטען מיר געפראוועט דעם זוממער אהן די "נטעי ההרים"??

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:23 pm
דורך משה געציל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קופערניקוס, עס וועט נקרא זיין על שמך,

ווער איז אין פאר א קאנטעסט, די ציהל? אויסצושארפן די פענעס, ארויסצוברענגן טאלאנט, הייבן די קונסט פארום!

עס קומט א קאנטעסט? איינער איז אינטערעסירט?

Re: ביזט גערעכט/ פאעזיע

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 4:45 pm
דורך מי אני
לעמאן דזשוס האט געשריבן:שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב

דערוועק דיך נישט קיינמאל
פון דיין זיסן טרוים,
ביזט גערעכט אלעמאל
עס איז ווירקליך, נישט קיין חלום

איך געב אבער נישט אויף
צו הערן תמיד פונדאסניי,
הערן יענעם איך לויף
ס'מיר ממש א מחי'

מ׳קען אפשר זאגן אז די רמז (אין די המשך) דא איז אז ר׳ יהודה דרש׳נט (ברכות מ.) פון די פסוק (קהלת א חי) ויוסיף דעת וגו׳, אז עץ הדעת של חטה היתה. און ביי די חלום וואו מ׳האט מרמז געווען פאר פרעה איבער׳ן הונגער האט מען עס אים מרמז געווען מיט שבלים. און דאס איז די רמז דא, אז אונז געפינען מיר זיך אין א ״הונגער״ פאר/פון חכמה ודעת, וואס די איינציגסטע וועג זיך ארויסצוזעהן דערפון איז צו זיין אפען און גרייט אויסצוהערן און מקבל זיין דעות וואס זענען קעגן דיין מעיקרא׳דיגן מיינדסעט.