פאעזיע פארמעסט!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

פאעזיע פארמעסט!

שליחה דורך משה געציל »

אזוי ווי ידידנו היקר הרב לעמאן דזשוס האט אין א צוויייטע אשכול ערווענט אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכן א פאעזיע קאנטעסט, עפן איך די אשכול מיוחד פאר חברים וואס זענען אינטערעסירט דערין זאלן זיך קענען אנשליסען אינעם פארמעסט, ווי אויך פארשלאגן זייער עצות און הצעת ווי אזוי דער קאנטעסט זאל ארבעטן.

מיין הצעה איז אז מען זאל זיך פאראייניגן אויף איין ספעציפישע נושא, און יעדער וואס איז אינטערעסירט זאל שרייבן א שטיקל פאעזיע דערויף, און עס אריינשיקן צו איינער פון די געטרייע גבאים וואס וועט עס פאוסטן אין א באזונדער אשכול - אן די נאמען פארשטייט זיך - און אין יענעם אשכול וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר אלע חברים צו שטימען וועלכע פאעזיע עס איז די געלונגעסטע.

אלס א נושא וואלט איך מציע געווען צוויי פסוקים פון שיר השירים; (אוי וויי עס איז מיר גוט, דער בן תמליון קוקט מיר אן שטרענג :o )

שימני כחותם על לבך כחותם על זרועך, כי עזה כמות אהבה, קשה כשאול קנאה, רשפיה רשפי אש שלהבתי-ה, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה, ונהרות לא ישטפוה, אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו.

וואס זאגט דער עולם צו דעם? אדרבה לאמיר הערן אייער הצעה!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אדרבה! שלאג פאר עפעס אנדערש.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יאנקל האט געשריבן:געוואלדיג געדאנק!
די נושא איז מיר עפעס נישט צום הארצן, ס'איז צו ענג. כ'מיין אז ס'זאל זיין עפעס ברייטער צו לאזן מער פלאץ פאר פאנטאזיע.

אהבה איז א ענגע נושא?
מיין פאנטאזיע איז ענדלעססס
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

לימעריק

שליחה דורך יואליש »

כ'האב שוין פארגעשלאגן א פעליטאן פארמעסט. אפשר גאר א לימעריק פארמעסט. למשל וואס פאלט מיר יעצט ביי:

מנוחה פורים קען איך ניצן
דעריבער וועל זיך אין טראפיק שיצן
ביז וואלעבאוט אראפ לי
אין מיין קאר כ'געפין רוה
ווי איידער ביים שווער צו זיצן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

צוויי אידן, דריי דעות...
איך בין מצדד אין משה געציל'ס אריגינעלע פארשלאג, אין ווי ידען שרייבט, אהבה איז א ברייט פעלד. אן די אדער הענד, אדר איז דאך תלויה בזמן, עבר זמנה בטל פאעזינה. מ'דארף אפשר מאכן צוויי באזונדערע פארמעסטן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א געוואלדיגער געדאנק!
איך בין א גרויסער חסיד דערפון, און איך שטיץ עס! עס איז א וויכטיגע זאך צו אויסניצן די כשרונות. סוף כל סוף קען נישט יעדער שרייבן א קונטרס אויף הלכות ברכת הפירות אדער שניידן גאר עלעקאוונט דעם רבי'נס חלה ביים טיש, דארף מען געבן פאר די פאר מאדנע בריאים וואס בענקען נאך פאעזיע און לעכצן נאך קונסט, א פלאץ ווי אויסצוגיסן זייער טאלאנט.
די שאלה איז אבער אפאר:
אידיש אדער לשון קודש?
און וויאזוי וועט די פארמעסט גיין? עס דארף זיין יושר'דיג, ווייל דער ערשטער וואס שטעלט ארויף האט מער שאנסן צו אסאך לייקס, אדער למשל ווען איינער לייגט א געוויסע צייט ווען דער עולם איז וואך, נעמט זיך גלייך פליען לייקס, אלזא וויאזוי פארזיכערט מען א ריכטיגע פארמעסט?
אפשר זאל מען מאכן אפציעס פון עטליכע סארט שטרעמונגען אין פאעזיע, און עס קען זיין מער ווי איין געווינער.
איך האלט אז אויף די נושא פון אהבה איז פיין, אפשר זאל זיין נאך צוויי-דריי אפציעס ווי למשל חורבן אייראפע, א פעליטאן, "אונזער סיסטעם" וכדומה
אבער איך זאג פאראויס, איך גיי געווינען, אויסער אויב איך וועל דווקא שרייבן שוואכליך צו געבן א שאנס פאר מיינע טייערע קאלעגעס צו געווינען.

און בדרך אגב, "עבר זמניה בטל פאיזיניה" איז נישט קיין שלעכטע אויסדרוק. אבער נאך א קאמפלימענט פאר יידל איז ווי נאך א שפיי אין ניאגרא פאל.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך שטים מיט געצלען פשוט אלס נוגע בדבר, איך מיין אז א שיר אהבה קען איך בעסער זינגען,

אדער, אויפ׳ן שואה

אדער אויפ׳ן פאני סטאטוס וואס אחינו בנ״י געפונען זיך לעצטענס.

והעיקר ס׳זאל זיין א טרויעריג׳ס!!!

@קופערניקוס

די וועג וויזוי א פארמעסט ארבעט, קוק נאך אין אייוועלט, כ׳מיין אז זייער סיסטעם האט גוט געארבייט, @משהגעצל איז מרמז דא אויף דעם ענין!

@יואליש
שקויעך פארן מיר באוויסטזיניג מאכן איבער לימעריק, קוקט אויס אז כ׳וויל עס קאנען, און דיין טראפיק מנוחה איז זייער ארגינעל, לאל
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@יענקל

די וועג וויזוי ס׳ארבייט איז, מען שטעלט אוועק א דאטום, דערוילעם שלח׳נט אריין סחורה, דער אנקעטע נעמער שטעלט ארויף אלע ארטיקלען אנאנים! מיט נומערן....קיינער לייקט גארנישט, מען שטימט אין שטום בודקע...

מען דערעפענט נאכדעם אן עקסטער אשכול ווי דערוילעם קען ארויסשרייבן טעמם ונימוקם פארוואס זיי האבן אזוי צו אזוי געשטימט

עס איז דא עלעקשאן טעג, לאמיר זאגן דריי טעג וואס לכאורה האבן אלע אקטיווע און נישט אקטיווע ניקים באזוכט און געהאט די מעגליכקייט צו שטימען

דערנאך, מאכט מען צו די שטום בודקעס.....און דער אנקעטע נעמער שטעלט ארויס די נעמען פון די שרייבער, למשל נומער איינס, יענקל, נומער צוויי יאיר, נומער דריי געצל, אאו״ו

און אזוי ארום שטעלט זיך ארויס די ענדגילטיגע געווינער...

איך שלאג פאר אז די געווינער זאל באלוינט ווערן און באקרוינט ווערן אלס אחראי אינעם קונסט פארום, אדער גאר א מנהל!!! סתם צו מאכן די וואלן אינטערעסאנט!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך בין מוחה אויף דעם גאנצן ענין. קודם כל, דער גאנצער ענין פון גראמען, ווער רעדט נאך פון פאעמס, אדער חלילה, זאל נישט אויסגערעדט זיין, פאעזיעס, איז א נייע זאך, גלייך ווי די היינטיגע, וויזוי הייסט עס נאר? יא, די פיצע, מען האט דאס ביין אונזערע עלטערן אין אויבאשוואראש קיינמאל נישט געזען. נאכדעם, דער ענין פון אהבה, איך שעם איך אפילו צו רעדן דערפוןפאר היימישע יונגעלייט, ס'קומט מיר טאקע אויס צו רעדן ביי אזעלכע שוואכערע עולם, נא, פארשטיי איך נאך, אבער דא ביין אינז, אין די ירושליים ד'אמעריקא, זאל איך דארפן דאס אפילו מסיבר זיין, אבער ההכרח לא יגונה, איך מוז זאגן אז דער גאנצער ענין פון אהבה איז לא יזכר ולא יפקד, מ'האט עס אפילו נישט געדארפט מסביר זיין, דאס טאר זיך נישט געפינען, נישט צווישן עלטערן און קינדער, נישט צווישן מלמד און תלמיד, נישט צווישן מגיד שיערו און דעם בחור, נישט צווישן באשעפער און זיין אויסדערוועלט פאלק, און אודאי נישט, נאכאמאל, איך שעם מיך צו זאגן, צווישן מאן און ווייב. ווען מיר זענען אויפגעוואקסן האט מען דאס געוואוסט פאר א דבר פשוט, אז אהבה באלאנגט נישט אויף די ליפן פון אן אידיש קינד, ס'קען חלילה צוברענגען דאס ארגסטע! ס'קומען צו מיר אן קעיסעס יעדן טאג, איך זיץ אין בית דין ביי די גיטין וקידושין, ביי די סעפערעישאנס, און ביי דאס יונגע קאפל אין שלאף צימער, און איך זע מיט די אייגענע אויגן וואס קומט פאר, דארט וואו מ'האט אנגעהויבן רעדן פון אהבה, רחמנא ליצלן, ווי אזוי ס'האט זיך געענדיגט. איך קען זאגן מיט זיכערקייט, אז זיבן און ניינציג מיט א פערטל פראצענט פון די גיטין קומט נאר פאר צוליב די פארדארבענע אמעריקאנער אהבה וואס האט זיך לא עלינו אריינגעכאפט! געדענקט, איך האב אייך געווארנט!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

@לעמאן דזשוס, יישר כח פארן אויסכאפן מיינע ווערטער אזוי קלאר און צום זאך, איך עגרי צו אלע דיינע ווערטער חוץ צום לעצטען שורה, איך האלט נישט אז דער באלוין קומט דא אריין, בפרט אין קאווע שטיבל ווי צו זיין א אחראי איז נישט דער טרוים פון די שרייבער. חוץ מזה איז דער עצם געווינס דער גרעסטער באלוין.
אז מען רעדט שוין מיז איך דיר זאגן אז דיין @ איידיע איז א גלענצענדע איינפאל. מען קען באמערקן אז די רעאגירסט צו איינעם אן דארפן צוטירן יענעם.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין נישט קיין שרייבער, (מיין מלמדים פאעזיע האט נישט קיין גראמען :roll: )
אבער אויב גייט מען קאטן און פעיסטן גיי איך גלייך וויסן ווער עס שרייבט וועלכעס, דורך פארשידענע סימנים וואס יעקב האט איבערגעגעבן פאר רחל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

@יאיר :like
אין אנדערע ווערטער שלאגסטו פאר מען זאל מאכן א פארביסענע פארמעסט, ווער עס קען ארויס ווייזן מער שנאה איז דער געווינער... איך האב א טראק מיט אייער אנטקעגען איבער, רעדי?!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@געצל

דער באלוין, האב איך חרטה געהאט א רגע נאכן שרייבן כמו נימוקך..גערעכט. פונדעסטוועגן פטור בלא כלום, אפשר זאל די לוין זיין אז אלע חברי ק״ש מוזן אפגעבן יענעם שרייבער א הילכיגן לייק!

האמת אגיד די @@ איז נישט מיין בייפאל, עס איז דזשעק דארסי פון טוויטער׳ס אויפטוה...

@יאיר

כאב געלייקט דיין תגובה פארן ליינען, בלויז ווייל ענדליך איז איינער מוחה, און ג׳ט איז נישט באנקראט


דרך אגב, איך וויל קלארשטעלן אז די ציל פונעם פארמעסט איז לתת כר נרחב פאר אנשים כערכינו זיך אויסצוזינגען

פלאס צו געבן דעם זינלאזן עגאו איר פרעס! (קרעדיט, חבירי היקר באישי..טענקס)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

די פארמעסט איז קרעדיט @געלעגער שבאייוועלט

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

ער דער הרב געלעגער האט אין אייוועלט געקומען אויף דעם געניאלן איינפאל און וויזוי עס צו פירן, גיטס אים א לייק, איך וועל אים עס אהינגעבן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

@ לעמאן
You give credit where credit is due

שיין פון דיר!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

משה געציל האט געשריבן:@יאיר :like
אין אנדערע ווערטער שלאגסטו פאר מען זאל מאכן א פארביסענע פארמעסט, ווער עס קען ארויס ווייזן מער שנאה איז דער געווינער... איך האב א טראק מיט אייער אנטקעגען איבער, רעדי?!

איך שלאג פאר מען זאל מאכן אן עפנטליכע דעבאטע צווישן יאנקל און בדחן, זיי זאלן זיך פארמעסטן בפני כל העם ועדה. אדער צווישן וואסער טרעגער און איחוד פעלד. אוי וועט זיין צו הערן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@שמעקעדיג

איז מרמז, איך וויל אויסקלארן זיינע ווערטער

א פאעמע וואס וועט אנטהאלטן גע׳גנב׳טע סחורה פון ביאליק אדער מאנגער וועלן מיר נישט ארויפשטעלן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאיר! דו מאכסט מיר צופיל לאכן דא מיט יעדן תגובה פון דעם אשכול... :lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

@לעמאן ושמעקי, וועגען דעם האלט איך אז מען זאל נעמען איין ספעציפישן נושא -בעסער וואלט געווען ווען מען טוט עס געבויט אויף א פסוק וכדומה- וואס אין אזא פאל איז זייער שווער צו גנבנ׳ן סחורה.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@געצי

גוגל און אונזער אוצר הספרים וועלן מוכיח זיין די גנבים...סוף גנב לתלי׳, ומי חשידי ישראל בגניבה?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ג"א מצטרף א פאעזיע אויף אהבה וועט ארבעטן מען האט דאך אונז נישט פארגינען קיין אהבה למעשה אויף די וועלט לאמיר חאטש פאעזירן און פאנטאזירן.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@בעןתמליון @יאיר

איר חשבונ׳ט צו שרייבן אזוינע אחורי הפרגוד׳יגע אהבה לידער?

אדער אהבת הקב״ה לכנס״י

שירי עגבים ווילט איר שרייבן אדער שירי קדש להבדיל בין קדש לחול, בין מותר לאסור!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

בן תמליון האט געשריבן:ג"א מצטרף א פאעזיע אויף אהבה וועט ארבעטן מען האט דאך אונז נישט פארגינען קיין אהבה למעשה אויף די וועלט לאמיר חאטש פאעזירן און פאנטאזירן.

ב״ה איך האב די הסכמה פונעם קאווע שטיבל פאנסיענער פאזעיע שרייבער.
וואס האלט דער עולם מען זאל עס שרייבן געבויט אויף א פסוק צוויי אין שיר השירים, אדער בכללות אויף אהבה?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט