בלאט 1 פון 1

דארף א בעיבי א פעספארט פון נ"י צו קענעדע?

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 11:06 pm
דורך וויליאמסבורגער
לעצטענס דארף מען האבן פעספארטס פון די יו עס צו קאנאדע. איז די הלכה אויך אזוי ביי א בעיבי?

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
כמעט זיכער אויב פארט מען מיט די עלטערן דארף מען נישט, ביז 16.
אפשר דארף מען עפעס א דאקומענט יא, ווי א בוירט סערטיפיקאט, אבער נישט מער.
אויב קיינער דא ווייסט נישט, וועל איך מארגן אי"ה מברר זיין.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 11:43 pm
דורך וויליאמסבורגער
גראדע האב איך ארומגעזיכט אויף די וועב און נישט געפינען א קלארע תשובה.
א וויכטיגע פרט האב איך פארגעסן צו שרייבן, אז איך רעד פון פארן מיט א פליגער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:04 am
דורך איינער
מיט א פליגער דארף מען א פאספארט אפילו פאר קינדער, מיט א קאר איז גענוג פאר קינדער ביז 15 א בוירט סערטיפיקאט.

http://www.tripadvisor.com/Travel-g1533 ... Border.htm

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:07 pm
דורך לעמיל
וויליאמסבורגער,
דו מאכסט אונז דזשעלעס! ארויפיל ארום צו פארן?!
האב פאן..