גיהנם און גן עדן - וואס זענען זיי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

גיהנם און גן עדן - וואס זענען זיי?

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

איך וויל נישט זיין קיין גונב דעת. דערפאר בין איך אייך מחוייב צו זאגן באלד ביים אנהייב, אז איך האב נישט דעם ענטפער. איך האב נישט קיין השגה וואס די צוויי זאכן מיינען.

ס'איז אמת אז אין אונזערע ספרים איז פאראן א באלעבאטישע ליטעראטור געווידמעט דער טעמע. אבער איך מיין אז נאכ'ן לערנען און לייענען וויפיל איך האב שוין באוויזן צו לערנען און לייענען, בין איך אין דעם ענין נישט קלאר געווארן.

מיר האבן עטליכע קלאסישע ספרי מוסר וואס שילדערן א גיהנם פון פייער און אייז, הייסן אייזן און שטאל, קאכיגן קאלך, פארכטיגע אייז. מיר לייענען וועגן נורא'דיג-ריזיגע פוסטע שטחים אין וועלכע די נשמה דרייט זיך ארום א פארלוירענע און דיסטאריענטירטע; וועגן שרעקליכע, פייערדיגע רוטן וואס ווערן גענוצט צו שלאגן דעם מענטש אין קבר, בשעת יענער מוטשעט זיך צו דערמאנען דעם אייגענעם נאמען. מיר ווייסן וועגן דעם "עולם התוהו", וואו נשמות בלאנזשען במשך אייביגקייטן, אן אפילו וויסן אז זיי געפינען זיך מער נישט ביים לעבן. דערנאך האבן מיר "כף הקלע" און צימערן און אפטיילונגען, מלאכי חבלה, רוחות, און נאך אזעלכע שרעקליכע און שרעקעוודיגע וועזנס און דערשיינונגען.

אין חז"ל געפינען מיר דעם משל מיט די צוויי גארטן-וועכטערס, איינער א בלינדער און דער אנדערער א הינקענדיגער -- וואס רבינו הקדוש האט גענוצט צו מסביר זיין פאר אנטונינוס דעם יושר פון באשטראפן דעם מענטש אויף יענער וועלט. יענע צוויי וועכטערס זענען אויפגעקומען מיט א קלוגן פאטענט וויאזוי צו גנב'ענען פרוכט פון גארטן, און ווען דער קעניג האט זיי אפירגענומען, האט יעדער פון די צוויי גע'טענה'ט אז ער האט דעם פארברעכן נישט געקענט באגיין. "איך זע דאך נישט וואו צו גיין," האט דער בלינדער גע'טענה'ט. "און איך קען דען שטעלן אפילו איין טראט?" האט דער הינקענדער געזאגט. דער מלך האט זיי דאן צוזאמגעפארט אויפ'ן זעלבן אופן ווי זיי האבן די גניבה דורכגעפירט -- ארויפגעזעצט דעם הינקענדן אויף די אקסלען פונעם בלינדן, און זיי אינאיינעם באשטראפט. דאס זעלבע, האט רבי יהודה הנשיא מסביר געווען אנטונינוס, געשעט מיט'ן מענטש נאך זיין טויט. דער גוף ווייזט אן ווי אן דער נשמה קען ער זיך נישט רירן פון פלאץ; די נשמה טענה'ט אז אן דעם גוף איז זי ריין און וואויל. נעמט דאס הימלישע געריכט זיי צוזאמען, אויף דעם אופן ווי דער חטא איז באגאנגען געווארן, און גיט זיי/אים/איר די שטראף אזוי.

א שיינער משל. א הערליכער נמשל. (באמת אזוי.) אבער, פארט: דער גוף צעגייט און שימלט אפ אין דער ערד. ער ווערט באהאלטן און באדעקט, און ביז א קורצער צייט בלייבט פון אים נישט קיין זכר. וויאזוי, אויב אזוי, ווערט דער דין-ודברים פון הימלישן געריכט אויסגעפירט למעשה?

זאלן מיר זאגן אז דער גאנצער מאמר חז"ל, משל און נמשל, זענען למעשה נאר א משל צו עפעס וואס מיר קענען נישט פארשטיין? אבער, וואס איז די חכמה פון דערציילן א מעשה, פרעגן א קשיא, געבן א תירוץ -- אויב די הבנה צו פארשטיין דעם תירוץ געפינט זיך ערגעץ-וואו איך האב נישט קיין צוטריט? (איי מין, קאָמ'אַן!)

דאס זעלבע מיט'ן פייער, אייז, כף הקלע, עולם התוהו. פייער און אייז בריטן און פרירן פלייש. פייערדיגע ריטן שמייסט מען אויף א קערפער. דארט וואו די אלע משפטים ווערן אפגעראכטן, זענען קיין גופים גאר נישטא. "חיבוט הקבר" לאזט זיך נאך פארשטיין. דער טייל פון יענער-וועלטיגן משפט ווערט דורכגעפירט נאך דעם וואס די מקברים און מלווים פארלאזן דעם בית החיים. דער גוף איז נאך גאנץ און מען קען אין אים גאנץ ניש'קשה'דיג אריינשמייסן. אבער פארט, א טויטער פילט גארנישט. פראקטיש קען עס נאך שטימען; אבער רעאליסטיש גערעדט: וועמען סטראשעט מען מיט'ן פּראַקן אויף א קאלט-טויטער ישיבה של מטה? (עס דערמאנט אין דעם "מלך" וואס ווערט נאך היינט געניצט אלס משל פאר יעדער זאך וואס האט מיט פחד און יראה. "מען דארף שטיין ביים דאווענען פאר'ן רבונו של עולם אזוי ווי פאר א מלך," דערקלערט דער מלמד מיט אן דראמאטישער שטימע. "מיר פארשטייען שוין היינט נישט וואס דאס מיינט -- דעם פחד און יראה וואס א מענטש האט געפילט שטייענדיג פאר א קעניג. אבער אט אזוי, פונקט גענוי דארף מען שטיין ביים דאווענען..." וויאזוי, "אזוי": אפשר נעמסטו זיך די טירחה מיר מסביר צו זיין דאס עסק מיט'ן מלך מיט א משל-למה-הדבר-דומה?)

איך קען שפעקולירן, דאס הייסט, אויסלופטערן רויע געדאנקען וואס וואלגערן זיך ציללאז ביי מיר אין מיין פריוואטן עולם התוהו אשר בתוך מיין קאפ, סמוך ונראה צו מיינע אויגן און אויערן.

לאמיר קודם זיך אומקערן צו דער וועלט, דעם עולם השפל, וואו מיר לויפן און רודערן ארום אין גוף/נשמה פּארלעך. דא, אויף דער וועלט, עקזיסטירן די באגריפן פון פרירן און בריען. יעדער פון אונז ווייסט וויאזוי א ברי פילט. מיר אלע קענען די איבערלעבעניש פון כאפן א ברי. דאס זעלבע, די "איבערלעבעניש" פון שטיין און ציטערן אין דער קעלט איז קיינעם נישט פרעמד. די צוויי זאכן זענען פיזישע איבערלעבענישן. די יסורים און פאלגן וואס זיי ברענגען זענען פיזיש.

ווען מען רעדט פון "יענער וועלט", רעדט מען פון א מין מציאות אין וועלכן מיר האבן נישט קיין השגה. דאס איז אן "אוניווערס" וועמענס געזעצן און כללים האבן קיין שום שייכות און ענליכקייט צו די חוקי הטבע פון אונזער וועלט. וויפיל משלים און לסבר-את-האוזנס מיר זאלן נאר נישט געבן, וועלן זיי אויף קיין האר נישט נאענטער ברענגען דאס מציאות פון יענער אנדערער "וועלט". גארנישט דא איז ביכולת צוצוגרייטן די מענטשליכע (גוף-נשמה'דיגע וועזנס) השגה צו וואס טוט זיך דארט אפ. א מענטש קען זיין אזוי ברייט און טיף ווי נאר מעגליך -- ווען ער וועט "ארויפקומען אויבן", וועט ער זיך טרעפן אין א "רעאליטעט" צו וועלכער ער וועט בכלל נישט זיין צוגעגרייט.

גן-עדן און גיהנם זענען טייל פון יענעם אנדערן מציאות. אלעס שפילט זיך אויס "דארט", וואס איז לא נגע ולא פגע אויף קיין שום אופן מיט אונזער "דא". במילא, איז אוממעגליך איבערצוגעבן אן אמת'ע, רעאליסטישע "בילד" אדער מושג וואס די זאכן זענען. פארגעסט נישט: אפילו "באצאלן" און "באשטראפן" זענען ערדישע באגריפן.

אלא וואס יא?

מען דערציילט אויפ'ן בעל התניא, אז ער איז אמאל (צי מערערע מאל -- כ'קען נישט דעם פונקטליכן נוסח המעשה) אריינגעפאלן אין א מורא'דיגן דביקות-התפעלות; ער האט זיך געקוילערט אויף דער ערד און דערביי געזאגט: "איך דארף נישט דיין גיהנום, כ'דארף נישט דיין גן עדן. איך וויל נאר דיך אליין."

איך בין א פשוט'ער מענטש -- נאך פשוט'ער אפילו פון פארשטיין וואס דער בעל התניא האט געזאגט; שוין אפגערעדט פון דארט האלטן. איך האלט נאך יא ביים גיהנום און גן עדן. און אויב איך זאל אמאל באווייזן זיך אויפהייבן פון מיין פראסטן, טאגטעגליכן סדר החיים, און צוקומען צו עפעס א מין מעין-דביקות, וואלט איך אויסגערופן: "איך וויל זייער שטארק נישט באקומען דיין גיהנום, אין דארף זייער דיין גן עדן. איך וויל אויך זוכה זיין צו כאטש פארשטיין וויאזוי דער בעל התניא האט אזעלכע ווערטער געזאגט. גיב מיר כאטש א שמעק פון א השגה אויף זיינע השגות."

גן עדן איז "גוט". גיהנום איז "שלעכט". דאס איז דער ראם אין וועלכן מיר קענען די מושגים אריינפאסן דא אויף דער וועלט. ס'איז אבער בכלל נישט דאס. די צוויי "פלעצער" געפינען זיך א שיינע פאר מייל אינדרויסן פון דעם ראנד פון אונזער השגה. אבער אונזערע מעשים גייען פאקטיש, באיזה אופן שהוא, מיט מיט אונז צום נעקסטן שטאפל. אויף דער וועלט ווייסן מיר פון "תוצאות" און קאנסעקווענצן, פאזיטיווע און נעגאטיווע. במילא זענען זיי -- תוצאות, שכר, עונש -- די נאענסטע ווערטער וואס מיר פארמאגן צו ממחיש זיין וואס "פאסירט" באמת. מיר קענען דא שילדערן שרעקליכע, שלעכטע, פיינליכע, נעגאטיווע זאכן. מיר קענען טראגן אונזערע שילדערן אזוי ווייט ווי די פאנטאזיע דערלויבט אונז נאר. אבער נאך דעם וואס אונזער שעפערישקייט לאזט זיך אויס, דארף מען זיך אפשטעלן און זאגן, צו זיך אליין: ס'איז פארט נישט דאס... די "אמת'ע זאך" איז מחוץ אלעם ערדיש און קערפערליך.

גיהנום און גן עדן זענען פאר יעדן דור געשילדערט געווארן לויט זיינע השגות פון זיס און ביטער, גוט און שלעכט. פאר 400, 500, און 800 יאר צוריק איז דאס באשטאנען אין שרעקליכע קערפערליכע פייניגונגען, קעגן מורא'דיגע הנאות און תענוגים. רבי מאיר אין זיין "אקדמות" שילדערט דאס בעסטע לעבן פון וואס די השגות אין יענעם דור האבן זיך געקענט פארשטעלן. דער "ראשית חכמה" מאלט די גרעסטע, שרעקליכסטע יסורים וואס מען האט אין זיין תקופה געקענט אריינלייגן אין ווערטער. אין די ספרי חסידות, אין איינקלאנג מיט דעם רעוואלוציאנערישן גייסט וואס חסידות האט געברענגט, רעדט מען שוין אבער וועגן גן עדן און גיהנום מיט גאר אנדערע ווערטער.

אין אונזערע צייטן, מיט דער שפע, באקוועמליכקייט, און הויכן לעבנס סטאנדארט, איז שווער ממחיש צו זיין "שרעקליך" און "גוטסקייט" מיט די בילדער און אילוסטראציעס פונעם מיטל-אלטער. זייער ווייניג מענטשן קענען דעם טעם פון איבערמענטשליכע פיזישע יסורים -- אזעלכע וואס פירן דעם מענטש אראפ פון זינען און צום ראנד פון זעלבסמארד. פון דער אנדערער זייט, איז אונזער דור שטארק געשלאגן מיט אן אנדער סארט יסורים: גייסטיגע ווייטאגן, עמאציאנאלע יסורים, נשמה-פיין. די פסיכאלאגיע און פארשטאנד פון דעם מענטשליכן מוח און פסיכיק זענען אויך שטארק אנטוויקלט, און דער פענאמען פון יסורי נפש ווערן פארשטאנען סך בעסער און קלארער ווי סיי ווען פריער.

לויט מיין באגרעניצטן שכל קומט אויס, אז דאס, גייסטיגע יסורים -- נשמה-פיין, נפשיותדיגע אנגסט, יסורי נפש -- איז דער פאסיגער מיטל אויף צו רעדן וועגן די מופשט'דיגע זאכן וואס שפילן זיך אפ אויף "יענער וועלט". ווייל דאס זענען זאכן וואס אונזער השגה קען באנעמען. ס'איז נישט אז אונזערע השגות פון גוט און שלעכט זענען נאענטער צום אמת ווי די משלים און דוגמאות וואס זענען אמאל גענוצט געווארן; נאר דאס זענען די געצייג וואס מיר האבן אין אונזער באזיץ.

יסורי נפש זענען נישט אזוי פשוט ווי פיזישע יסורים. אנדערש ווי פיזישע יסורים, זענען געפילן סך מער קאמפליצירט און אפגעטיילט פון אונזער פיזישן חלק. גייסטיגע יסורים זענען שווערער צו היילן; די כללים איבער די גורמים און תרופות וויאזוי זיי צו היילן זענען אויך גאר אנדערש, שווערער, און אומקלארער. גייסטיגע יסורים זענען שווערער צו מסביר זיין. מען קען זיי נישט אנטאפן. מען קען נישט אנווייזן מיט די פינגער: דא טוט מיר וויי. דאס הייסט, יסורי נפש זענען איידעלער, "העכער", דקות'דיגער ווי יסורי הגוף.

דערפאר טראכט איך אז גן עדן איז עפעס א מין אומנאטירליכע שלווה, אינערליכע רואיגקייט, זארגלאז, זיס. נישטא דאס מינדסטע ווינטל אין דער נשמה. דאס הארץ איז גאנץ ווי השלמה אליין. גיהנום, פון דער אנדערער זייט, איז עפעס א מורא'דיגע פארלוירנקייט, א טיף-שניידנדע ווייטאג אין הארץ, א נשמה בלי מעגליכקייט צו געפינען מנוחה, אן אומבאשרייבליכע מעלאנכאליע. דערצו איז מען דארט ברוטאל-רעאליסטיש: מען קען זיך נישט פאפן מיט קיין חשבונות. מען ווייסט אז ס'איז צרות בלי האפענונג.

נאך אלע דרשות, אבער, פארשטיי איך אז דאס אלעס ווערט געשריבן מיט פיזישע פינגערס וואס קלאפן אויף א פיזישן קיבאורד געדאנקען וואס ווערן געטראכט אין א פיזישן מוח, וואס זיצט באקוועם אין א פיזישן גוף. איך ווייס נאר דאס וואס מיינע זכרונות, געפילן און פארגאנגענע איבערלעבענישן דערציילן מיר. "יענע וועלט" איז נישט אריינגערעכנט אין דעם כלל.

איז, וואס און וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האף איך אז אין 75, 95, 50, 40 יאר ארום וועלן מיר אלע זיך געפינען "דארט" גליקליך און צופרידן. איך וועל זיך דארט רופן מיט'ן נאמען וויאזוי א "לולקע ציבעך" ווערט דארט פארשטאנען, אבער מיר וועלן לאכן א גוטס פון אונזערע פרוכטלאזע באמיאונגען "דארט" צו פארשטיין עפעס וואס קען קיינמאל נישט פארשטאנען ווערן.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר