USPS - די וועג אראפ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

USPS - די וועג אראפ

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט קימט די נייעס אז די United States Postal Service גייט מעלדען אז זיי גייען אויפהערן צו דעליווערען מעיל שבת. דאס מיינט אז אנשטאטס דעליווערען מעיל 6 טעג א וואך וועט עס ווערן 5 טעג א וואך, פון מאנטיג ביז פרייטיג. (פעקעזשעס וועלן זיי יא דעליווערן אויך שבת ווייל זיי פארדינען נאך געלט אויף פעקעזשעס). די סיבה איז זייער פשוט. אין די לעצטע יארן גייט די פאסטעל סערוויס בארג אראפ ווייל מענטשען באניצן זיך מער און מער מיט אימעיל, און פערזענדליכע בריווען איז אויך א זאך פון דעם אמאליגן דור. די USPS האט שוין פארלוירן ביליאנען דאללארן אין די לעצטע יארן אבער וויבאלד די קאמפעני האט א שייכות מיט די רעגירונג מיז עס ווייטער אנגיין. איינע פון די וועגן ווי אזוי זיי פראבירען צו פארדינען מער געלט איז דורך הייבן די פרייז פון פאסטעיזש סטעמפס זייער אפט. טאקע די וואך האט זיך די פרייז פון א פירסט קלעס לעטטער געהויבען צו 46 סענט. די פראבלעם איז נאר אז זיי פארדינען נישט מער געלט פון הייבן די פרייזן, ווייל לויט די געזעץ טאר זיי נישט הייבן די פרייזן מער ווי די רעיט פון אינפלעישען. נמצא אז זיי שטייען ווייטער אויף דעם זעלבן פלאץ.
די יעצטיגע שריט אוועקצונעמען פאסט פון שבת טוישט די צורה פון די פאסטעל סיסטעם, און מ'קען ערווארטען אז עס וועט זיך נאך אסאך טוישן אין די קימענדיגע יארן. מ'קען זיך גרינג פארשטעלן אז אין פיפציג יאר ארום, און אפילו אין צוואנציג יאר ארום וועט די פאסטעל סיסטעם אויסזעהן "אינגאנצען" אנדערש, אויב ס'וועט נאך עקזיסטירען. איך ווייס נישט ווי אזוי, אבער ס'וועט זיכער מער נישט שיקן קיין בריוועלעך.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ס'וועט זיכער נאך עקזעסטירן, נאר צו טראגן פאר מענטשן זאכן וואס זיי האבן באשטעלט אויפן אינטערנעט!
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אין וואס וועלן מיר אידעלעך טון מוצאי שבת? איינס פון די הויפט וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן מוצ"ש איז די פאסט.

אין בכלל, וויאזוי וועלן מיר באקומען אינזערע בילס? דאקומענטן? אינוויטעישנס וכדומה? ווען זיי גייען עמטליך סטאפן פאסט, אין אינטערנעט איז קיין אפציע.

אולי וועט TAG עפענען א פאסטעל סערוויס?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

עס וועט דאן זיין איש תחת גפנו ואיש תחת תאינתו וכל ישראל עוסקין בתורה ונהנין מזיו השכינה אן די אלע דאגות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעפל האט געשריבן:ס'וועט זיכער נאך עקזעסטירן, נאר צו טראגן פאר מענטשן זאכן וואס זיי האבן באשטעלט אויפן אינטערנעט!

צוואנציג יאר ארום וועט מען שוין מסתמא קענען דאונלאדען די זאכן אליין פון די אינטערנעט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

היסטארישע אסיפת כלל ישראל, שטרענג פארבאטן צו אפנעמען די פאסט פרייטאג!
עש"ק בה"ב, שנת תשפ"ח.
דורך: בערל אנאליזירער.

ווי באקאנט, אין די לעצטערע יארן, זעהט זיך אן א שוואכקייט אין די דינערן און בליצן פון אונזערע היימישע מוסדות. וואס א יאר שפעטער, פאלן די דורות, ווייניגער מענטשן ערשיינען צו די מעלאווע ד'מלקות, טראץ דעם וואס עס ווערט סערווירט הייסע בעגעלס, פרישע פיצע און סושי, און אנדערע מעדנים און כל מיני דיפס און סאלאטן בשמותם הנרדפים ליודעי חן.

די עסקנים זענען פרוסטרירט, די הנהלה גשמי פון אלע מוסדות'ער שטייען און פארקלאפן מיט די הענט, זיי האבן שוין פרובירט אלע מיטלען, ווי סערווירן די בעסטע עסנווארגן, אראפרופן בדחנים וועלכע מאכן וויצן, זינגערס און קווייערס, טייערע גורלות, קענסלען די באורינג דרשות, לייגן שיינע סיינס מיט פראכטיגע גראפיקס, אבער אן ערפאלג. דער עולם ערשיינט נישט, מען באווייזט זיך נישט דאס פנים. א שאנדע!

די לעצטע חדשים האבן זיך צוזאמענגענומען א רייע מוסדות'ער אויף א אסיפה נחוצה דחופה וחרופה, מיט א טייל קאנסאולטענס, צוזאמען פרובירן אויסצוטרעפן בשל מי הרעה הזאת, וואס איז די סיבה פאר דעם פארקלענערטן עולם, בשעת דער היימישער ציבור מערט זיך מיטן נאטורליכן וואוקס, עס איז שוין דא באלד דאפעלט משפחות זינט תשע"ג, און אנשטאט די מסיבות זאלן ווערן מער אנגעפילט, פאסירט די פארקערטע, צום אנטוישונג פון די מוסדות הקדושים.

נאכן אדורכשמועסן אלע מעגליכע סיבות, איז מען געקומען צו די מסקנא, אז דער שולד איז: די פאסט! יא, גענוי אזוי ווי איר הערט, די פאסט!

נאך א אנקעטע און אויספרעגן די עלטערע אידן פון אמאליגע צייטן, תשע"ג יארן, בשעת עס פלעגן זיך באטייליגן א ריזיגע עולם ביי יעדע מלוה מלכה, איז מען דערגאנגען אז די גרעסטע שטופ פארן עולם צו גיין צום דינער איז געווען דאס עפענען מוצש"ק דעם פאסט קעסטל, און מיט א רואיגקייט האבן זיי אדוכגעלייענט דעם רייכן פראגראם וואס ערווארט זיי, און גלייך נאך הבדלה האט מען זיך אנגעטאן דעם אויבערראק (דעמאלס האט עס נאך געהייסן 'רעזשוואלקע' ביי א טייל, ע"פ רוב ביי די דאזיגע וואס זייערע פרויען האבן גערופן דאסטערס "פאנזשעלויס", און די סליפערס "פאפוטשן"), און זיך ארויסגעלאזט צו מלוה דמלכה'ס צו געבן און צו באקומען.

פסיכאלאגן האבן באשטימט, אז די צייט פון לייענען די אינוויטאציעס איז געווען אויסגעצייכענט! מוצאי שבת, ווען דער קאפ איז רואיג, דער קערפער אויסגעשלאפן, נישטא קיין דאגות, קיין ארבעט, איז געווען די בעסטע צייט צו לאדענען דעם ציבור (פארן יונגערן דור: דאן אין יענע צייטן פלעגט מען נאך דעליווערן פאסט אום שב"ק). היינט נעמט מען אפ די פאסט פרייטאג, ווען דער קאפ איז נאך מלא דאגות, מען האלט נאך בעפאר כניסת השבת אינמיטן די הכנות אויפן גרעסטן פארנעם און ברען, און מען שמייסט דעם אינוויטעשיאן אין מיסט, און ביז מוצ"ש האט מען שוין לאנג פארגעסן פון אלעם. און דאס איז גורם די אויסגעשפילטע מלוה מלכה'ס יעדע וואך.

מיט א צובראכן הארץ זענען די מנהלים אריין צו זייערע רבי'ס, די ראשי גולת אריאל, און זיך אויסגערעדט זייער פארביטערט הארץ, ואף הם מתכוין לעומתם, ווער דען שפירט דעם געלט פארלוסט אזוי שטארק ווי די רבי'ס אליין, וואס די פינאנציעלע דאגה פון די מוסדות ליגט דאך על שכמם הקדושים, די הייליגע פלייצעס, אינאיינעם מיט אנדערע צרות ישראל.

פארגאנגענעם חודש איז געווען א אסיפה פון טויזענט רבנים, אלע זענען געקומען להתייעץ ולטכס, אנצונעמען די ריכטיגע מיטלען און ראטעווען די דורות הבאים פון אונטערגאנג. "אנע מוסדות, איז כלל ישראל דערנאך" האט דער קאטפעלער רבי געדונערט; "אזא קאטאסטראפע וואס מען וועט נישט קענען ראטעווען" האט זיין פעטער, דער מו"ץ פון פרימיזעץ געשריגן פון טיפן הארצן, און האדמו"ר ממילק שעיק האט מנהמת לבו הטהור אויסגעבראכן אין א געוויין, "מיר וועלן האבן ליידיגע פארענטשעס קומענדיגן דור, אויב וועט דער מצב ווייטער אזוי אנהאלטן חס וחלילה"..

נאך א שטיקל דין ודברים, ווי מ'האט נושא ונותן געווען געווען אין דעם ענין, איז באשלאסן געווארן צו שטרענג פארבאטן דאס אפנעמען די פאסט אום פרייטאג! די רבנים האבן תיכף ומיד אויפן פלאץ גע'חתמ'עט א קול קורא אז "דעתינו, דעת תורה" פון היינט און ווייטער איז אסור אויפצופיקן ערב שבת די פאסט, און וועמען מען וועט כאפן אזוי טון, וועט מען ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.

גראדע האט איין עסקן גע'טענה'ט אז אויב ווארפט מען ארויס קינדער, מאי הועילו חכמים בתקנתם, עס וועלן דאך אזוי ארום זיין ווייניגער מענטשן ביי די דינערס, אבער די רבנים האבן דאס אפגעווארפן און געזאגט אז יעצט קען מען נישט קוקן אויף לאגיק, מען מוז איינצוימען דעם פראבלעם בעפאר עס גייט אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. א צווייטער עסקן האט פארגעשלאגן אז מען זאל אפשר ארויסשיקן מוצאי שבת אימעילס, אבער די רבנים האבן אים ארויסגעווארפן בשן ועין נאר פארן אויפברענגען אזא געדאנק. "אונזערע חסידים האבן נישט קיין אימעיל, און זיכער נישט אינדערהיים", האט איינער פון די צדיקי הדור, וועלכער האט געבעטן צו בלייבן אנאנים, זיך געבייזערט, ואורייתא קא מרתחא ביה. "און קיינער גייט דאך נישט אריין אין די ביזנעס מוצאי שבת"! און ביי דעם איז עס געבליבן.

נעקסטע וואך וועלן אלע תלמידים אהיימברענגען פראגע בויגענס פאר די עלטערן וואס זיי וועלן מוזן אויספילן. גלייכצייטיג פארמירט זיך שוין א "וועד לבי דואר סמוך לכניסת שב"ק", וועלכע וועלן אדורכגיין בכובד ראש יעדע איינציגע אפליקאציע, און פארלאנגען א חתימה סיי פון די טאטע און סיי פון די מאמע אז אלע פאסט וואס קומט אן פרייטאג וועט נישט געעפענט ווערן בעפאר שב"ק.

די מנהלי המוסדות זענען זייער פרייליך, און זעהען שוין די טויזענטער פארזאמעלטע און די טויזענטערס גיסן זיך. זיי זענען דאנקבאר פארן רבש"ע אז ער האט אונז צוגעשטעלט דור ודור ומנהיגיו, די געטרייע פאסטוכער וועלכע פארלאזן אונז נישט אפילו אין די שווערסטע צייטן, וברוחב בינתם גיבן זיי כסדר ארויס פראקטישע תקנות פאר אונזער טובה, און פאר די טובה פון אונזערע דורות. אשרי העם שככה לו! אשרינו מה טוב חלקינו!

פדה ה' את יעקב 
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שמעק אייגענס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקי
דיין ארטיקעל איז טאקע זייער פעסימיסטיש איבער די מצב פון די דינערן און בליצן אין פיפצען יאהר ארום, אבער איך בין פריילעך צו הערן אז אין פיפצען יאהר ארום וועט נאך זיין מוסדות, ס'וועט נאך זיין רעבע'ס, ס'וועט נאך זיין א כלל ישראל!! אה, לא אלמן ישראל!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעמיל האט געשריבן:שמעק אייגענס?


גילטי :cry:
איך בין באשאנקען מיט רוח הקאקאש מקובל פון מיין באבא סאלאמי :האה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג ריזיג אראפגעלייגט, נאר מיט איין ווארט פרעג איך אפ די גאנצע זאך, אין תשפ"ח גייט קיין פאסט שוין נישט זיין, וואו אונזער ראשאקאל האט שוין דערמאנט אז מגייט זיך אליינס קענען דאונלאודען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט לכבוד די שטורעם קען מען פילן ווי אזוי עס גייט פילן ווען ס'גייט נישט זיין קיין שבת פאסט. עך , ס'האט נישט קיין אידישען טעם. ווער ווייסט וויפיל דינער'ס גייען יעצט ליידן פון דעם נעבעך.
שמעקי. די רבנים דארפען צולייגן אז אויב מ'ווייסט אז ס'גייט זיין א שטורעם שבת טאר מען אויך נישט ארויסנעמען די פאסט פרייטיג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

פראגע צו שמעקעדיג

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער חשוב'ער שרייבער ר' בערל אנאליזירער איז אפשר א קרוב צו בערל בעל עגלה? (א בעל עגלה רופט מען נישט "ר'". מ'זאגט דו בעל עגלה רוק זיך).
פארשפארט