בלאט 1 פון 2
פיני עסטרייכער SymPinny בענד
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 7:48 pm
דורך עפלשלאכטץ
היינט נאכט איז די ערשטע חתונע מיט סיימפיני'ס ארקיסטרע פיני עסטרייכער'ס נייע בענד וואס אין דעם שפילט פיני שפילט ברעס אין פיאנא דראם שפילט איינער בראדי אין גיטאר חיים באקשען אין א בעס גיטאר
לאמיר האפען אז עס גייט זיין א קנאקעדיגע בענד און ווערן גיט אויפגעכאפט ביים עולם
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 8:30 pm
דורך גלות יוד
קען איינער אריינשיקן עפעס קליפס?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:09 pm
דורך שמייכל
לויט מיין אינפא איז עס געווען א קנאק פון א חתונה, איך גלייב אז ס'וועט זיין רעקארדינגס, קיין בילדער האב איך דערווייל נישט געזעהן נאך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:39 pm
דורך לעמיל

קרעדיט שמויגער איי וועלט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:40 pm
דורך יידל
ווער איז דער היימישער אינגערמאן מיטן גיטאר (צווייטע פון לינקס)?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:47 pm
דורך שמייכל
שלומי שפילמאן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 7:37 pm
דורך עפלשלאכטץ
דא האט עטץ א קליפ פון די בענד נעכטען נאכט
Watch "First Wedding By The "SymPinni" Band" on YouTube -
https://www.youtube.com/watch?v=00tjer6 ... ata_player
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 12:56 pm
דורך לעמיל
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:59 pm
דורך עפלשלאכטץ
דא איז דא נאך א קליינע קליפ פון די בענד
Watch "SymPinny Orchestra First Wedding" on YouTube -
https://www.youtube.com/watch?v=uHU6AUl ... ata_player
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 7:51 pm
דורך גלות יוד
פיינע ניעס איך הער מ'האט אפגעכאפט די גאנצע חתונה אויף ווידיאו (די בענד מיין איך) נו אפשר ברענגט מען אהער איך חלש עס צו זעהן.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:37 pm
דורך עפלשלאכטץ
איך אויך עס זעהט אויס צי זיין א קנאקעדיגע בענד
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:57 pm
דורך שמייכל
גלות יוד האט געשריבן:פיינע ניעס איך הער מ'האט אפגעכאפט די גאנצע חתונה אויף ווידיאו (די בענד מיין איך) נו אפשר ברענגט מען אהער איך חלש עס צו זעהן.
די חברה זאגן אז ס'גייט זיין אן אפעציעלער היי קוואליטי קליפ בקרוב
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
ווען וועט די קליפ זיין?
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:21 pm
דורך יידל
עפלשאלאכטס, כ'האב עמבעדעט די יו טוב קליפס וואס האסט צוגעצייכנט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=00tjer6AQo8[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uHU6AUl_HYk[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:42 pm
דורך אוי טאטי
א לענגערע קליפ פונעם בענד, ס׳סאונד מעכטיג!
Watch "SYMPINNY Live!" on YouTube -
https://www.youtube.com/watch?v=sEobj9f ... ata_player
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 5:51 pm
דורך sefish
א הערליכע בענד, זיין ברעסס סאונד גאר עכט
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:44 pm
דורך שמעקעדיג
גוט! פיינע נייעס!
א סעקסעפאן וואלט נישט געשאדט דארט.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 7:53 pm
דורך ניו יארק
נאך איינער האט געטראכט אז די סעט-אפ איז זייער פאצעריש (בחוריש בלע"ז), איך מיין אז א שיינע עמוד וואלט ווען צוגעגעבען צום קלאסישען אטמעספערע.
ווי למשל..... (איך ווייס אז די פיקטשער איז זייער נישט קלאר, קען זיין אז מארגען וועל איך טרעפן א קלארערע און איך וועל עס טוישן)
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:27 pm
דורך שמייכל
די שטענדערס זענען לכאורה נאר געמאכט געווארן פאר די בלאזערס (סעקסעפאון, טראמפעט א.א.וו.), דער בענד האט נאך דערווייל נישט קיין הארנס לויט וויפיל איך זעה
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 10:01 pm
דורך ניו יארק
קען זיין אז זיי נוצען עס פאר די בלאזערס, אבער איך רעד פשוט פאר שיינקייט, רייכקייט און אריסטעקראטישקייט.
עס קוקט עפעס אויס זייער אויפגעווארפן דארט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:45 am
דורך וויליאמסבורגער
זעהט אויס הערליך. אזוי ווי אי בין נישט זייער באקאנט מיט מיוזיק זייטס מיר ביטע אביסעל מסביר. וואס איז די חילוק צווישן די צוויי גיטארס? די עירפאונס און עסטרייכערס מייק איז א נייע מהלך אין בענדס פאר קאמיוניקעישען? איז די יעצטיגע אויסשטעל נישט ארעם פאר א בענד ווען עס פעלן בעיסיק כלי שיר?
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:28 am
דורך זר זהב
איינס איז א רעגולער גיטאר די אנדערע איז די בעיס גיטאר.
ס'נישט ארעם, אזוי קען ער געבן א ביליגערע פרייז מסתם. ס'פעלט נישט אויס יעדע פייפערעל. דער קיעבאורד האט געסעמפלט די ברעסס חלק
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:57 am
דורך שמייכל
זר זהב האט געשריבן:ס'נישט ארעם, אזוי קען ער געבן א ביליגערע פרייז מסתם
לויט מיין אינפארמעישאן דארף דער בענד צו זיין א עפארדעבל בענד, דאס איז לכאורה די איידיע