בלאט 1 פון 1

הלכות לשה”ר ורכילות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 11:26 am
דורך ידען
אסאך מאל איז דא נייעס וואס מען באשמוצט מענטשן, האבעך געטראכט אז מען דארף מאכן א אשכול ווי מען זאל לערנען די הלכות פון לשון הרע, און אזוי וועט מען וויסן וואס מען מעג רעדן און וואס נישט, און אויב ס'איז א מצוה צו בארעדן איינעם.

איינער האט אמאל געפרעגט דעם חפץ חיים אז זייט ער האט ארויסגעגעבן זיין ספר האט ער מורא צו רעדן ווייל יעדע זאך קען זיין לשון הרע, האט ער איהם געענטפערט אז פונקט פארקערט, יעצט וועט ער וויסן וואס מען מעג רעדן, ווייל אז ער וועט לערנען, וועט ער וויסן.

אויב מען איז בא'גנב'עט געווארן פון א פלאמבער אדער עלעקטערישען, מעג מען עס דערציילן פאר אנדערע?
אויב מען האט געהערט אז איינער איז א מאלעסטער, מעג מען דערציילן?
אויב ס'איז נאר אין די נייעס, אבער נישט א סאך מענטשן קענען עס קאנפירמען, איז די זעלבע הלכה?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 11:31 am
דורך ידען
דא האבעך געמאכט א אשכול וועגען די חפץ חיים, אבער מן הסתם איז נישט געווען אינטערעסאנט

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=1867

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 12:39 pm
דורך בית שני
איינע פון די פראבלעמען ביי זיוויג שני ( איבאראל אבער דא נאכמער) איז די חלק לשון הרע, סדא מענטשען וואס מיינען גוטס זיי ווילען נישט יענער זאל אריינפאלען, לפני עיור לא תיתן מכשול, זיי וויסען נישט אבער די גדרים , ווען איז א מצוה און ווען איז עבירה,
איך האלט עס וואלט געווען כדי, סזאל זיין א איד וואס איז אויגעקאכט אין די הלכות , מזאל עם קענען קאלען און פרעגען די שאלה , אזוי וועלען מענטשען נישט נכשל ווערען, וואס האלטסטו אזא זאך קען זיך אויסערבעטן? בעסער געפרעגט ווי אזוי קען מען מאכען אז דאס זאל זיך איינגעבן???
( איך האב שוין אזא איד וואס איז גרייט אויף דעם)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:24 pm
דורך שמעקעדיג
ידען, שיין פון דיר פארן קריעטן אזא וויכטיגן אשכול.
ליהוי ידוע אז דאס טוט כולל זיין פילע אשכולות דא וועלכע זענען אונטער פראגע צייכן, אינקלודינג עטליכע וואס דו האסט אליינס געעפנט :?
למשל רומערס אויף אידן, נייעס פון מאלעסטארס, און אפילו פון רבי'ס... זיי האבן נישט אנדערע הלכות.

די שאלה איז לכאורה צוויי פאכיג - אויב איז עס אין די נייעס, יעדער רעדט דערפון, איבעראל, צי מעג מען עס דא אויסשמועסן? (לויטן חפץ חיים איז דאס גאנץ א קנאפער היתר)
און צווייטענס, דאס איז זיכער אז מען מעג - און מען דארף - מודיע זיין אויב עס איז "לתועלת", ד.ה. טאטעס פון קינדער דארפן וויסן צו שטיין ווייט פון א מאלעסטאר, אפהיטן זייערע קינדער, וכן ביי שידוכים מעג מען נאר רעדן וואס איז באמת לתועלת און "וויכטיג", נישט סתם קליינע לשה"ר וואס מאכט זיך ביי יעדן, יעדער האט זיך דאך זיינע שוואכקייטן; אבער קרענק אדער מושחתים וכדו' לתועלת מעג מען זיכער זאגן פאר די באטרעפענדע מחותנים, אבער נישט אויסשמועסן אויף די גאס, און אודאי נישט אויפן אינטערנעט ווי עס בלייבט פאראייביגט לנצח נצחים. און אויך ביי בעלי מלאכה וועלכע ריפן אפ, כ'גלייב נישט מען מעג מפרסם זיין, אבער פארציילן פאר איינעם וואס נויטיגט זיך אין אזא פאכמאן, איז נישט קיין פראבלעם - און אפשר גאר א מצוה - צו מודיע זיין.

לאזן די תלמידי חכמים פון שטיבל קומען לאזן הערן די שיטות, היתרים און קולות וואס איז אלס דא צו געפינען.......

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:29 pm
דורך אוהב דעת
שמעקעדיג איך גלייב אז די האסט נאך נישט קיינמאל געשפירט די ביטערע פיל פון ווערען ברייט באשמירט אין די גאס, וועו יא וואלסטו געזוכט חומרות
קרענק און השחתה, מעג מען פארציילען נאר טאמער מווייסט ברור, אדער אפי ווען מהארט געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פון א דריטען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:41 pm
דורך ידען
איך האב נאר געמאכט אשכולות לתועלת, ווי ביי מאלעסטערס וואס איז א מצוה מע זאל וויסן וועגען זיי. אפשר נישט?

בית שני האט א גוטע איידיע. הייב אן צו שרייבען די שאלות און מע וועט ענפערען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
אוהב דעת האט געשריבן:שמעקעדיג איך גלייב אז דו האסט נאך נישט קיינמאל געשפירט די ביטערע פיל פון ווערן ברייט באשמירט אין די גאס, וועו יא וואלסטו געזוכט חומרות

חס וחלילה צו זאגן אויף מיר אזוינס. און חוץ מזה - כ'האב שוין יא געשפירט דעם טעם (ביי א משפחה מיטגליד) :געוואלד: :אומגלויבליך:
איך האב געמיינט צו זאגן צו פארענטפערן די אלע אשכולות דא.
גראדע בין איך שוין געווען אין די פראסעס פון צושפארן עטליכע אזעלכע אשכולות, ווי דער מנהל קען עדות זאגן.
אויב שפירט זיך איינער געטראפן פון מיינע ווערטער, ציה איך צוריק תיכף ומיד.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:00 pm
דורך אוהב דעת
די בעטס אז מזאל ברענגען היתירם און קולות, ווייל די ווילסט אז די אלע פותח אשכולת זאלען זיך נישט פילען גילטי? די ווילסט זיי פארענטפערן? איך מיין אז די גייסט נאך אריין טיפער אין פלאנטער, איך בין צומישט
די היתר פון מותר שיהא שוגגין, איז נישט שייך ביי דאוריתא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:19 pm
דורך שמעקעדיג
דעריבער האב איך צוריקגעצויגן.
כ'האב חרטה אויף מיינע ווערטער.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 8:20 pm
דורך ידען
דער איד שרייבט עפעס וועגען א מצוה צו רעדען לשו"ה

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 4:10 pm
דורך שמעקעדיג
לאור וואס לעצטענס איז נתרבה געווארן דא אין שטיבל (אממערסטנס אין צימעס) א הרגל נעשה טבע אז מען בארעדט דא סיי פריוואטע מענטשן און סיי רבנים וואס לעבן נאך מיט אונז, וויל איך נאכאמאל אויסשמועסן צי עס איז פאראן א היתר דערצו.
איך וויל נישט פארמישן מיט פאקטן, אז מען רעדט פון א געוויסע אקט, מעשה, וואס יעדער ווייסט דערפון איז איין זאך (נישט קיין היתר, אבער פארט גרינגער); אבער נעמען א מענטש און אויספראקן זיין פריוואטע לעבן איז שוין גאר עפעס אנדערש, עס איז א שאנדע פאר זיך און פאר יענעם.
נאך אלעם, קיינער פון אונז ווייסט נישט ווען יבוא יומו, עס קען זיך פונקט מאכן אן אומפאראויס-געזעהענע מעשה און ער וועט גיין פובליק, און מען וועט אויסשמועסן און אויסשמירן יעדע דעטאל פון זיין פריוואטן לעבן פונקט ווי א פאליטישאן וואס לויפט פאר פרעזידענט....
סוף כל סוף, בלוט איז נישט קיין וואסער.

אין אנדערע ווערטער, לדעתי לוינט זיך נישט די גאנצע מעשה אפילו בגשמיות, פשוט מענטשליכקייט! עס וואלט געדארפט זיין א שטיקל גדר און גבול ביז ווי ווייט פריוואט מען מעג אריינקריכן אין איימיצנ'ס קישקעס. מיר זענען נישט דא צו מוסר'ן קיינעם, און טאמער יענער וויל זיין א שייגעץ ביי זיך אין דיינונג רום איז עס בלויז זיינע פריוואטע ביזנעס, זיין אייגענעם חשבון צווישן אים און דעם באשעפער. אויב מיינסטו פשוט אלס מצות הוכח תוכיח דאן זיי מוחל און גיי מוסר אים פריוואט אלס גוטער חבר, נישט קום דא ארויף און באשמיר דיינע שונאים מיום היותו על האדמה עד היום הזה אונטערן שלייער פון מוסר אדער קארופציע (א חוץ אפשר אויב ס'איז טאקע באמת קארופציע, אדער יענער דערגייט דיר די יארן און שפילט פרומער בשעת ער אליינס איז נישט בעסער).

וואס מיינט דער עולם?

הלכות לשון הרע

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 5:09 pm
דורך מיימון
א שמועס אין ''הלכות'' לשון הרע פון ר' נתן סליפקין די וואך
When Lashon Hara is a Mitzvah
www.rationalistjudaism.com/2015/07/when-lashon-hara-is-mitzvah.html

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 6:09 pm
דורך געוואלדיג
בית שני האט געשריבן:איך האלט עס וואלט געווען כדי, סזאל זיין א איד וואס איז אויגעקאכט אין די הלכות , מזאל עם קענען קאלען און פרעגען די שאלה , אזוי וועלען מענטשען נישט נכשל ווערען, וואס האלטסטו אזא זאך קען זיך אויסערבעטן? בעסער געפרעגט ווי אזוי קען מען מאכען אז דאס זאל זיך איינגעבן???
( איך האב שוין אזא איד וואס איז גרייט אויף דעם)


עס איז דא א טעלעפאון נאמבער ווי מען קען רופן און פרעגן אלע לשה"ר שאלות, שוןי גענוצט, זייער פראקטיש, איך וועל אי"ה שפעטער ארויף לייגן די נאמבער (אויב קיינער וועט מיר נישט מקדים זיין).

Re: הלכות לשה”ר ורכילות

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 9:23 pm
דורך יהושע חיים
וואס איז די חומרה נישט רעדן און עובר זיין אויף לפני עור אדער יא רעדן און עובר זיין אויף לשון הרע?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:23 am
דורך יעקב מענטש
שמעקעדיג האט געשריבן:לאור וואס לעצטענס איז נתרבה געווארן דא אין שטיבל (אממערסטנס אין צימעס) א הרגל נעשה טבע אז מען בארעדט דא סיי פריוואטע מענטשן און סיי רבנים וואס לעבן נאך מיט אונז, וויל איך נאכאמאל אויסשמועסן צי עס איז פאראן א היתר דערצו.
איך וויל נישט פארמישן מיט פאקטן, אז מען רעדט פון א געוויסע אקט, מעשה, וואס יעדער ווייסט דערפון איז איין זאך (נישט קיין היתר, אבער פארט גרינגער); אבער נעמען א מענטש און אויספראקן זיין פריוואטע לעבן איז שוין גאר עפעס אנדערש, עס איז א שאנדע פאר זיך און פאר יענעם.
נאך אלעם, קיינער פון אונז ווייסט נישט ווען יבוא יומו, עס קען זיך פונקט מאכן אן אומפאראויס-געזעהענע מעשה און ער וועט גיין פובליק, און מען וועט אויסשמועסן און אויסשמירן יעדע דעטאל פון זיין פריוואטן לעבן פונקט ווי א פאליטישאן וואס לויפט פאר פרעזידענט....
סוף כל סוף, בלוט איז נישט קיין וואסער.

אין אנדערע ווערטער, לדעתי לוינט זיך נישט די גאנצע מעשה אפילו בגשמיות, פשוט מענטשליכקייט! עס וואלט געדארפט זיין א שטיקל גדר און גבול ביז ווי ווייט פריוואט מען מעג אריינקריכן אין איימיצנ'ס קישקעס. מיר זענען נישט דא צו מוסר'ן קיינעם, און טאמער יענער וויל זיין א שייגעץ ביי זיך אין דיינונג רום איז עס בלויז זיינע פריוואטע ביזנעס, זיין אייגענעם חשבון צווישן אים און דעם באשעפער. אויב מיינסטו פשוט אלס מצות הוכח תוכיח דאן זיי מוחל און גיי מוסר אים פריוואט אלס גוטער חבר, נישט קום דא ארויף און באשמיר דיינע שונאים מיום היותו על האדמה עד היום הזה אונטערן שלייער פון מוסר אדער קארופציע (א חוץ אפשר אויב ס'איז טאקע באמת קארופציע, אדער יענער דערגייט דיר די יארן און שפילט פרומער בשעת ער אליינס איז נישט בעסער).

וואס מיינט דער עולם?


בעצם, טרעט איך נישט אריין אין צימעס, פשוט ווייל ס'אינטערסירט מיך נישט.

אבער איך מיין אז דא ליגט עפעס טיפערס, דהיינו, אז הגם די סייט דארף צו זיין אויסגעהאלטן תורהדיג (אזוי שטייט אין די תקנות) איז אבער דא א חלק ניכר פון ניקס (און גאנץ אינטערסאנטע און אינטעליגענטע ניקס) וואס 'פרייהייט פון ווארט' שטייט העכער פון וואס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה, און ס'קוקט אויס ווי די הנהלה איז נוטה לצידם,