בלאט 1 פון 2

מייקראסאפט אפיס 2013

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 7:04 pm
דורך לעיקוואד
נעכטן האב איך אפדעיטעד מיין אפיס פון 2010 צו 2013, נישט אז איך ווייס פארוואס, חוץ פון א נייע סארט גרעפיקס איז נישטא כמעט קיין שום ערנסטע נפקא מינה פאר מיר צווישן די און די, אבער א התחדשות איז שטענדיג גוט..

איך האב זיך אבער אנגעשטויסען אין עטליכע שאלות/פראבלעמן, אפשר קען דא איינער העלפן.

1) איינס, ווען איך עפן אויף עטליכע פון מיינע דאקומענטן וואס איך האב געמאכט מיט פריערדיגע ווערשינס פון וורד אין דער נייע וורד 2013, איז דא פארשידענע ווערטער וואס ער וייזט מיר נישט נארמאל נאר מיט אזעלכע באקסעס. איך פארשטיי אז דאס איז עפעס א פראבלעם מיט די פאנט וואס ער פארשטייט נישט, און אויב איך טויש די פאנט אויף די באקסעס גייט עס צוריק צו וייזען ווערטער, אבער געוויסע פאנטס וייזט ער עפעס נישט נארמאל. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

2) נאך א זאך, איינער פון די עיקר חידושים וואס וואלט מיר יא שטארק געהאלפען אין דער נייער וורד, איז דער מעגליכקייט צו עפענען פי די עף דאקומענטן. ענגלישע דאקומענטן מאכט ער טאקע זייער שיין אויף, אבער דאקומענטן אויף לשוה"ק ליינט ער געווענטליך פון לינקס אויף רעכטס, און איך וייס נישט קיין וועג וויאזוי עס צוריקצודרייען. אפאר דאקומענטן פארשטייט ער עפעס יא צו ליינען גלייך. וייס איינער אפשר פארוואס דאס איז און וואס מקען טוהן דערפאר.

3)אין outlook, איז דא פארשידענע יידישע אותיות וואס מאיזה טעם פארשטיט ער נישט, למשל אז איך באקום אן אימעיל פון קאווע שטיבל שרייבט זיך עס אויף אזוי :׳§׳׳•׳•׳¢ ׳©׳˜׳™׳‘׳œ , רוב פארשטייט ער יא, נאר אפאר נישט, וואס דארף מען טוהן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 8:24 pm
דורך געפילטע פיש
גיי אריין אין Microsoft Office Language Settings וואס ליגט אונטער Microsoft Office Tools אין די סטארט מעניו, און מאך זיכער אז היברו איז ערמעגליכט.

דו האסט אפשר ווינדאוס XP?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 8:29 pm
דורך שמעקעדיג
דאכט זיך אז די נייע אפיס ארבעט נישט אויף XP. איך מיין אז אפילו נישט אויף Vista

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 8:32 pm
דורך לעיקוואד
איך האב windows 7.
די עברית איז ערמעגליכט אלץ ברירת מחדל דארט, למעשה האב איך די גאנצע פראגרעם אויף די עבריתישע ווערזיע, ואחרי כל זה איז די זעלבע פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:05 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:דאכט זיך אז די נייע אפיס ארבעט נישט אויף XP. איך מיין אז אפילו נישט אויף Vista

גערעכט, פארגעסן.

המממ... כ'ווייס דיר נישט וואס צו זאגן.
סתם פאר נייגעריקייט, דו האסט געקויפט 2013?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:11 pm
דורך לעיקוואד
וואס מיינסטו, איך האב באצאלט דערפאר?, כבין דען א גוי?....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:22 pm
דורך געפילטע פיש
טאקע פארדעם פרעג איך, כ'געוואלט זיכער מאכן ביסט נישט נכשל געווארן אין חוקת הגוי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:27 pm
דורך ברסלבער
לעיקוואד האט געשריבן:1) איינס, ווען איך עפן אויף עטליכע פון מיינע דאקומענטן וואס איך האב געמאכט מיט פריערדיגע ווערשינס פון וורד אין דער נייע וורד 2013, איז דא פארשידענע ווערטער וואס ער וייזט מיר נישט נארמאל נאר מיט אזעלכע באקסעס.

איך האב נישט 2013 אבער כ'האב געהאט דעם פראבלעם אמאל אויף 2010 און איך האב געמאכט SAVE AS WORD 93-2003 און דעמאלט'ס איז אלץ געווען גוט.
גיב א קוק ביי די סעוו עס מעניו אויב עס האט אן אפציע פון סעוו עס 2010 וכדו'

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 9:40 pm
דורך לעיקוואד
העלפט נישט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:07 pm
דורך לעיקוואד
לאמיר לפחות דערמאנען איין מעלה אין די נייע ווארד, אז ווען מעפנט א דאקומענט האט עס אן אופציע דיר צו ברענגען צו די לעצטע פלאץ אין די דאקומענט ווי דו האסט געהאלטן. דאס איז א שטארקע הילף פאר מענטשען אזויווי מיר וואס ארבעטן אסאך אויף לאנגע דאקומענטן מזאל נישט דארפן יעדער מאל מישען צו ווי מהאלט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:58 pm
דורך נייגעריגער
נאך אן אינטערעסאנטן - אפשר נארישער - פיטשיווקע פון אפיס 2013 איז אז ביים אינסערט טעהב איז דא א אפשען "סקרינשאט" וואס כאפט א בילד פון איינער פון די אפענע ווינדאוס אויפן קאמפיוטער [וועלכע איר וועלט אויס, כ'מיין אז מ'קען אויכעט כאפן א שטיקל פון א ווינדאו] און ער שטעלט דיר עס גוט אריין אינעם ווארד פעידזש.

אגב איך האב א שטיקל פראבלעם מיט די פאנטס כדלהלן: איך קען טוישן די פאנט פון א ווארט געהעריג, אבער כ'זעה נישט אויפן צעטיל די אויסזעהן פון די פאנט [ביי געציילטע קען איך יא, אבער ס'רוב פון די איבער 2000 פאנטס האבן יא דעם פראבלעם] און ביים פרינטן קומט יא ארויס די פאנט צו וואס איך האב עס געטוישט. עס וואלט מיר נישט אזוי געבאדערט ווען נישט וואס אין תוצאה פאריקט זיך די גאנצע פעידזש היות יעדע אות האט אן אנדערען סייז און איך שטעל עס אויס אויפן פאנט וואס כ'זעה און ס'פרינט זיך מיטן אות וואס איך געלייגט!

עני העלפ פליז?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 11:23 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:לאמיר לפחות דערמאנען איין מעלה אין די נייע ווארד, אז ווען מעפנט א דאקומענט האט עס אן אופציע דיר צו ברענגען צו די לעצטע פלאץ אין די דאקומענט ווי דו האסט געהאלטן. דאס איז א שטארקע הילף פאר מענטשען אזויווי מיר וואס ארבעטן אסאך אויף לאנגע דאקומענטן מזאל נישט דארפן יעדער מאל מישען צו ווי מהאלט.

מען קען דאס טון אין פריערדיגע ווערסיעס דורכן דרוקן shift F5
עס גייט צוריק ביז צו די לעצטע 5 פלעצער.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 9:26 pm
דורך לעיקוואד
אז מרעדט שוין, איז דא א מעגליכקייט צו האבען א ספעלטשעקער אויף אידיש אין ווארד?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:19 pm
דורך נייגעריגער
לעיקוואד האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז דא א מעגליכקייט צו האבען א ספעלטשעקער אויף אידיש אין ווארד?

פאר געלט האט איר דא.

אבער צוויי פראבלעמען איז דא דערמיט:
•איך גלייב אז אלץ איד זוכסטו מסתמא עפעס בחינם.
•ווי עס קוקט אויס איז עס "יידיש" און נישט אידיש.

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:19 pm
דורך לעיקוואד
איך האב נאכאלץ פראבלעמעמן מיט די לשו"קדיגע פאנטס אין דער נייער ווארד, אויב האט איינער אן עצה דערפאר זאל ער ביטע מעלדן. איך פארשטיי אז דאס איז לכאורה ווייל מייקראסאפט האט געטוישט די וועג וואס די פראגרעם ארבעט מיט פאנטס, אבער איך וייס נישט וואז קען טוהן דאס מתקן זיין.
עני העלפ פליז?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:50 am
דורך נייגעריגער
נאך א מעלה אינעם נייעם מייקראסאפט, א זאך וואס מ'האט שוין לאנג אין די אדאובי פראגראמען, אז ווען מען שלעפט ארום א אבדזשקט [טעקסבאקס - פיקטשער - שעיפ - וכדומה ] אינעם פעידזש קומען ארויף אזעלכע ליינס ביי די סענטער און ביי די מארדזשינס, און אויב פארט מען נעבן א צווייטע אבדזשקט ווייזט עס ווען ס'איז גלייך מיט יענץ.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:24 pm
דורך טאמבל סאס
מיין טרייעל פון ווארד 2010 האט עקספייערט. מ'קען עס ערגעץ דאונלאודן פאר א טובה? כ'מיין..... פריי אהן אפצאל?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:30 pm
דורך לעיקוואד
זוך אין אינטערנעט microsoft office toolkit וואס דאס איז א פראגרעם וואס איז פורץ די אפיס וואס דו האסט און מאכט עס ארבעטן פערמאנענטלי.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:23 pm
דורך נייגעריגער
און אויב דו קענסט עס בשום אופן נישט טרעפן ווענד דיך צו מיר אין פישי, איך וועל דיר עס פראבירן צו אפלוידן און שיקן!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:45 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נאכאלץ פראבלעמעמן מיט די לשו"קדיגע פאנטס אין דער נייער ווארד, אויב האט איינער אן עצה דערפאר זאל ער ביטע מעלדן. איך פארשטיי אז דאס איז לכאורה ווייל מייקראסאפט האט געטוישט די וועג וואס די פראגרעם ארבעט מיט פאנטס, אבער איך וייס נישט וואז קען טוהן דאס מתקן זיין.
עני העלפ פליז?

[tag]לעיקוואד[/tag] זעה דא: מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016

אידן, טוהט צו די זאך; גיבט אפ אייער שטימע דא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 5:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ [tag]ונבנתה העיר[/tag]. איך האב געוואוט דארט, און געהייסען די געשוויסטער אויך. ס'איז ערשט ארויף נעכטען און ס'האט שוין מער ווי הונדרעט דרייסיג וואוטס. איך ווייס נישט וואס דאס מיינט פאר זיי, אבער ווען דער עולם וועט זיך צושטעלען, וועט מען אפשר האבען א לעזונג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:01 pm
דורך לעיקוואד
יישכ.
כהאב אויך געזעהן די הודעה אויף אייוועלט, און געוואוט אויף די מייקרוסופט סייט. לאמיר האפן סקען עפעס העלפן ווייל איך בין שוין סייווי לאחר יאוש..

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:12 pm
דורך קאמענטירער
לעיקוואד האט געשריבן:יישכ.
כהאב אויך געזעהן די הודעה אויף אייוועלט, און געוואוט אויף די מייקרוסופט סייט. לאמיר האפן סקען עפעס העלפן ווייל איך בין שוין סייווי לאחר יאוש..

גא''מ איך האב אויך געוואט סוואלט געמעגט זיין סאך א גרעסערע עולם וואס זאל וואוטען דארטען וויאזוי קענמען קאמפיינען פאר אזא צוועק? (כמייין סאיז וויכטיגער צו וואוטען פאר דיסריקט לידער אדער.. יאפס.. אפי' ווער סזאל זיצען אין ווייסע הויז)