בלאט 1 פון 2
מעמד אדיר לרגל א יאר קאווע שטיבל
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:29 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב עס געשריבן אין אן אנדערע אשכול, אבער מען אישיט מיר עס צו מאכן א נייע אשכול
[center]קאווע שטיבל[/center]
[center]הזמנת כבוד (קאוועד)[/center]
[center]הנני בזה להזמין את כל אהובנו וידידינו, שותי קפה, ומחדשי בדיחות, חובבי נייעס, ואדוקי צימעס, פייטני פיוטים, ומפלספי פילוסופיה, שוקעי סומאטעכע, ומהרהרי פרגוד לבוא לשיש אתנו משוש במעמד המרגש
יארצייט
לציין שנה מאז ייסוד שטיבלנו
דבר הקאווע שטיבל
הר"ר שמעקעדיג שליט"א
דבר עזיבת הקאווע שטיבל
הר"ר זר זהב שליט"א
פאנלים מיוחדים:
פאנעל פילוסופיה:
הר"ר יאיר שליט"א
הר"ר לעיקוואד שליט"א
הר"ר מח שליט שליט"א
פאנעל וויסנשאפט:
הר"ר יידל שליט"א
הר"ר יאנקל שליט"א
הר"ר פשוט קאמפליצירט שליט"א
פאנעל פאעזיע:
הר"ר משה געציל שליט"א
הר"ר קאווע טרונקער שליט"א
הר"ר לעמאן דזשוס שליט"א
הר"ר בן תמליון שליט"א
דער מאדערעיטער ושואל השאלות יהיה:
הר"ר ידען שליט"א
דבר הסומאטאכע- דעבאטע:
הר"ר יאסעלע וואסער טרעגער שליט"א
הר"ר איחוד פעלד שליט"א
מוזיק וזמירות:
הר"ר עפלשלאכטס שליט"א
עסן געקעיטערט דורך:
בעל האשכול "וואס עסט מען פאר לאנטש"
תירגום:
ללשון קודש ע"י הר"ר ישבב הסופר שליט"א
לענגליש ע"י הר"ר gelungehn שליט"א
צימעס וועט סערווירט ווערן דורך:
ידידינו הר"ר קלאר שליט"א
ביטע נישט רעדן מיט די פרעסע, ראשעקאל איז ממונה אויף דעם.
ויה"ר שיתקאווע שם קאווע על ידינו, ונשמע ונתבשר בשורות טובות
בידידות
חברי וועד הקאווע
גם אנו מצטרפים, וועד הארצי[/center]
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:31 pm
דורך לעמיל
האסט פארגעסען צו שרייבען ווען און ווי עס גייט זיין
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:38 pm
דורך לעמאן דזשוס
וקופערניקוס מה יהא עליו, יהא מונח בקרן זוית?
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:38 pm
דורך משה געציל
ערש"ק לסדר בבגדו בה
הנני בזה לגלות דעתי, שהמכתב הנ"ל נעשה בלי ידיעתי ואין לי שום חלק בזה. המבין יבין והמשכיל ישכיל והדום ידום שהדברים בטלין ומבוטלין, לא שרירין ולא קיימין.
החותם בצער על הזיוף הנורא
הק(ד' וכו') משה געציל בן זיצקעלאלאהא.
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:האסט פארגעסען צו שרייבען ווען און ווי עס גייט זיין
בעת שיעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו. קען זיין אז נאך די מאה ועשרים פון די וויליאמסבורגער לשכה השחורה.
לעמאן דזשוס האט געשריבן:וקופערניקוס מה יהא עליו, יהא מונח בקרן זוית?
קופערניקוס זו מה הוא, לגבי לעמאן דזשוס וכל קדושיו עמו, מילתה זוטרתא הוא.
בדרך אגב, אין אשכול "פארשוואונדענע ניקס" האב איך אייך געקרוינט מיט א געוויסן טיטול, גייט כאפט א בליק, און האט הנאה.
משה געציל האט געשריבן:
ערש"ק לסדר בבגדו בה
הנני בזה לגלות דעתי, שהמכתב הנ"ל נעשה בלי ידיעתי ואין לי שום חלק בזה. המבין יבין והמשכיל ישכיל והדום ידום שהדברים בטלין ומבוטלין, לא שרירין ולא קיימין.
החותם בצער על הזיוף הנורא
הק(ד' וכו') משה געציל בן זיצקעלאלאהא.
יא, יא, אלע גרויסע מעמד'ס האבן זיך אנגעהויבן מיט אזוינע זיוף בריוולעך און הכחשה צעטלעך
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:51 pm
דורך לעמאן דזשוס
קופעריקוס אתה בתוך הכוסות (גלייזן) מי יתן והיית כן בכל יום, אולם עיין באשכול של פארווערטס זוכט חסידים שכתבתי איזה הערה בענין! תעיין שם ואסיים בד״לד״ל
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
אויב ווילסטו איך זאל ערשיינען, מוזטו מיר שיקן א אינוויטעישאן אויף די פאסט, און זיכער מאכן אז איך ערהאלט עס אין א מוצאי שבת.
viewtopic.php?p=85420#p85420
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:19 pm
דורך נולד מאוחר
ווען נישט סדארף זיין אפאר ציהעהרעס וואלט איך אריין געריקט אינעם פראגראם, געפילטע יואליש ברסלבר לילקע.
ווער געדענקט פריינדליך, ער פלאנט זיך צי באטייליגן.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 9:01 pm
דורך חד גדיא
מ'האט דא אויסגעלאזט אזוי פיל געלונגענע חברה אז ס'איז א פחד. איך וויל נישט אויסרעכענען וועם מ'האט אויסגעלאזט ווייל איך האב מורא אז איך וועל אויך אויסלאזן.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 9:12 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע איז זיכער ארויסגעלאזט געווארן בטעות,
און זאג נאר מר. קופער, ווער אידאס וועד הארצי?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 9:42 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
קופערניקעס,
כזיץ אין א ווינקל פונעם פיצא געשעפט דמתא, און קאטשע זיך. זאל דער אויבערשטער דיר באצאלן כפלי כפליים, סזאל דיר עמיצער קיצלען אינמיטן געבן א דרשה פאר טויט-שטילן, פול-געפאקטן זאל במעמד רבתי עם.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:34 pm
דורך יאיר
די עסקנים גיבן איבער אז צוליב די גרויסע נאכפראגע וועט זיין צוגעשטעלט א ספעציעלע מעניו פאר די טויזנטער באטייליגטע, וועלכע וועט סערווירט דורך די בארימטע קעיטערער דקהילתנו. די פארשפייז וועט זיין א זאפטיג שטיקל דבילה, דער מעין דיש וועט זיין געפילטע פיש איינגעטינקען אין א רייכע זאפט פון לעמאן דזשוס, און פאר נאכשפייז וועט סערווירט ווערן געשמאקע עפל שאלאכץ צוזאמען מיט מאראנצן זאפט. מען בעט דער עולם זאל נישט כאפן, און מען זאל איבערלאזן פאר הרב עסט'זיך וועלכער האט נאך גארנישט טועם געווען. פאר חמין במוצאי שבת וועט מען סערווירן שמעקעדיגע קאווע פאר אלע קאווע טרינקער'ס דקהילתנו (אודאי, אויב איז ער א מעמבער אין אונזער קהילה איז ער דאך א קאווע טרינקער!) פאר די וואס גלייכן חמין געמישט מיט די סומטכא געווירץ, וועט זיין הייסע ברענענדיגע וואסער, ספעציעל אנגעשעפט דורך דעם בארימטן וואסער טרעגער דקהילתנו. פאר א נויט וועט דולה ומשקה אויך צוהעלפן, אבער זיינע וואסער וועט נישט פארמאגן דעם סומטכא געווירץ. עס וועט צוגעשטעלט א ספעציעלער זילבערנער טעפל זיך צו וואשן פאר נטילת ידים. ביים אריינגאנג צום זאל וועט זיין אן אויסשטעל פון איבריגע נשמות פאר די וואס נויטיגן זיך, ווי אויך ספעציעלע מוחין וואס זענען אייביג שליט פאר א ביליגע פרייז, עקסקלוסיוו פאר אנשי שלומינו. מציצה בפה וועט אויך זיין צוגעשטעלט דורך דעם בארימטן מוצץ מומחה ר' הציץ ונפגע.
דברי פלפול מענינא דיומא וועט משמיע זיין מורינו הרב שליט"א. א ספעציעלע פארשטעלונג איבער די זון, לבנה און אנדערע פלאנעטן וועט ווערן פארגעשטעלט דורך דעם געערטן סייענטיסט קופערניקוס. מען וועט לאזן הערן לאכעדיגע וויצן און פאסיגע גראמען לכבוד המאורע דורך דעם בארימטן בדחן דקהילתנו. שיינע משלים און עובדות וועט געהערט ווערן דורכ'ן כעלעמער מגיד, וועלכער וועט איבערגעבן א נאנטער בליק איבער די אקטיוויטעטן פון זיין הערליכע וועלט בארימטע קהילה כעלם וחכמיה. בית הלוי נעימות יזמרו, א שיינע כאר וועט זיין במשך די גאנצע סעודה אין שפיץ פון הילד הפלא שמואל הלוי. א הארציגע חזנות שטיקל וועט מען קענען הערן אינמיטן דעם מעמד דורך דעם בארימטן חזן קווארטין, צוזאמען מיט זיינע געהילפן קול גדול און קול דודי. די וואס ווילן רייכערן זאלן ביטע דאס נישט טון אין די זאל, עס איז צוגעשטעלט א לולקע ציבעך אינדרויסן פאר אלע חשוב'ע רויכערער, ווי אויך א ספעציעלע שטראז וואו מען וועט קענען שפרייזן ארויף און אראפ מיט פארגלייזטע אויגן, כדי די אלע וואס ווייסן נישט ווער זיי זענען זאלן דאס קענען דערגיין אויף א קלארער אופן. די פראטעסטן אינדרויסן וועט ווערן אנגעפירט דורך חשוב'ע יונגעלייט וואס וועלן שרייען "געוואלד געשריגן" און "אוי טאטי!".
דער מקום המאורע ווערט נאכנישט געמאלדן, אבער לויט אלע ווארשיינליכקייטן קוקט אויס אז עס וועט פארקומען ערגעץ צווישן לעיקוואוד, נוי יארק, און ברסלב, אויסער אויב דער שטאט פונ'ם ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל וועט אינצווישן ווערן אויפגעבויט. בכל אופן דארף מען זיך נישט מטריח זיין צו שפאצירן ביז דעם זאל, בערל בעל עגלה וועט יעדן צופירן על צד היותר טוב.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:די עסקנים גיבן איבער אז צוליב די גרויסע נאכפראגע וועט זיין צוגעשטעלט א ספעציעלע מעניו פאר די טויזנטער באטייליגטע, וועלכע וועט סערווירט דורך די בארימטע קעיטערער דקהילתנו. די פארשפייז וועט זיין א זאפטיג שטיקל דבילה, דער מעין דיש וועט זיין געפילטע פיש איינגעטינקען אין א רייכע זאפט פון לעמאן דזשוס, און פאר נאכשפייז וועט סערווירט ווערן געשמאקע עפל שאלאכץ צוזאמען מיט מאראנצן זאפט. מען בעט דער עולם זאל נישט כאפן, און מען זאל איבערלאזן פאר הרב עסט'זיך וועלכער האט נאך גארנישט טועם געווען. פאר חמין במוצאי שבת וועט מען סערווירן שמעקעדיגע קאווע פאר אלע קאווע טרינקער'ס דקהילתנו (אודאי, אויב איז ער א מעמבער אין אונזער קהילה איז ער דאך א קאווע טרינקער!) פאר די וואס גלייכן חמין געמישט מיט די סומטכא געווירץ, וועט זיין הייסע ברענענדיגע וואסער, ספעציעל אנגעשעפט דורך דעם בארימטן וואסער טרעגער דקהילתנו. פאר א נויט וועט דולה ומשקה אויך צוהעלפן, אבער זיינע וואסער וועט נישט פארמאגן דעם סומטכא געווירץ. עס וועט צוגעשטעלט א ספעציעלער זילבערנער טעפל זיך צו וואשן פאר נטילת ידים. ביים אריינגאנג צום זאל וועט זיין אן אויסשטעל פון איבריגע נשמות פאר די וואס נויטיגן זיך, ווי אויך ספעציעלע מוחין וואס זענען אייביג שליט פאר א ביליגע פרייז, עקסקלוסיוו פאר אנשי שלומינו. מציצה בפה וועט אויך זיין צוגעשטעלט דורך דעם בארימטן מוצץ מומחה ר' הציץ ונפגע.
דברי פלפול מענינא דיומא וועט משמיע זיין מורינו הרב שליט"א. א ספעציעלע פארשטעלונג איבער די זון, לבנה און אנדערע פלאנעטן וועט ווערן פארגעשטעלט דורך דעם געערטן סייענטיסט קופערניקוס. מען וועט לאזן הערן לאכעדיגע וויצן און פאסיגע גראמען לכבוד המאורע דורך דעם בארימטן בדחן דקהילתנו. שיינע משלים און עובדות וועט געהערט ווערן דורכ'ן כעלעמער מגיד, וועלכער וועט איבערגעבן א נאנטער בליק איבער די אקטיוויטעטן פון זיין הערליכע וועלט בארימטע קהילה כעלם וחכמיה. בית הלוי נעימות יזמרו, א שיינע כאר וועט זיין במשך די גאנצע סעודה אין שפיץ פון הילד הפלא שמואל הלוי. א הארציגע חזנות שטיקל וועט מען קענען הערן אינמיטן דעם מעמד דורך דעם בארימטן חזן קווארטין, צוזאמען מיט זיינע געהילפן קול גדול און קול דודי. די וואס ווילן רייכערן זאלן ביטע דאס נישט טון אין די זאל, עס איז צוגעשטעלט א לולקע ציבעך אינדרויסן פאר אלע חשוב'ע רויכערער, ווי אויך א ספעציעלע שטראז וואו מען וועט קענען שפרייזן ארויף און אראפ מיט פארגלייזטע אויגן, כדי די אלע וואס ווייסן נישט ווער זיי זענען זאלן דאס קענען דערגיין אויף א קלארער אופן. די פראטעסטן אינדרויסן וועט ווערן אנגעפירט דורך חשוב'ע יונגעלייט וואס וועלן שרייען "געוואלד געשריגן" און "אוי טאטי!".
דער מקום המאורע ווערט נאכנישט געמאלדן, אבער לויט אלע ווארשיינליכקייטן קוקט אויס אז עס וועט פארקומען ערגעץ צווישן לעיקוואוד, נוי יארק, און ברסלב, אויסער אויב דער שטאט פונ'ם ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל וועט אינצווישן ווערן אויפגעבויט. בכל אופן דארף מען זיך נישט מטריח זיין צו שפאצירן ביז דעם זאל, בערל בעל עגלה וועט יעדן צופירן על צד היותר טוב.
יא, עס קומט דיר יעדע איינציגע סמיילי. קודם כל, איך לייק. אוי ווי איך לייק, אזויפיל גאונות, איי לייק איט! איך בין זייער פרייליך, יא, איך בין פרייליך צו זיין דא אין זעלבן קאווע שטיבל מיט אזא גוטזאגער. איך שמייכל, איך ווינק זיך אזוי גוט-אויפגעלייגט, איך בין טרויעריג, צעמישט, סופרייזט און שאקירט אז איך קען דיר נישט פון די נאנט און אזוי ווייטער.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 9:18 am
דורך טעפל
יאיר כ' מיין בענזעמין פרענקלין גייט זיין די אורח הכבוד, האסט נישט געשריבען..
כ'שטעל צו א גאלדענע טעפל לכבוד דעם סומאכ.. אנטשולדיגס סעודה..
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 9:41 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע איז זיכער ארויסגעלאזט געווארן בטעות
טעות מיין פוס! איך בין זיכער ס'איז א געפלאנטע נקמה אקציע פאר... עם פאר... פארן נישט.... עה... שוין, לאמיר נישט רעדן.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:15 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע איז זיכער ארויסגעלאזט געווארן בטעות
טעות מיין פוס! איך בין זיכער ס'איז א געפלאנטע נקמה אקציע פאר... עם פאר... פארן נישט.... עה... שוין, לאמיר נישט רעדן.
אה, יעצט הייב אן די קאזאק הנגזל געים. געפלאנטע נקמה אקציע ? הא? הא? זאג נאר? דאס טאר איך שוין אויך נישט
יא, מאך עס אזוי בא'טעם'ט..... עם פארן.. עם פאר... יא, יא, טיף אין הארץ ווייסטו גאנץ גוט, שוין, וואסא חילוק איך בין א ווייכע מענטש, אבער כ'ווייס נישט אויב כ'קען דיר מוחל זיין.....
שוין, וואס הא'מיר צו רעדן אין פובליק, קום נאר אהער אין די זייט, ניין, ניין, קום הא'נישט מורא איך שלאג נישט. ווואס? די האסט מורא? ווער איז דער שלעגער איך צו די? קום אהער... שעמאניו.
עה, שטותים. מיר זענען גוטע פריינט, און די ווייסט עס. נאר וואס דען די וועד הכנת המעמד איז געזיצן אינאיינעם מיט די דינער קאמיטע און אויספלאנירט די אווענט, עס איז געבליבן אז געפילטע וועט זיין דער סורפרייז רעדנער.
דער עולם האט דיר ליב מיט דיין שארפע כריין, אבער די ביסטו אייביג אומאויסגערעכנט, די ווארפסט אריין פלוצים'דיגע בליצן, דעריבער האט מען דיר געהאלטן אלס סורפרייז רעדנער.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:57 am
דורך קאווע טרינקער
חברה, ס'זעהט מיר אויס אז איך וועל זיך נישט קענען פרעזענדליך באטייליגען אינעם מעמד אדיר והענקי, מיין פראגע צו אייך, קען איך שיקן איינע פון מיינע ליבע סעקרוטארן?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:18 pm
דורך ידען
קאווע טרינקער האט געשריבן:חברה, ס'זעהט מיר אויס אז איך וועל זיך נישט קענען פרעזענדליך באטייליגען אינעם מעמד אדיר והענקי, מיין פראגע צו אייך, קען איך שיקן איינע פון מיינע ליבע סעקרוטארן?
זעכער.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:31 pm
דורך געפילטע פיש
ידען כאפט זיך צו צו קאוועס "ליבע" סעקרעטאר... סעמער גוט.
קאווע, וועלכע ליבע סעקרעטאר שיקסטו? ס'נאר דא פלאץ פאר דריי אויפן אויווען אן.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 1:09 pm
דורך נייגעריגער
רבותי, ס'טוט מיר זייער באנג,
אז מ'האט מיך ארויסגעלאזט פונעם פראגראם!
אמת אז כ'בין נישט דא צולאנג,
און כ'האב אין פארמעסט נישט געשריבן קיין גראם.
אבער נאכאלץ מיר עס אהרט:
ווייל אין אזא היסטארישער געשעהעניש,
דארף יעדער באקומען א פארט.
און מ'דארף מיט יעדעם האבן איינזעהעניש!
וואס איז די ענין פון סעלברעטען א יארצייט?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:20 pm
דורך נולד מאוחר
סטוט זיך אשכולות קונטריסם, מעמד אדירם, פאזיע, מענשטלעך לייגן אריין כוחת האלטן דעם 'איינס', די שטיבל פארט אויף רעדער. יעדע שטאנג באקלעבט מיט גרויסע פלאקטען. אקאי נישט ממש די מעיל אייער שמיר וואס סאכדעס ניצט פאר איש בל יעדר. וואס איז מפייערט דעם ערשטן בירטדעי זייט דעם הנחת אבן הפינה פונעם שטיבעל.
מיר באדערט וואס איז די גרויסע פראוועריי? וואס איז בכלל א יארצייט? במילא ווען מרעדט פון א טויטע מענטש, וויל מען מזאל עם געדענקען, פיין. אבער א שטיבל וואס וואקסט און בליעט קיינענע הארא, וואס איז די פראוועריי?
סתם געווארפן געלט און גארבידזש, אנגעברענגט די צייט.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:22 pm
דורך atmybest
איך קום נישט.