בלאט 1 פון 1

מאדערן ארט

נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 4:04 pm
דורך אוהב דעת
קען מיר איינער מסבר זיין וואס איז דאס modern art איך וואלט געקענט באשטיין צו דעוועלעפן א תאווה דערצו, איך זעה אז די אלע וואס זענען אין דעם ווערן משוגה דערפאר, פארוואס דארף איך בלייבען אומוויסענדיג?
נישט אז צו געהעריגע ארט פארשטיי איך יא
די מערסטע וואס איך פארשטיי צו ארט איז אפאר הלכות וואס ספאלט אמאל אריין אין מיין גמ׳ בנוגע הל׳ סופרות,

איך האב ג׳גוגעלט hebrew modern art סאיז ארויף געקומען עטליכע שיינע בילדער, יא סגעפעלט מער, איך ווער אבער נישט צודרייט דערפאר, איך זיך פשט אנצופילען מיין נפש מיט די סארט הנאה
מה נאה אילן זה, מיט א טיפערע פשט 

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:10 am
דורך זר זהב
נו ווער קען העלפן אוהב דעת׳ן?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:26 am
דורך קאווע טרינקער
כ'פארשטיי נאר צו חסידיש ארט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:36 am
דורך רויטע וואנצעס
אוהב דעת האט געשריבן:קען מיר איינער מסבר זיין וואס איז דאס modern art איך וואלט געקענט באשטיין צו דעוועלעפן א תאווה דערצו, איך זעה אז די אלע וואס זענען אין דעם ווערן משוגה דערפאר, פארוואס דארף איך בלייבען אומוויסענדיג?
נישט אז צו געהעריגע ארט פארשטיי איך יא
די מערסטע וואס איך פארשטיי צו ארט איז אפאר הלכות וואס ספאלט אמאל אריין אין מיין גמ׳ בנוגע הל׳ סופרות,

איך האב ג׳גוגעלט hebrew modern art סאיז ארויף געקומען עטליכע שיינע בילדער, יא סגעפעלט מער, איך ווער אבער נישט צודרייט דערפאר, איך זיך פשט אנצופילען מיין נפש מיט די סארט הנאה
מה נאה אילן זה, מיט א טיפערע פשט 


טרעדישעניל ארט:
די ציל פון ארט משנים קדמניות, איז געווען ארויסצוברענגן אויף פאפיר אדער אויף שטיינער וכדומה, סצענעס אדער חפיצים. אז ס'זאל אויסזעהן רעליסטיש. די פעולה וואס ס'האט געדארפט ארויסברענגען ביי די מענטשען וואס באטראכטן עס, איז געווען וואונדער אויפן מעלער ווי געלונגען ער איז וכו, אוודאי האט די באטראכטער אויך הנאה געהאט אבער די רושם אויפן מענטש איז נישט געווען די ציל.

מאדערן ארט:
מאדערן ארט איז געבויעט אויפן פרינציפ פון פועל זיין ביים באטראכטער ארויסצוברענגען זיין אייגענע געדאנקען אין געפילן, דורך זעהן א פעינטינג וואס ער דארף אריינלייגן מחשבה און פארשטיין סיי די צענדליגע סארט קאלירן, און סיי די בילד וואס איז געווענדליך נאר א משל צו א רעליסטישע בילד. אסאך מאל איז דא סתם קאלירן-געקאשקעט אויף אן אינטערעסאנטע וועג. די ציל איז אז דער מענטש זאל זיך-זיין מהות, מצב, לעבן וכדומה טרעפן אין בילד.

פארשטיין מאדערן ארט:
מ'באקומט א געפיל צו דעם דורך אסאך באטראכטן די ארט אין זיך טרעפן אין די קאלירן, שטריכן, און מאדנע אבזעקס. איינמאל מ'כאפט עס האט עס א שטארקן עפעקט, און טייל ניצן דאס אפילוי אזוי ווייט ווי פאר טעראפי אדער meditation.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:44 am
דורך לעיקוואד
מוהר"ר וודי טרעפט זיך אין מוזעאום מיט איינער וואס קען מסביר זיין פונקט א מאדערנע שטיקל ארט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4F9MEagVVrc[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:46 pm
דורך הציץ ונפגע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 7:25 am
דורך טאמבל סאס
און איך האב געמיינט אז 'איך פארשטיי נישט צו ארט'.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 11:32 pm
דורך יידל
ר' [tag]אוהב דעת[/tag], לעצטנס האב איך אויפגעפיקט דעם בוך What Are You Looking At? פון וויל גאמפריץ, און וועלכע ער פרובירט מסביר זיין די געדאנקען אונטער מאדערן ארט. איך בין האב נאכנישט פארענדיגט דעם בוך, אבער איך רעקאמאנדיר עס שטארק פאר איינער וואס וויל דורכטון דעם נושא אויפן שפיץ גאפל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 1:54 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
א מיטארבעטער אין איינעם פון די סאמע רעספעקטירטע ארט מאגאזינען איבער דער וועלט האט מיר געזאגט אז די פראגע ״וואס איז דאס מאדערן ארט?״ האט נישט קיין ענטפער. בעיסיקלי, דאס קען נישט דעפינירט ווערן. ואם כן יש מקום לומר, אז דאס גאנצע עסק עקזיסטירט בכלל נישט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 2:45 am
דורך יידל
ווי גאמפריץ דרוקט זיך אויס, אויב מאדערן ארט עקזיסטירט נישט איז דאס די לענגסטע געג אין די היסטאריע, לויפענדיג איבער 100 יאר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:07 am
דורך [NAMELESS]
די געדאנק פון מאדערן ארט ארט איז, די אלטע ארט האט דיר געגעבן א בילד, און דאס האט יעדער געזעהן.

די נייע ארט, זיי געבן דיר א בילד וואס יעדער קען זעהן דארט עפעס אנדערש און עס סימבאלאזירט עפעס אנדערש פאר יעדעם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 3:55 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]יידל[/tag], ס'איז אמת, אבער מאדערנע קונסט איז פארט שווער מגדיר צו זיין. [tag]ממי_שאמרו[/tag] שלאגט פאר א יסוד, אויף וועלכן מאדערן ארט קען זיך סומך זיין ווי א בריאה בפני עצמה. און דאס איז מסתמא די איינציגע הגדרה וואס דער פענאמען קען האבן.

כ'האב אמאל געשמועסט מיט אן ארטיסט, וועמענס ווערק פאלן לכאורה אריין אין דער קאטעגאריע. (יענער איז געווען אזוי "אבסראקט" געשטימט מיט זיין ארבעט, אז אפילו דער טערמין "מאדערן ארט" איז שוין פאר אים געווען צופיל הגדרה...) מיר האבן גערעדט וועגן ארט, בפרט זיין ארבעט. מיר האבן זיך פארשטאנען און הנאה געהאט פונעם שמועס. יענער האט געפילט אז איך פארשטיי (פינקטליכער: פיל) די נשמה פון זיין קונסט; אבער אחרי ככלות הכל האט ער נישט געקענט געפונען קיין אופן/קאטעגאריע אין וועלכער זיך אריינצושטעלן. דאס איינציגע וואס ער איז געווען באקוועם צו זאגן איז, אז ער "פאלגט נאך זיין אינטואיציע": ער "הערט" זיין אינערליכן ארטיסט, און לאזט די כלי מעשה גומר זיין וואס דאס קול דיקטירט.

אט איז א קונסטווערק פון יענעם ארטיסט, אין וועלכן ער אליין ברענגט עס אויף אן איראנישן, מאדערנעם-ארטיסטישן אופן ארויס.

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 9:52 pm
דורך ישמעאל הכהן
אין עמי איז דא אן אינטערעסאנטע אינטערוויא מיטן ארטיסטישן מעהלער יואל גליק פון קרית יואל