בלאט 1 פון 1

וויליאמסבורג קאמיטע

נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:59 pm
דורך אוי טאטי
די וואך איז ערשינען אין די שבת בלעטלעך (דבר יום ביומו- גוט שבת) א הערצליכע מזל טוב פאר דר. פאטעל לכבוד די געבורט פון אן אייניקל, פון 'וויליאמסבורג קאמיטע'.

מיר האט עס זייער געכאפט, און עס קוקט מיר אויס ווי עפעס טיפער ליגט דערין. קודם כל, ווער איז דאס וויליאמסבורג קאמיטע? פארוואס שעמען זיי זיך צו שרייבן נעמען? איז עס א פרישע 'וועד הצניעות' סטייל ארגאניזאציע, וואס גייט זיין אנ-קנאון פאר די אלגעמיינע באפעלקערונג ווער די מיטגלידער זענען? צי איז עס א פרישע פאליטישע ארגאניזאציע, וואס איז נאך דערווייל א סורפרייז? און פארוואס לייגן זיי דוקא א מזל טוב פאר דר. פאטעל, איז ער עפעס די איינציגסטע דר. וואס האט געהאט אן אייניקל?

אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער די קאמיטע, און וואס זייער מאטיוון זענען ווערט געבעטן מיטצוטיילן. ישר כח.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:32 pm
דורך נולד מאוחר
איך האב מיך אויך געווינדערט ווען כהאב עס געליינט. נאר אן די קאנספיריסעיס.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:34 pm
דורך אוהב דעת
איך האב עס נישט געזען, אבער ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז זייער געטריי פאר די קאמיוניטי, האט איינער אריינגעלייגט פאר אים א מזל טוב, וואס איז אזוי שלעכט, עפעס אפרישיעשען מעג מען אים געבן, ס'איז זייער נארמאל,

לאו דוקא אז איינער וויל דא מאכן עפעס א נייע וועד
סיי ווי, כ'האב עפעס נישט מורא פון קיין נייע וועד, לענ"ד זענען זיי אלע אין דער ערד, זיי קענען נישט אויפהייבן זייער קאפ זייט די לעצטע סומאטאכע, זיי ציטערן ווי פיש

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:06 am
דורך ניו יארק
אוהב דעת האט געשריבן:איך האב עס נישט געזען, אבער ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז זייער געטריי פאר די קאמיוניטי, האט איינער אריינגעלייגט פאר אים א מזל טוב, וואס איז אזוי שלעכט, עפעס אפרישיעשען מעג מען אים געבן, ס'איז זייער נארמאל,

לאו דוקא אז איינער וויל דא מאכן עפעס א נייע וועד
סיי ווי, כ'האב עפעס נישט מורא פון קיין נייע וועד, לענ"ד זענען זיי אלע אין דער ערד, זיי קענען נישט אויפהייבן זייער קאפ זייט די לעצטע סומאטאכע, זיי ציטערן ווי פיש

איך וויל לייקען נאר די ערשטע העלפט, איז דא אזא אפציע?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:14 am
דורך נולד מאוחר
וואס טוט ער פאר די קאמיוניטי? ווי שטעקט זיין געטריי שאפט מער ווי עני אנדערע פידיעטרישן?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:37 am
דורך ניו יארק
און אויב איז ער נישט בעסער ווי די אנדערע, טאר מען עס נישט לייגען? אז די ווילסט קענסטו לייגען פאר דיין קינד'ס דאקטער.
הוי דע העעל קעירס אז מען האט אים אריינגעלייגט א מזל טוב, ער קוקט ארויס דערויף, און איך מיין אז ער דיזערווט עס.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 9:16 am
דורך אברעמעל
איינער האט אים געוואלט מאכן גוט פילן און אנשטאט אריינלייגן פון א פרייוועט נאמען האט ער געשריבן א שם הכולל, דו ביסט אפשר אויך פון 9-11 גלייבערס?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:11 pm
דורך קלאר
פאטעל קען דען ליינען אידיש?
ער קען דאך לייגען אין קלאסיפייד פאר אסאך ביליגער אין איינרעדן אז דאס ווערט געזעהן דורך גאנץ כלל ישראל
יענער האט געציהלט אן אדווערטייזמענט?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 7:14 pm
דורך אוהב דעת
שוין קינדער סאיז צייט אויפצוהערן רעדן שטותים