א העפטיגע פארמעסט אין שטיבל
נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:36 pm
[justify]עס זענען פארהאן חברים אין שטיבל וואס זענען פארזעצט אינעם פארברענגן אפטיילונג, זיי דרייען זיך צווישן סומעטאכעס און היימישע ניייעס, זיי טרעטן נישט אריין אינעם מדור פון תורה ומחשבה, זיי שענקן ניטאמאל א שמירת עינים בליק אין יענע ריכטונג, און אוודאי און אוודאי נישט אינעם קונסט סעקשען, כ'מיין וואס האט א חסידישע אינגערמאן מיט קונסט אנגעלייגט, ווער רעדט נאך פון פאעזיע, עס אינטערעסירט אים ווי דער פאריעריגער פראסט, אלזא פאר די דאזיגע ליינער האב איך געוואלט שרייבן א קליינע הודעה'לע בערך אזוי:
"זייט וויסן רבותי ידידים טייערע אז עס קומט פאר א העפטיגער פאעזיע פארמעסט צווישן די חברים אין שטיבל, יעדער קען אריינגעבן אן אייגן געמאכטן פאעם, ביז מיטוואך הבעל"ט, און דערנאך וועט פארקומען וואלן ווי דער גאנצע קאווע שטיבל געמיינדע קענען שטימען וועלכעס שטיקל געפעלט זיי דאס מערסטע, און די רעזולטאטן פינעם פארמעסט וועט פארעפנטליכט ווערן א מאנטאג דערויף, אלזא רבותי ווער פון אייך עס האט א פעדער אינעם האנט שרייבט א שיינעם שיר און שיקטס אריין, און ווער עס קען נישט אליין שרייבן זאל כאטשיג איינטייל נעמען און דעם פארמעסט דורך וועלן און אפגעבן זיין שטימע"
אבער למעשה אז איך האב שוין דעם פענע אין דעם האנט וועל איך ענק איבערגעבן א קורצן איבערבליק איבערן השתלשלות הדברים, מיט פרטים פון אונטער די קוליסן, און א סך הכל ווי מען האלט יעצט :
אלעס האט זיך אנגעפאנגען אויף א פוירפעל מיטוואך, לעמען דשאוס צוריקקומענדיג פון וואקאציע האט אויפן פליגער נישט געהאט מיט וואס צו פארטרייבן די צייט, האט ער אפגעשריבן א שיינעם פאעם, ער באטראכט דעם פאעם עס געפעלט עם, ער פאעסט עס אויף קאווע שטיבל, ער באקומט ווארעמע פידבעק פונעם ציבור [וגם אני בתוכם], און פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן דערזעהט ער זיך, נישט מער נישט ווייניגער, אלץ פאעט. נא וואלט ער דאך געדארפט זיין העכסט צופרידן, אבער א יוד איז קיינמאל נישט צופרידן, אויב איז ער א שרייבער וויל ער ווערן א פאעט, איז ער א פאעט וויל ער א פארמעסט, האט ער געגעבן א ליפטער אויס דעם געדאנק אויף זיין אשכול אזוי בדרך אגב'דיג: אפשר מען וואלט געדארפט מאכן א פאעזיע פארמעסט.
משה געציל דער איש המעשה, האט זיך גלייך צוגעכאפט צו דעם ווי א ווישניצער צו א הייסע שטיקל קוגל, געעפענט אן אשכול אין עס געמאכט אפיציעל, ווי צו זאגן: רבותי! וואס חלומט איר, עס איז דא א פארמעסט! עס האט אנגעפאנגען פליען הצעות איבער וועלכע נושא דער פאעם דארף זיין, משה געציל האט מתחלה פארגעשלאגן עס זאל זיין עפעס איבער צוויי פסוקים פון שיר השירים [לא הצלחתי לרדת לעומק הסוד של חכם געציל, איזה רז מצא בפסוקים אלו, אבל מובטחני שנתכוין בזה לרזין דרזין טמירין ונעלמין, כי ידוע שיש לו יד ובטן בחכמת האמת],
בן תמליון האט געקוקט מיט בייז וואונדער אויף די גאנצע סומעטאכע וואס אנטוויקלט זיך דא פאר זיינע אויגן, ווי איינער זאגט: עטץ זענטס אויפן קאפ געפאלען? שיר השירים?! דאס איז דאך מיינס ! הגם באתם לכבוש את המלכה עמי בבית ?
יאנקל האט גע'טענה'ט אז צוויי פסוקים אין שיר השירים איז עפעס צו מצומצם ער דארף א ברייטערע ספעקטרום אויף וואס צו פאנטאזירן, ער וויל נישט עס זאל זיין געבינדן אויף א ספעציפישע נושא, יואליש האט עפעס גע'דרש'נט פון פעליטאן און לימעריק און נאך אזעלכע אויסטערלישע ווערטער, עס האט אנגעפאנגן פליען דעות רעכטס און לינקס, ווי יודל בעל המגדיר, האט עס געפראזט צוויי אידען דריי דעות.
די גאנצע זאך האט אנגעפאנגען צו ווערן פארוואלקענט און פאררויכערט, פיל מיט שאלות און קווענקלענישן : אויף וועלכע נושא דארף די פאעזיע זיין? וואו גייט מען עס שיקן ? צו וועם ? ווי אזוי גייט מען פארעפנטליכן די שטיקער מייסטער ווערק, למעשה האט נישט גענומען לאנג און די וואלקענעס זענען פארשווינדן, די רויך זיך צוגאנגען, דער האריזאנט האט זיך אויסגעקלארט, יש מנהיג לבירה! לעמאן דשואס האט איבערגענומען די לייצעס פון משה געציל, פון דא און ווייטער האט זיך די זאך געפירט פראפעסיאנאל, [נישט ווייל משה געציל פעלט עפעס, בכלל נישט, נאר משה געציל צו אלע זיינע מעלות איז ער נאך אן עניו אויך, עס פעלט אים אביסל גאוה דקדושה, משא"כ לעמאן האט אן איבערפלוס פון די סחורה ב"ה], לעמאן האט אימפארטירט א נייע @@@ סיסטעם, ער זאגט אז דאס איינפאל איז נישט זיינס, עס איז איינעמס דשעק דארסי עשו'ס אן אייניקל.
בקיצור, לעמאן האט גע'פסק'נט עס זאל זיין די נושא פון אהבה בכלליות נישט שיר השירים ספעציפיש, ער טענה'ט אז עס זינגט זיך אים אהבה אין הארצן [צו וועמען? גיי ווייס], בן תמליון האט אפגעאטעמט דער עיקר איז נישט שיר השירים, ער האט אפילו געגעבן א ווארימע ענדארסמענט און צוגעלייגט סארקאסטיש: 'מען האט דאך אונז נישט פארגינען אהבה [סתם ולא פירש ווער איז 'אונז' און ווער איז 'מען'] לאמיר כאטשיג פאנטאזירן און פאעזירן'.
דא איז געשעהן עפעס וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט יענקל האט געזאגט אז ער בייגט זיך צום רוב, עטס הערטס אידן יאנקל האט זיך געבויגן פארן דעת הקהל ! גלייבט מיר עס איז נישט קיין אפטע פאסירונג.
ווי נאר דער פרומער חניוק יאיר האט געהערט אז מען רעדט פון אהבה, איז ער ווילד געווארן, ער האט אנגעפאנגן מיט מחאות און חרמות, וואס טייטש, האט ער געלארמט, ס'איז נייע זאכן, וואו האט מען געהערט חסידישע אידן רעדן פון אהבה ? און בכלל דאס גאנצע ענין פון פאעזיע גייט אריין אינעם כלל פון חדש אסור מן התורה, און נאך אזעלכע אויסגעשפראכענע מחאות. דער עולם האט זיך אונטערגעשמייכלט ווי צו זאגן: גיי דיר שוין צו אלע שווארצע רוחות, שמעקעדיג האט צוגעלייגט פאר א צולאג אן אזהרה חמורה: נישט קיין פלאגעריזם, ער זאגט ער ווייסט די סמנים וואס יעקב האט איבערגעגעבן פאר רחל.
לאמיר נישט פארקריכן, וואו האבן מיר געהאלטן? אה יא, וועגן אהבה, למעשה האבן די לינקע חברה אנגעפאנגען פארקאכן א קאשע, לאו כל יומא מתרחש דא, אז מען קען שרייבן איבער אהבה בין איש לאשתו. זיי האבן זיך ארויפגעצויגן די ארבל און זיך גענומען דערצו ווי בעקיטשע אידן ערב פסח צום מים שלנו שעפן, ידען'ס פאנטאזיע האט אנגעפאנגען ארבעטן און בן תמליון איז אריין אין געיר.
דא האט לעמאן דשאוס אראפגעשטעלט א פיס, מילא זאגט ער אהבה בין ישראל לאבינו שבשמים צו דעם קען ער נאך מסכים זיין, אפילו אהבה בין אב לבנו קען ער נאך אראפשלינגען, אבער אהבה בין איש לאשתו נאופ! אויף דעם וועט ער נישט איינגיין! לעיקוואוד מיט זיין קאלטע לאגיק האט פרובירט זיין בעסטע, ער האט זיך געאייסערט אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם, מ'קען טוהן גענוי ווי שלמה המלך אין שיר השירים, שרייבן פשוט'ע ווערטער פון אהבה, און ווער עס וויל זאל עס פארשטיין כפשוטו, און ווער עס וויל זאל עס פארשטיין כמשל. לעמאן האט רעאגירט צו דעם אזויווי איינער זאל זאגן: לעיקוואוד טייערע איך בין נישט דערביי יעצט אריינצוגיין אין א פילאזאפישע וויכוח פאר צוויי שעה, אויב איז עס וועגן אהבה בין איש לאשתו בין איך נישט דא, איך צי זיך ארויס פונעם פארמעסט.
נאך לעמאנס אויסברוך איז עפעס געקומען די גאנצע זאך צו א האלט, און כדי שלא ישאר הנייר ריק, האב יאך, אני הקטן, גלייך צוריק ארויפגעברענגט קופערניקוס הצעה מען זאל שרייבן וועגן אונזער סיסטעם, אדער וועגן די שואה, דער עירט איז וועגן עפעס אן אומגליק, געפילטע מיט זיינע שטעך ווערטלעך האט גלייך אריינגעווארפן א פלאקן אויף קופערניקוס הצעה וועגן די סיסטעם, חוזק מאכענדיג: בעשן א סיסטעם אויך מיר אן ארט!, און קופערניקוס שלא כדרכו האט אים גלייך שארף אפגעענטפערט, [איך געדענק נישט גענוי וואס ער האט געענטפערט, אפשר ווייל בשעתו האב כ'עס נישט געכאפט פונקטליך],
דאס לעצטע נאגל אינעם אהבה קאסטן איז געקומען פון אונזער משורר, בעל הפיוט "דער ביבער", וה"טונקעלע מארגן", כ'האב שיעור פארגעסן אויך בעל מחבר ספר יואל, ער האט גע'טענה'ט ווי אן עכטע משורר וועגן אזעלעכע הויכע זאכן ווי השראה און פינקן, און אז א שיר איז נישט קיין באשטעלונג און נאך אזעלכע פאעטישע זאכן, בקיצור לעמאן האט געמאכט אן עמערשענסי מיטינג מיט עפעס א געהיימע אינטערנעט חבר רח"ל, און אויך מיט משה געצעל'ן און מען איז געקומען לעצה אחת, אז דער פארמעסט איז אין קראפט, און מען קען שרייבן איבער וואספארא נושא דאס הארץ באגערט, אין וועלכען פארעם די נשמה זינגט : פאעזיע, פראזע, פעליטאן, לימעריק, נעלסאן און נאך.
הדבר יצא מפי המלך און דער עולם האט זיך גענומען צום ארבעט, ווער עס האט הענט און פיס איז אריין אינעם מארעטאן, עד כדי כך אז קאמפיוטער פון פלעטבוש איז געקומען צוקריכן מיט א פאעם אין ענגליש, [פעך ענגליש טוי טוי!],
און דער משכיל לעקוואוד אים ציט צו מאכן א פאעם אין פראנצויזיש, איך פערזענליך מיין אז אין פראנצויזיש איז נישט קיין קונץ צו מאכן א פאעזיע, די גאנצע שפראך דארט גייט מיט אזא ניגון אזא, אויך יעדעס ווארט דארט גראמט איינס מיטן צווייטן, בפרט אויף אהבה איז זייער שפראך רייך און אויסגעשפראכן, ווי אזוי זינג ר' יו"ט ערליך: זאגן זיי ניין ניין האלט עס אליין, מיר ווילן נישט אז דער פאמיליע לעבן זאל זיין ריין.
שיעור פארגעסן וועגן מח שליט, ער זאגט אז ער איז גערירט ביז טרערן [ווער נישט?], ס'איז א בחינה פון לבו שליט על מוחו און שלא כדרכו זאגט ער אז ער האט נישט קיין ווערטער,[כ'מיין עס איז פון די קערצסטע תגובות וואס ער האט נאר אמאל געשריבן].
צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, לעמאן איז געווארן הייפער און אנגעפאנגען צו שיסן גוזמאות, וועגן הילפס אנבאטן וואס קומען אריין פון אלע עקן וועלט, יעדע מינוט פליסן אריין צענדליגע פרישע מייסטער ווערק פון פאעזיעס, קופערניקוס האט אים גלייך אראפגעשלעפט צום קרקע המציאות מיט א הילכיגן געשריי פון חתוך את צואת השור! [בכלל איז דער קופערניקוס זייער נערוועז לעצטענס, כ'מיין דאס קומט ווייל ער שלאפט נישט געהעריג עיין לקמן באריכות] לעמאן דשאוס האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש פאר א גאנצע פאר מינוט.
בדרך אגב עס איז דא א פאר חברים וואס האבן געלאזט הערן רמזים איבער וואספארא נושא זייער פאעם גייט זיין, יאיר למשל זאגט אז ווי עס קוקט אים יעצט אויס וועט ער אריינלייגן א שטיקל פרשת משפטים, ער איז זיך מסתמך אויף עפעס א פסק פון איינער הגר"מ שליט אז משפטים איז ריין ליטעראטור [און אויף דעם ליטעראטור האב איך געכאפט מכות פון מיין רבין, שוין גם יהיה ברוך], יאנקל האט גלייך מוחה געווען אז דאס איז דאך פלאגיאירן ג-ט אליין, איך ווייס נישט פון וואו יענקל נעמט אז ג-ט געט א דעים.
קאווע טרינקער האט מרמז געווען אז כדי לערבב את השטן וועט ער שלא כדרכו דאס מאל נייטן זיין פאעם אויפן פרומע זייט, ער זאגט אז ער גייט קויפן גאר לאנגע חסידישע גאטשעס ספעציעל פארן פאעם, (הייסט עס אז דו ביסט דאס דער יונגאטש דער יעניגער וואס איך טרעף כסדר אין מקוה מיט די קליינע געלע גאטשעס, באצירט מיט בלויע מענטשעלעך, מעגסט דיר שוין קויפן נייע!) איך האלט זאלסט טוישן דעם שטריימל אוואטאר דיינ'ס, פאר א רבינו תם'ס גאטשע, אדער אפשר זאל די גאטשע גיין אויפן שטריימל, לעמעל האט מעיר געווען אז מען וועט גרינג דערקענען קאווע טרינקערס פאעם דורך די פיל פארביגע קאלירן וואס ער האט ליב צו פארבן זיינע פאעמס [לעמיל קענסט גיין ארבעטן פאר די וועד משמרת הצניעות].
בכלל האט דער גאנצער עולם גענומען זייער ערנסט דעם פארמעסט, למשל אוהב דעת זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געשריבן קיין פאעזיע, אבער נאך אלעם איז ער א יוד, און ווען א איד זעהט א פארמעסט, און עס איז נאך אומזיסט אויך, פרעגט מען נישט קיין קשיות און מען טאנצט אריין דערין אזוי ווי נחשון בן עמינדב אין וואסער, שפעטער האט ער געלאזט וויסן אז דער פאעזיע איז פארטיג און ס'איז אזאנס אין אזעלעכס, עס גייט מענין לענין שלא מאותו ענין, אזא כל בו אזא, עס איז עפעס אזוי ווי א שמחה ואורה סידור מיט כל מיני דרוקן סייזעס און פאנטס, עס רעדט זיך פון אונזער סיסטעם, שואה, אהבה, שנאה, און וואס נישט, און דער עיקר איז ס'גוט באשמירט מיט דעפרעסיע, אזש ער ווארענט שוואכע הערצער זאלן עס נישט ליינען, ווער עס וועט עס ליינען וועט וויינען זיבן טעג און זיבן נעכט.
אבער ווער עס איז די מערסטע באטראפען געווארן פונעם פארמעסט איז אונזער פורים רב קופערניקוס, [איך ווייס נישט צו דער עולם האט באמערקט, אבער זינט קופערניקוס איז פורים רב האט ער צוגעלייגט א גאנצע שלש סעודת תורה פאר אן אונטערשריפט,וועגן די חטא הידוע כ'מיין ער דערמאנט דארט אויך א ווארט פינעם ערשטן רבי פון קאנפיוצעס, און אז מען רעדט שוין, די רב וואלט שוין געמעגט לייגן א בילד פון זיך בבחינת והיה עיניך רואות את צאנך, עס איז דא שיינע בילדער פון קופערניקוס,] דאס ווייב זיינע זאגט אז זינט דער פארמעסט איז געגאנגען פובליק איז דער רב נישט אין ארדענונג, ער עסט נישט ער שלאפט נישט, און ווען ער שלאפט שוין יא וועקט ער זיך אויף באגאסן מיט קאלטע לעמאן זאפט, שרייענדיג הילכיג דערביי פאעזיע!! פאעזיע!!, דאס ווייב זאגט אז די לעצטע מאל וואס ס'איז געשעהן אזא זאך איז געווען ביי די וועבערמאן פרשה ווען ער פלעגט זיך דערוועקן באגאסן מיט יוסעלע'ס הייסע גיהנום וואסער, שרייענדיג סומעטאכע!! סומעטאכע!!
פאר איך ענדיג צו דא וויל איך אויך קלאר מאכן פארן עולם די ניקן וואס גייען זיכער נישט אריינגעבן קיין שטיקלעך, אין פארמעסט:
דער ערשטער איז שמעקעדיג, שמעקעדיג איז א איד וואס וויזט גענוי וואס ער קען און וואס נישט, ער זאגט שרייבן קען ער פאעזיע קען ער נישט, ובכן איז ער נישט אינעם פארמעסט, עטץ הערט א גערעדאכטס ער קען נישט! וואס הייסט דו קענסט נישט, נחשון האט יא געקענט? דוד המלך ווען ער איז געדאנגן אקעגן גלית האט ער יא געקענט?, כ'האב מורא שמעקעדיג איז דו ביזט נישט מזרע ישראל חלילה, עכ"פ קיין היימישער ביסטו זיכער נישט.
פשוט קאמפליצירט איז מער קאמפליצירט ווי פשוט, פאנגען פאנגט ער אן: פראזע שרייבט מען און פאעזיע שרייבט זיך, און איך האב נישט וואס צושרייבן וכו', איז דאך משמע פין דעם אז ער גייט נישט שרייבן, ענדיגען אבער ענדיגט ער מיט עפעס אן עצה פון בין השמשות, נאך די זון איז אוועק, פאר די לבנה איז אנגעקומען, האט ער פארפירט א שמועס מיט זיין קלעם [אפשר אין שטום לשון],
עפעס איז מיר אויך אויסגעקומען דארט אז ער האט עפעס געבארגט פון בלעם, נישט פארגעסן קאמפליצירט טייערע אפצוגעבן צוריק פאר בלעמ'ן וואס דו האסט גענומען פון עם, און אז דו טרעפסט דיך שוין מיט בלעםן, זאג עם אז ער האט אונז שיין מסדר געווען דארט מיט זיינע ברכה פון הן עם לבדד ישכון [און דאס איז שוין פון די ברכות, שטעלטס ענק פאר ווען ער שעלט געווען, ג-ט זאל באהיטן, איך וויל אפילו נישט טראכטן].
געפילטע פיש איז אויך מרמז אז ער איז נישט און פארמעסט, ער קלאגט אז ער איז נישט קיין פייטן אויסער אפאר פאעםס וואס ער האט געשריבן און די בראשית יארן פאר דאס טייבל זיינע, הגם זי דאס טייבעלע זאגט אז עס איז גאר גוט, נעמט געפילטע נישט ארויס דערפון קיין סאך, ער זאגט אלע טייבעלעך זאגן אזוי פאר זייער געליבטע טויבעלע,
טעפל זעהט אויס צו זיין היבש צומישט, קודם האט ער געהאלטען פאר א דבר פשוט אז ער קען נישט, אבער נאכן ליינען נח געצל'ס אשכול "וואס איז דאס פאעזיע" וואס יאנקל האט צוגעצייכנט [אויסכאפענדיג יידל בעל הלינק, ע"ש ותבין], האט טעפל אנגעפאנגן צו האבן ערנסטע ספיקות, אז אפשר קען ער גאר יא פאעזירן, מעגליך אז ער וועט גיין און א פארמעסט מיט שלמה המלך'ס שיר השירים.
איך כשלעצמי האב מיך אפאר מאל אריינגעלאזט און ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט, דאכט זיך דריי אדער פיר מאל, איך ווייס אליין נישט צו איך בין יעצט אינעווייניג אדער אינדרויסן, אפשר וועל איך מיר טרעפן און לולקע-ציבעלעך'ס אשכול "ווי בין איך".
וכל מעשה תקפו וגברותו של הפאעזיע פארמעסט, הלא הם כתובים באשכול 'תחרות הפיוטים' בפרטים ובפרטי פרטים עיין שם ותמצא נחת.
נ.ב ספעציעל געשריבן דעם אשכול אין אידיש, אז אוהב שלום זאל אויך פארשטיין, און הדד בן בדד מיט די ברוינע בערעלעך זאל זיך נישט דארפן איבעררייסן צו ליינן לשון קודש.[/justify]