בלאט 1 פון 1

היסטארישע ספר לרגל יומא דהילולא

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:39 am
דורך ברסלבער
ביי די יומא דהילולא קדישא וועט פארטיילט ווערן דער גאר היסטארישע ספר "זקניך ויאמרו לך".
אינעם ספר מישן די זקני הקאווע שטיבל אויף א היסטארישע קאפיטל פון די בראשית חדשים פונעם קאווע שטיבל, ווער זענען געווען די ערשטע ניק'ס, וואס זענען געווען די ערשטע אשכולות, ווען האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ערנסטע דעבאטעס און סומאטאכע'ס.
די אלע וואס וועלן געבן $197 כמנין זקניך (מלא שתי יוד'ן) וועלן באקומען דעם ספר במתנה גמורה חנם אין כסף, פאר אן הוספה פון $466.90 כמנין ויאמרו (חסר קוצו של יוד) וועט מען אויך אריינקריצן די נאמען מיט גאלדענע אותיות למען יעמדו ימים רבים, און פאר נאך $76 כמנין לָךְ (עם הנקודות) וועט מען אויך באקומען א שיינעם טאוול "פרס קו"ה אל ה'" מיט ספעציעלע נעגעלעך אויפצוהענגן אין דיינונג רום למען ישמעו ויראו, די קינדער און אייניקלעך זאלן זעהן ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן דער פארצייטישער דור.

ערנסט גערעדט, פאר מיר אלץ גר ותושב דא אין קאווע שטיבל, וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן פון די אלט געזעצענע דא, ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן די קאווע שטיבל, די ערשטע ניק'ס/אשכולות/דעבאטעס/ סומאטאכעס/ וכו' וכו'', און איך גלייב אז נאך אידן וואלטן אויך הנאה געהאט דערפון.
ווער עס איז אינטערעסירט דערין זאל אויפהייבן די האנט.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:08 am
דורך [NAMELESS]
והימים הראשונים יפלו, די טעג בעפאר ברסלב איז ווערד כקליפת השום, טרוקן ווי קנאבל. אל תביט אחריך והיית נציב מלח, קוק נאר פאראויס!

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:25 am
דורך טעפל
אוי וויי אז דו וועסט צוריקגיין צו ווייט וועסטו אנקומען צו אייוועלט אדער גאר הייד-פארק..
שוין איך געב די ערשטע מעות קדימה פאר בלויז $25 ביים קאמיטע..

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:39 am
דורך ברסלבער
קופערניקוס האט געשריבן:והימים הראשונים יפלו, די טעג בעפאר ברסלב איז ווערט כקליפת השום, טרוקן ווי קנאבל. אל תביט אחריך והיית נציב מלח, קוק נאר פאראויס

זאגסט א שארפע שפיץ, אבער אזוי ווי די עלטערן האבן שוין אנגעהויבן ווארענען די קינדער זיך נישט צו דרייען אויפ'ן קאווע שטיבל, נישט צו ווערן פארכאפט פון די ברסלבע, און היות אז ברסלב האט אפגעקויפט די נקודה אז מען זאל נישט קוקן אויף צוריק נאר אויף פראנאויס, ממילא קענען מיר נישט ווערן פארכאפט, מיר מוזן דוקא קוקן נאר אויף צוריק להוציא מלבן של..

אבער לאמיר רעדן תכלית, וואס זענען געווען די ערשטע צוויי-דריי נושאים וואס מען האט אויסגעשמועסט אויפ'ן קאווע שטיבל?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:08 pm
דורך אברעמעל
די ערשטע סומאטאכע וואס האט געברענגט פובליסיטי פאר קאווע שטיבל איז געווען די טעמע איבער די איסור אויפן שטערן.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:13 pm
דורך ברסלבער
זייער שיין
כ'האב געוויסט אז די איסור האט געברענגט אסאך קונים פאר די שטערן, אבער כ'האב נישט געוואוסט אז עס האט געהאלפן אויך פארן קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
פאריאר ראש חודש אדר דערציילט מיר א חבר אז יא, ס'עפענט זיך א נייע אידישע פארעם ווי מ'גייט קענען שרייבן מיט'ן גאנצען געשמאקקייט אן די נארישע צענזאר.
גאגעל שמועס פון February 23, 2012:

איך: א נייע?!!
חבר: יא, וואס איז דער חידוש?
איך: ווייל שוין לאנגע יארען חלום'ט מען פון דעם
חבר: שוין, ענדליך
איך: ווי אזוי גייט עס הייסן?
חבר: לשהק דיאןקנקך
סארי
kave shtiebel
איך: וואסי פשט פון די נאמען??
חבר: איי עסום אז ס'איז ווי א קאווע שטיבל וואס מ'קען רואיג שמועסן אן קיין שטער
#עפעס אזוי
איך: זאל זיין מיט מזל
ווען גייט עס זיין אפען?
חבר: ביז אפאר טעג מיין איך
איך: אזוי אינצווישען האב איך גע'גוגעל'ט kaveshtiebel.com און איך זעה אז די סייט איז שוין דא!!
חבר: שוין יא אפען?!
רגע

איך: ביסט דא?
חבר: יא, סארי
קוקט טאקע אויס ווי די סייט איז אפען, אבער ס'איז נאך נישט דא קיין פארומס.
איך: אבער מ'קען זיך איינשרייבען!!
חבר: יא, קוקט אזוי אויס
איך: הע!! אומר ועושה!! איך בין אזוי עקסיידעד
האסט א גיטע נאמען פאר מיר?
חבר: פאר דיר? הממ..... לעמכ'ל, גרונמ'ל, יקיש'ל,
דא?
איך: יא איך בין דא , און די מיינסט איך וועל מיך לאזן פון דיר יצמח'ל...... איך בין דער ראש הקהל!!!
חבר: ??
איך: איך האב מיך יעצט געמאכט א ניק "ראשעקאל".......
חבר: הא הא
געוואלדיג!!
עלמער זען וואספארא נאמען איך וועל אויסקראצן....

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:37 pm
דורך שמואל הלוי
נו וואסערע נאמען האט למעשה דער חבר דיינער אויסגעקראצט?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל הלוי, מייניך

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז דאס איז געוועהן די ערשטע אשכול
viewtopic.php?f=10&t=7

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:43 pm
דורך ברסלבער
אינטערעסאנט, עד היום איז מיר נישט בייגעפאלן אז ראשעקאל איז די ראשי תיבות פון ראש הקהל..

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:39 pm
דורך יידל
ראשעקאל האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז געוועהן די ערשטע אשכול
viewtopic.php?f=10&t=7

אוי זכרונות.... דארט האב איך טאקע געשריבן מיין ערשטן תגובה...

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:47 pm
דורך געפילטע פיש
ביי מיר איז עס נישט געווען קיין פענסי גוגל טשעט, נאר א פשוטע פלעינע טעקסט, די אינהאלט פונעם טעקסטע איז געווען טרוקן: "kaveshtiebel.com". נישט קיין דיסקריפשען, נישט קיין אינפארמעישען. נא, אז א גוטע חבר שיקט א לינק, גייט מען עס בודק זיין. קום איך ארויף, שפאציר ארום, איך זע א אידישער פארום ווי אידן שמועסן אינאיינעם. מיר האט אינטערעסירט פארום'ס אין די לינקע פיאה, קיין שרייבער בין איך קיינמאל נישט געווען, ספעציעל אין אידיש, ס'פלעגט מיר נעמען אומגעפער צוויי מיט א האלב מינוט צו טייפן א ווארט, האב איך מחליט געווען אז אפשר זאל מען זיך נעמען שרייבן אביסל אין אידיש, אזוי אז ווען כ'וועל דארפן טייפן א שלום זכר צעטיל זאל איך קענען די אידישע קי-באורד אביסל. אומר ושותה קפה, זיך גענומען דרייען דא, געשריבן, זיך גע'טענה'ט, געשמועסט, און די אפעטיט איז געקומען מיטן עסן, (טרונקען) און די רעסט איז היסטארי.

אויב ווילסטו זען ווי אזוי ק"ש האט אויסגעזעהן בשנים קדמוניות, כאפ א בליק אין די ארכיוון, דאס איז אן ארכיוו פון מאי דעם ניינצענטן, ווייניגער ווי א חודש זינט דעם גרינדונג פונעם קאווע שטיבל. די ערשטע אשכולות זענען געווען איבער צענזור, בילדער פון פרויען, הצלה - עזרת נשים (איינער געדענקט נאך?), חיים נחום הלוי פריעד האט געהאקט אויף סגולות, (פארשווינדענע ניקס?), ארכיוויסט האט געשריבן א הערליכע ארטיקל אויפן BQE, יאנקל האט געוואלט וויסן אויב דער פויבסט איז א מאמין, גוגל הדור (פארשווינדן?) האט געוואלט עטיקעט אין מקוה, (חלומ'ן מעג יעדער), די ערשטע סומאטאכע איז מסתם געוועזן איבער שאולי גרוסמאן און פערי רייך אויף די דר. פיל שאו, די ערשטע גרויסע אשכול איז געווען טאקע איבער'ן שטערן/שפאקטיוו.

די תקופה איז געווען ערב פורים, דער עולם האט זיך געגרייט אין גרויסן, שרגא (וואו ביסטו?) האט געוואלט וויסן וויפיל מ'דארף טיפ'ן די רבי'ס און טיטשערס, טאמבל סאס האט געוואלט וויסן אויב מ'מעג זיך פארשטעלן ווי א "נקיבה", שלמה דיין האט מוחה געווען אויפן רופן די פרויען נקיבות האט מען געטוישט דעם קעפל צו "פרוי", חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן די מקור פון זיך בכלל פארשטעלן, סטארבאקס (מעג אריינקומען אהער אפטער) האט געוואלט וויסן די מקור פון המן טאשן, און ראשעקאל האט געוואלט וויסן ווי די קאצקעלעך זענען. די אשכול וואס האט לכאורה די לענגסטע אריכת ימים איז יידל'ס (נישט יודל) פוסק אחרון אשכול, (נישט פארמישן מיט'ן יאנקל יענקל סומאטאכע).

אוי איז דאס געווען גוטע צייטן, ס'גייט אדורך א סקרוך אין די ביינער צוריקצוקוקן אויף דעם יאר, וויפיל ס'איז אדורך, וויפיל ס'האט זיך ארומגעדרייעט ארום די שטיבל, די נייע חברים און די אלטע, ארויסגעוואקסן אזא שיינע מקום לשם ולתפארת, מלא וגדוש מיט תורה, מחשבה, קונסט, און אלעס אינצווישן, וויפיל ידיעות מ'האט קונה און מקנה געווען, פארטוישן מיינונגען, געטוישט מיינונגען, אריין אין באקס, ארויס פון באקס, שיך באקסעס מיט אייער באקסעס, קעניינע הארע, ס'איז א שטאלץ צו זיין אין אזא מקום, און איך האב קיינמאל אפילו נישט געזאגט קיין שכויעך פארן חבר וואס האט מיר געשיקט יענע טעקסט, ער ווייסט ניטאמאל אז איך שרייב דא. אלזא וויל איך עם דא באדאנקען ברבים, דאס יאר איז געווען אויסערגעווענליך שיין צו פארברענגען מיט די חברים דא, און לאמיר האפן אז די נעקסטע יאר זאל ברענגען נאך טאלאנט, מחשבה, און שמחה פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל בבגצבב"א.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 4:23 pm
דורך אברעמעל
געפילטע, זייער א שיינע תגובה, האסט מיר דערמאנט אסאך זכרונות,
ווען כ'האב נאך געהאט מער צייט אין מיין באזיץ און געפלאנט מער צו ביישטייערן צום שטיבל.

די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די ווערטער
געפילטע פיש האט געשריבן:פארטוישן מיינונגען, געטוישט מיינונגען, אריין אין באקס, ארויס פון באקס, .

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:05 pm
דורך נולד מאוחר
@געפילטע וואס איז דאס אינטערנעט ארכיווען?
איז עס אטאמאטיש אדער קאווע שטיבעל לייגט אלעס אוועק דארט?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:26 pm
דורך משה געציל
נאדיר א פופציגער און רעזעוויר מיר א פערטל פעידזש:


[center]לזכרון בהיכל השטיבל[/center]

[center]מים מים ירדה עיני! בעלות על זכרוני שר הפנים דשטיבלתינו, המשמש כעת כשר החוץ. הלא ראשו מעוטר בזר זהב טהור, ידיו רב לו בכל קצוי צימעס, ומאחורי הפרגוד מחיצתו. מלך שמחל על כבודו שלא כדין, וסר זרו מעל ראשו רק לכבוד שמו יתברך.[/center]
[center]מי יתן ויחזיר לנו עטרת ראשינו, והיה לבבם זה עם זה, לעשות רצון קונם וחפץ שותיו![/center]

[center]ובהאי שעתא אין לשכוח מהשרגא דנהורא, ששפע רב מנהוריה הבלתי מוגבלת, להאיר לנו בכל עניני דת ויהדות, חכמה ותבונה![/center]
[center]יהא זכרונם ברוך, ויזכו להחיות עם שאר ניקים הנעזבים, בקרוב בימינו, למטה מעשרה תיכף ומיד ממש![/center]

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:34 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:@געפילטע וואס איז דאס אינטערנעט ארכיווען?
איז עס אטאמאטיש אדער קאווע שטיבעל לייגט אלעס אוועק דארט?

די וועבסייט archive.org כאפט א סנעפ שאט פון וועבסייטס די זעלבע וועג ווי אלע סוירטש ענדזשינס, ס'קריכט ארום די אינטערנאט, און כאפט עס א "פיקטשער" יעדע פאר וואכן צו חדשים, בעיסט אויף די פאפולעריטעט פונעם סייט, זיי רופן עס די wayback machine.
קענסט דארט גיין און זען ווי אזוי עני סייט האט אויסגעזעהן אינעם עבר.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:44 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:@געפילטע וואס איז דאס אינטערנעט ארכיווען?
איז עס אטאמאטיש אדער קאווע שטיבעל לייגט אלעס אוועק דארט?

די וועבסייט archive.org כאפט א סנעפ שאט פון וועבסייטס די זעלבע וועג ווי אלע סוירטש ענדזשינס, ס'קריכט ארום די אינטערנאט, און כאפט עס א "פיקטשער" יעדע פאר וואכן צו חדשים, בעיסט אויף די פאפולעריטעט פונעם סייט, זיי רופן עס די wayback machine.
קענסט דארט גיין און זען ווי אשוי עני סייט האט אויסגעזעהן אינעם עבר.

זייער אינטערסאנט. סאיז נישט קיין סנעפשאט כפשטו, מקען דאך ארייןקליקען. וואס הייסט " די זעלבע וועג ווי אלע סוירטש ענדזשינס"?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:49 pm
דורך געפילטע פיש
זיי רופן עס א 3 dimensional snapshot, לגבי סוירטש ענדזשינס, לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא, פרעג דיך נאך ביי הרב גוגל אויף crawler אדער google-bot. פאר מער אינפארמאציע פרעג אן אין טעכנעלאגיע פארום.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:08 am
דורך איך אויך
די תגובה הפותחת דערמאנט מיר די ווערטל פונעם רבין, אינדערהיים האט מען מיך גערופען יואל'ישל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:אינטערעסאנט, עד היום איז מיר נישט בייגעפאלן אז ראשעקאל איז די ראשי תיבות פון ראש הקהל..

וואס האסטו געמיינט Rush a Kool?

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:09 pm
דורך איך אויך
ניין, ער מיינט צו זאגן ווען ער זעצט זיך אריין אין א קאר און ער הערט ראש (לימבוא) זאגט ער א קוהל.