תשובה און בעל תשובה - ווער און וואס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

תשובה און בעל תשובה - ווער און וואס

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

"תשובה" טוט מען אויב איז מען באגאנגען אן עבירה. עמיצער וואס האט געטאן א חטא און האט דערויף תשובה געטאן, איז א "בעל תשובה".

אזוי איז דאס פשוט'ע משמעות פון די צוויי ווערטער. למעשה אבער קוקן מיר די זאכן אן אנדערש. "תשובה" דארף יעדער טאן; א "בעל תשובה" איז אבער שוין עפעס א מין אייגנארטיגע באשעפעניש -- עפעס א מענטש וואס איז געווען "דארט" און האט באשלאסן צו קומען "אהער". "ר' איד: איר האט געזינדיגט! טוט תשובה." אונזער שכל פילט זיך באקוועם מיט דעם סטעיטמענט. עס פאסט זיך. "קום נאר אהער, דו בעל תשובה" -- קלינגט שוין אומהיימליך: וואס בין איך, עפעס א בעל תשובה?

דעם אמת געזאגט איז די סיבה פארוואס מיר קוקן אן דעם "בעל תשובה" ווי עפעס נישט היימיש האט צוטאן מער מיט קולטור ווי אידישקייט. "בעל תשובה" רופט מען געווענליך אן עמיצן וואס איז געווען "פריי" און איז געווארן "פרום". א "פרייער איד" וואס האט באשלאסן צו ווערן א שומר תורה ומצוות. אבער לאמיר פארשטיין: וואס איז דאס א "שומר תורה ומצוות"?

לאמיר זיך נישט נארן. קיינער איז נישט קיין פולשטענדיגער שותמ"צ, ווייל יעדער מענטש מאכט פעלערס און טוט נישט תמיד וואס פאדערט זיך. פון דער אנדערער זייט, כ'ווייס נישט צי ס'איז פאראן א מענטש וואס האט קיינמאל אין לעבן נישט געטאן א גוטע זאך. איז דער חילוק צווישן עמיצן וואס "טוט תשובה" און א "בעל תשובה" נאר די צאל וויפיל און וועלכע עבירות ער האט עובר געווען?

מען קען נישט זאגן אז דער חילוק שטעקט אין דער כוונה -- אז א "בעל תשובה" איז עמיצער וואס האט בשיטה נישט איינגעהאלטן תורה ומצוות, בשעת א תשובה-טוער איז א מענטש וואס איז בעצם יא א תורה-פאלגער. ווייל אויב זאל דאס זיין די קריטעריע, דעמאלט דארפן מיר ארויסלאזן פון דעם "בעל-תשובה" טערמין אלע וואס האבן פריער, פאר'ן ווערן א בעל תשובה, באלאנגט צו סיי וועלכער "יהדות" גרופע. א רעפארמער, קאנסערוואטיווער, טראדיציאנאלאר אא"וו וואס האט באשלאסן צו ווערן אן ארטאדאקס, באלאנגט לפי חשבון זה נישט אין דער בעל-תשובה קאטעגאריע. ווייל ער האט דאך קיינמאל נישט אפגעווארפן אידישקייט; ער איז נאר אנדערש נתחנך געווארן. און אויף וויפיל ער האט נישט געהיט תורה-מצוות אלס רעפארמער, איז ער נישט אנדערש ווי עמיצן וואס האט נישט געהיט תורה-מצוות אלס ארטאדאקס.

מען קען אפשר טענה'ן אז ס'איז פארט נישט די זעלבע זאך -- ארטאדאקסיע איז די "אמת'ע" אידישקייט, בעת די אנדערע צווייגן זענען בעצם פאלש. ובמילא, איך, דער ארטאדאקס, בין כאטש "בשיטה" אן אמת'ער איד, בעת יענער, דער פרומער-געווארענער רעפארמער האט געמאכט א יסודות'דיגן טויש אין לעבן. ובכן, פאסט זיך דער טיטל בעל תשובה בעסער אויף יענעמס טויש ווי אויף מיין "פשוט'ן" תשובה-טאן.

איך מיין אבער אז דאס איז נישט אינגאנצן אמת. מיר מוזן געדענקען אז "ארטאדאקסיע" און "רעפארם" זענען קינסטליך-געשאפענע קאטעגאריעס, וואס זענען געמאכט געווארן אין א תקופה ווען מענטשן האבן געוואלט בייטן און איבעראנדערשן אידישקייט. דער קאמף אין יענער תקופה האט געהאט ממשות'דיגע תוצאות, און כדי זיך צו פארטיידיגן קעגן די פלענער פון יענע אנדערש-מאכערס, האט מען געמוזט זיך קלאר דעפינירן ווי א באזונדערע גרופע, וואס איז אנדערש, אן עקסטערע קערפערשאפט מיט אנדערע רעגולאציעס און שיטות ווי יענע "אנדערע" -- וועמען מ'האט א נעמען געגעבן "רעפארמער".

די טערמינען ובכן זענען קינסטליכע, "ארויפגעצווינגענע" געצייג-נעמען, וואס זענען געקומען דינען א באשטימטן צוועק. למעשה, יעדער איד איז א איד וואס פאלט אונטער איין-און-די-זעלבע התחייבות'ער. דער רעפארמער פון היינט פאלגט שוין נאך א מסורה, גענוי ווי ארטאדאקסן -- און מיטגלידער פון אינדיווידואלע קרייזן, חסידות'ער און קהילות אינערהאלב ארטאדאקסיע.

איך ווייס אז נאך אלעם זעט מיין הנחה אויס נישט מער ווי שיינער פלפול, אויפ'ן נוסח פון יענע חלוקים וואס בויען בנינים אין דער לופטן דורך צוזאמברענגען ווענט און שפאלטן האר-דינע סברות. איז, לאמיך אריינווארפן נאך א ווארט, וואס וועט אפשר קלארער מאכן מיין נקודה. אין ארטאדאקסיע אליין זענען היינט בנמצא מערערע סוב-קאטעגאריעס. עס איז פאראן אן אפצווייג וואס מען רופט "מאדערנע ארטאדאקסיע". אין דער מאדערנער ארטאדאקסיע גופא זענען אויך פאראן מערערע באוועגונגען, פון רעכטס ביז לינקס, און עטליכע גרויען פּאסן אינדערמיט. דאס זעלבע איז אמת מיט דער קאנסערוואטיווער באוועגונג. פאראן קאנסערוואטיווע קהילות און יחידים וואס זענען גאר צו רעכטס פון דער הויפטשטראם רעפארם באוועגונג, בעת אנדערע זענען כמעט ווי רעפארמער. אין אייראפע און ארץ ישראל זענען פאראן די וואס מען רופט "מסורתיים", וואס זענען אפט פונקט אזוי פרום ווי ארטאדאקסן -- און נישט זעלטן גאר פרומער, נאענטער צו הלכה און מסורה, ווי פארשידענע מאדערן-ארטאדאקסישע קרייזן. ביי די מאדערנע ארטאדאקסן, ווידער, זענען פאראן אזעלכע קרייזלעך וואס זענען גענוג לינק, וואס ווען נישט דעם אפיציעלן "ארטאדאקס" טיטל מיט וואס דער קרייז באצייכנט זיך, וואלטן זיי באקוועם אריינגעפאסט אין פארשידענע קאנסערוואטיווע קרייזן.

ווען א מאדערנער ארטאדאקס באשליסט צו ווערן אולטרא-ארטאדאקס -- ער זאל, למשל, אנטאן א געבויגן היטל איבער'ן קאפל -- וועט ער נישט באצייכנט ווערן ווי א "בעל תשובה", נאר ווי עמיצן וואס איז "געווארן פרומער". אבער פארוואס? ער האט דאך, פאקטיש, געלעבט פריער מיט א שיטה וואס נעמט לכתחילה אן די טעזע פון פשרות אין אידישקייט, פון בייטן די מסורה, ווייל "היינט איז עס אנדערש."

לכאורה קען מען באקוועם זאגן אז דאס איינטיילן כלל ישראל לויט קאטעגאריעס פון ארטאדאקס און נישט-ארטאדאקס איז אין אונזערע צייטן אויבערפלעכליך אין בעסטן פאל, אויב נישט פשוט פאלש.

"בעל תשובה" קען אויך נישט מיינען עמיצן וואס האט איבערגעלאזט דעם עול תורה ומצוות און איז דערנאך "צוריקגעקומען", ווייל מיר וועלן דאך יענעם באצייכענען ווי א בעל תשובה אפילו אויב ער זאל "צוריקקומען" צו אן אנדער סארט אידישקייט ווי די וואס ער האט איבערגעלאזט. אויב עמיצער האט אויפגעהערט האלטן אידישקייט בכלל, און האט דערנאך אנגעהויבן היטן שבת און כשרות, אבער לייגט נישט קיין תפילין: איז יענער פאררעכנט ווי א בעל תשובה? און אויב היט ער אלעס, נאר אויפ'ן מאדערן-ארטאדאקסישן שטייגער: איז ער יא א בעל תשובה? און פארוואס דעמאלט יא? מיט וואס איז ער דעמאלט אנדערש ווי דעם דורכשניטליכן חסידישן איד, וואס מאכט פשרות אין אידישקייט אין זיין פריוואטן לעבן? (וויפיל מאל האסטו שוין פארשלאפן זמן קריאת שמע? ווען איז געווען דער לעצטער טאג וואס דו האסט נישט גערעדט קיין לשון הרע?) און אויב האט יענער נישט "איבערגעלאזט" אידישקייט, נאר איז געווארן א "באם" ווייל ער האט געוואלט "מאכן א לעבן": אין וועלכער קאטעגאריע וועט יענער אריינפאלן?

"תשובה טאן" און "בעל תשובה" ווי די צוויי ווערן היינט בדרך כלל פארשטאנען, זענען לכאורה מער קולטורעלע "לעיבלס" ווי אידישלעכע מושגים. אין אידישקייט דארף יעדער פרואווען זיין יעצט בעסער ווי פריער, און דער ענין איז חל אויף יעדן אייביג. "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא." ביי צדיקים, זאגן אונז חז"ל, איז דער אויבערשטער מדקדק כחוט השערה, און ער דארף תשובה טאן אפילו דארט וואו איך, בינוני, דארף נישט. ווער רעדט נאך ווען מיר נעמען אין באטראכט אזא זאג פון קאצקער רבי'ן, אז "אויב עמיצער דאוונט היינט נאר ווייל ער האט געדאוונט נעכטן איז ערגער ווי א רשע."

פון א "תשובה" פערספעקטיוו זענען נישט פאראן קיין "מיר" און "זיי", קיין "אונזעריגע" און "זייעריגע", קיין אונטערשיידן און קרייזן, קיין "גוט" און "שלעכט". יעדער דארף תשובה טאן און יעדער וואס טוט תשובה איז א -- בעל תשובה.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר