בלאט 1 פון 1
וואס מיינט 'תינוק שנשבה'?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:47 pm
דורך ידען
איינע פון די תירוצים וואס מען זאגט אויף די פרייע, איז אז ער איז א 'תינוק שנשבה' און ס'איז נישט זיין שולד אז ער האט געטוהן עבירות זיין גאנצע לעבן.
איז טאקע אזוי? קען זיין אז ער איז אזוי lucky אז ער קען טוהן וואס ער וויל אפי' אז ער ווייסט אז ער איז א איד?
און וואס איז ביי א פרייער וואס האט געוואוינט מיט ערליכע אידן? וואו שטייט די הלכות?
אפשר בין איך אויך א תינוק שנשבה ווייל מיין טאטע גייט נישט מחזק זיין די נטורי קרתא? און אויב איך גיי לאזן מיינע קינדער עסן OU וועלען זיי ווערן תינוק שנשבה'ס?
(איך מאך נאר א משל. איך גיי זיכער נישט געבן טריפה צו עסן...)
און ווען איך דריי מיך מיט מענטשן וואס רעדן מיך איין אז איך קען טוהן זאכן וואס מיין טאטע האט נישט געלאזט, און איך זעה אז זיי רעדן צו די זאך, בינעך אויך א תינוק שנשבה?
ווען איז מען א תינוק שנשבה און ווען נישט און ווען איז עס א גוטע תירוץ?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:06 pm
דורך אוהב דעת
איך האב געהערט אז די חזו״א האט געזאגט, אז בימינו זענעם אלע פרייע בגדר תינוק שנשבה, ווייל סאיז נישט דא קיינער וואס סקען ווייזען די שיינקייט און די גליק פון צו זיין א פרומע איד, לעומת זה די גליק פון די גוישע וועלט איז שטארק ניכר, סא פארוואס זאל יענער ווערען פרום?
ר׳ י. ד. הארפענעס שרייבט לגבי הצלה, מעג מחלל שבת זיין אבער נאר צו די ריפארמע וואס זיי זענען בגדר ת״ש, משא״כ די רוסישע פרייע וואס וואונען דא אין ניו יארק ובנוסף וואס האבען געקענט זייער איר עלטערן ,האבען נישט א דין ווי ת״ש, אונזער רבי דא , מארק שפירא רייסט עם זייער אראפ פאר דעם, ער שרייט אז דאס איז גורם א שנאה צעווישען אידען , מארגען וועט דער רוסישע דר. נישט וועלען העלפען א איד....
הארפענעס זאגט מיר אז ער לאכט זיך אויס פון מ שפירא (נישט אזוי דארף מען טאן?)
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:17 pm
דורך ידען
וואס מיינט בימינו? פון ווען האט זיך אנגעהויבען בימינו?
וועןהאט מען יא געזעהן די שיינקייט פון פרים?
ווען איז נישט געווען גליק ביי די גוים?
מארק שאפירא קריגט זיך נישט מיט הארפענעס, נאר זאגט אז מע זאל זיי יא ראטעווען ווייל זייערע דאקטוירים זאלען היילען ערלעכע אידען?
פארוואס לאכט ער פון שאפירא, ווייל ער האט נישט א בארד?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:33 pm
דורך איחוד פעלד
החזון איש כתב שלא ניתן כלל להחיל על יהודי דין מומר לעניין פטור מייבום וחליצה ממספר סיבות וביניהן שחל עליהם דין תינוק שנשבה מכיוון שבימינו "אין מי שיודע להוכיח" כלומר אין מי שיודע להציג בפניהם את חובתם לשמור את המצוות באופן שאם לא יקשיבו הם ייחשבו כרשעים[3].
לעומת זאת, היו שסירבו להחיל את הגדרת "תינוק שנשבה" על החילוניים וטענו שמכיוון שיש מסביבם דתיים והם רואים את מעשיהם לא ניתן לטעון שהם תינוקות שנשבו. כך למשל הרב עובדיה הדאיה[11] כותב שמחללי שבת בפרהסיה שנחשפו לאיסור שבת, לא חל עליהם דין תינוקות שנשבו, ועל כן אין לצרפם למניין ואין לשתות יין שנגעו בו. גם הרב ישראל דוד הארפענעס[7] חלק על דברי החזון אי"ש וטען שאין לחילונים דין תינוק שנשבה ואין להצילם בשבת.
אחד מגדולי תלמידיו של החזון איש, הרב שמואל הלוי ואזנר הסתייג מהקביעה הגורפת שחילונים בני ימינו נחשבים כתינוק שנשבה, ולכן פסק בניגוד לעמדת החזון איש במגוון סוגיות שנגזרות מהגדרה זו[12].
הרב יוסף שלום אלישיב אמר שהחילונים של היום אינם נחשבים תינוקות שנשבו, מפני שהם נחשפים לקיומן של המצוות ומקיימיהן, אך אמר שאולי אפשר להחיל דין "תינוק של נשבה" על יהודים שעלו לאחרונה ממזרח אירופה [13] [14]
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7% ... 7%91%D7%94
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:34 pm
דורך אוהב דעת
ידען האט געשריבן:וואס מיינט בימינו? פון ווען האט זיך אנגעהויבען בימינו?
וועןהאט מען יא געזעהן די שיינקייט פון פרים?
ווען איז נישט געווען גליק ביי די גוים?
מארק שאפירא קריגט זיך נישט מיט הארפענעס, נאר זאגט אז מע זאל זיי יא ראטעווען ווייל זייערע דאקטוירים זאלען היילען ערלעכע אידען?
פארוואס לאכט ער פון שאפירא, ווייל ער האט נישט א בארד?
די ערשטע 3 שאלות דארפסטו פרעגען די וואס זענען ריספאנסבעל פאר זיינע רייד ( קודם דארף מען מברר זיין צו ער האט דאס טאקע געזאגט)
הרפנס לאכט פון שפירא ווייל ער גייט נישט אין די שיטה הקדושה
איך ווייס נישט פונקטלעך וואס שפירא נעמט אן למעשה, איך מיין ער איז נישט דווקא א פוסק נאר ענדערשט אזא איינער וואס רייסט אראפ יעדעם
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:43 am
דורך ענדע צדיק
דער דברי יואל ז"ל האט געהאלטן אז די ציונים זענען נישט קיין תינוקות שנשבו, אפילו נישט דור שני ושלישי
אנדערע צדיקים ז"ל האבן געהאלטן אז זיי זענען ריכטיגע תינוקות שנשבו, אחוץ די ערשטע מייסדים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:46 am
דורך שמעקעדיג
ענדע צדיק האט געשריבן:דער דברי יואל ז"ל האט געהאלטן אז די ציונים זענען נישט קיין תינוקות שנשבו, אפילו נישט דור שני ושלישי
מקור? (לכאורה איז עס נישט ריכטיג)
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:16 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:ענדע צדיק האט געשריבן:דער דברי יואל ז"ל האט געהאלטן אז די ציונים זענען נישט קיין תינוקות שנשבו, אפילו נישט דור שני ושלישי
מקור? (לכאורה איז עס נישט ריכטיג)
דאס איז שקר
א תינוק שנשבה, מיינט א קינד וואס איז געווארען געפאנגען, פשוט עברי טייטש.
די ציונים ספעציעל אין דער דור פון סאטמאר רבי זענען געוועהן מתיסים ומדיחים, אסאך האבען פלייסיג געלערנט אבער רח"ל כשיורדין יורדין עד לעפר.
א קינד וואס זיינע ביידע עלטערן גייען אראפ פון וועג, איז א תינוק שנשבה, ער איז געפאנגען געווארען אוועק גענומען געווארען פון דער תורה.