בלאט 1 פון 2
OJPAC א נייע ארגאנעזאציע
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:15 pm
דורך בן תמליון
איך האב מיר אנגעשטאלפערט אין א נייע וועב סייט וואס טוט פאבליק רילעשאנס פארן היימישן ציבור, א זאך וואס איז לאנג אווער דא. איך ווייס נישט ווער עס שרייבט דא און וואס איז אונטער דעם אבער זעט אויס א גוטן אנהייב. זאל ער האבן הצלחה לייקט איהם אויף פעיסבוק פאללאוט איהם אויף טוויטער. וחפץ ה' בידינו כו'.
http://ojpac.org/
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:18 pm
דורך דולה ומשקה
א דאנק פאר פאריכטען און צולייגען די פרטים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:34 pm
דורך אוי טאטי
כ׳הער אז יוסי געשטעטנער איז שטארק אינוואלווד דערין.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:12 pm
דורך קאמפיאטער
וואס פשט פין די נאמען?
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:02 pm
דורך געפילטע פיש
לכאורה א ווערטער שפיל אויף
AIPAC.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:16 am
דורך הדד בן בדד
זאל דער אויבערשטער זיי געבן אסאך ברכה און הצלחה, און נאך אסאך מער סייעתא דשמיא, זיי זאלן אויך נאר זאגן דאס וואס מען דארף
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:56 am
דורך איינער
אוי טאטי האט געשריבן:כ׳הער אז יוסי געשטעטנער איז שטארק אינוואלווד דערין.
ס׳דערקענט זיך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:05 am
דורך נייגעריגער
קאמפיאטער האט געשריבן:וואס פשט פין די נאמען?
זיי רופן זיך Orthodox Jewish Public Affairs Council!
OJPAC
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:20 pm
דורך ידען
OJPAC
איז
Orthodox Jewish Public Affairs Council
מע האט שוין געשריבען אביסעל אין א אנדערע אשכול וועגען די נייע ארגאניזאציע אבער מע דארף א עקסטערע אשכול פאר דעם.
יוסי געשטעטנער איז נישט א נייע נאמען. ער איז א שרייבער שוין א סאך יארען, און ער האט זייער א גוטע שטארקע חיתוך הדיבור און רעט א סאך אויף קול מבשר נייעס.
דא אין קאווע שטיבל האט מען שוין א פאר מאל געשריבען אז די חסידישע אידען דארפען האבען איינעם וואס זאל קלאר מאכען אויף די מידיע אז נישט אלעס וואס זיי שרייבן איז אמת און אז קיינער ביי די חסידישע נעמען זיך נישט אליינס אן, וועט מען אלע מאל בלייבען פארשעמט אין די מידיע.
יוסי איז קיינמאל נישט שטיל און האט געמאכט א נייע ארגאניזאציע וואס זאל טוהן די ארבעט, און זיי צוריק שרייבען אדער ענפערען.
איך ווייס נישט וויזוי ער גייט עס טוהן און אויב די מידיע וועט זיך מאכען וויסענדיג פון איהם אבער איך זעה אז ער גייט גיין נאך געלט.
פון זיין וועבסייט
Mission
OJPAC’s mission is to help enhance the standing of the Orthodox Jewish Community in the Media and in the eyes of the General Public.
Below are some of the steps that we utilize, depending on funding:
- Provide accurate information to the general public and media about the Orthodox Jewish Community
- Provide useful information to members of the Orthodox Community on key and contentious issues; thus steering the public debate in the right and productive direction
- Provide information and strategies to community leaders and activists how to approach the general public and media on key issues
- Call out journalists and media for inaccurate reporting of stories regarding the Orthodox Community
- Organize civil yet effective community action for fair reporting
- Provide money-valued awards to news agencies and independently to individual reporters who are outstanding in fair reporting on the Orthodox Jewish Community
- OJPAC does not act as a PR team for anyone who gets caught up in the law. Similarly, OJPAC is not a replacement of responsible PR strategies that Orthodox Jewish institutions are obligated to provide and fund for their respective missions.
ווער נאך איז מיט איהם?
ער מאכט עס אליינס?
איז עס א גוטע זאך?
דא איז זיין וועבסייט
www.ojpac.org
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:29 pm
דורך חשבון
ווען מ'זאל נעמען זיין רצון און עס אנטון מיט יידלס קאפ און בענדזשעמין'ס שריפט און קופערניקעס הומער וואלט געווען א דבר השלום
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:54 pm
דורך יאיר
Provide accurate information to the general public and media about the Orthodox Jewish Community
איך האף אז זיי גייען דאס נישט טון. מיר זעט אויס אז זיי גייען נישט קענען ביידן צופרידנשטעלן, אויב זאגן זיי למשל אז זיי זענען פאר דעם כינוס פאר וועבערמאן, האבן זיי דאך געטון מער שאדן ווי נוצן, אויב זאגן זיי אז נישט, וועט יאסעלע אים אנגיסן מיט א טעפל הייס וואסער.
בכל אופן, איך וואונטש זיי אסאך הצלחה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:57 pm
דורך נייגעריגער
פארוואס עפענען א נייע ווען ס'איז שוין דא אן אשכול:
OJPAC א נייע ארגענעזאציע? מ'קען דאך דארט ווייטער גיין?
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:59 pm
דורך ידען
גערעכט.
ישר כח.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:47 pm
דורך אוי טאטי
עפעס זעהט מען שוין פון זיי.
http://ojpac.org/?p=260
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:24 pm
דורך קאך_לעפל
דער אמת איז, אז יעדע פאזיטיווע זאך דארף מען מחזק זיין, זאל דער באשעפער אוודאי העלפן אז דער ארגענעזאציע זאל עכ''פ אנהאלטן ביזן הייליגן יו''ט שביעות הבעל''ט.
איך האב געוואלט פרעגן די אינטעליגענטע קאווע טרינקער, וואס האלט איר גייט די ארגענעזאציע אויף טאן?
למשל: נאך אזא וועבערמאן מעשה, אדער נאך אזא מיילך שפיצער מעשה, נאך אזא חיים האלפערן מעשה? גייט די מידיע זיין שטיל? גייען זיי דען נישט אויפשפילן דער קאנסערוועסיע אויפן נעגעטיווסטע אויפן וואס איז נאר שייך? פארוואס ווייל OJPACK זאל מאריך ימים זיין ווען פאפלעצירן א קליפ? וואו איז דער שכל דערפון?
בכלל די מידיע זאגט אוי און אזוי, און OJPACK זאגט אזוי און אזוי, וועמען גייט א נארמאלע מענטש גלייבען? וועמענס געשיכטע וועט ער ענדערש אפקויפן?
וואס איז די מעשה דא? מען קטנ'ט אויף אונז, און מען זאג אונז אז עס רעגנט גאר?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:30 pm
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:
וואס איז די מעשה דא? מען קטנ'ט אויף אונז, און מען זאג אונז אז עס רעגנט גאר?
נישט נאר אז עס רעגנט, נאר עס איז גאר גשמי ברכה...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:45 pm
דורך נייגעריגער
גראדע קוקט אויס אז ojpac האטצעך גאנץ גוט אוועקגעשטעלט! זעסט דאך אז ביים שפיצער אדער היילפרין קעיס זענען זיי נישט אזוי "קלוג" ווי יוסי געשטעטנער צו לויפן רעדן צו די מידיע, נאר ביים צניעות אנקלאגע וואס איז קלאר אנקעגן אידישע אינטערעסן [נישט ווי די אויבנדערמאנטע וואס זענען אלע יחידים וואס אפשר...] און איז אויכעט א סאבזעקט וואס א גוי קען פארשטיין, האבן זיי ארויסגעלייגט דעם רעדיו עד!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:54 pm
דורך קאך_לעפל
וואס קען א גוי פארשטיין?
קען דען א גוי פארשטיין, אז ווען איינער האט א ביזנעס אפען פאר די פאבליק, און קוקט ארויס בכליון עינים אז א קאסטומער זאל עפעס קויפן, ענדליך קומט אריין א קאסטומער, און דער אייגענטומער פונעם געשעפט הייבט איר אן צו פארדרייען א ספאדיק, אז דאס קלייד איז צו שמאל און די שטרימפ צו דין, און דאס לאנג שייטל מיט די מעיקאפ ברענגט אין אים אריין חמימות, דאס פארשטייט א גוי????
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:03 pm
דורך שעפטל
די שאלה איז נאר ווי מ'גייט עס טאקע הערן.... אויף טוויטער
שרייבט ר' יוסף אז ס'ווענדט זיך אין געלט...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
ר יוסף??
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:12 pm
דורך נפתלי
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס קען א גוי פארשטיין?
קען דען א גוי פארשטיין, אז ווען איינער האט א ביזנעס אפען פאר די פאבליק, און קוקט ארויס בכליון עינים אז א קאסטומער זאל עפעס קויפן, ענדליך קומט אריין א קאסטומער, און דער אייגענטומער פונעם געשעפט הייבט איר אן צו פארדרייען א ספאדיק, אז דאס קלייד איז צו שמאל און די שטרימפ צו דין, און דאס לאנג שייטל מיט די מעיקאפ ברענגט אין אים אריין חמימות, דאס פארשטייט א גוי????
ווער פארדרייט א קאפ? סך הכל רעדט מען דא פון א צעטל וואס די געשעפטן האבן ארויסגעהאנגען,
קיינער פארדרייט נישט קיין קאפ פאר קיין קאסטומערס וואס זענען אין געשעפט נישט קיין חילוק וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן,
מאך עס נישט דראמאטיש!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:14 pm
דורך שעפטל
ממי_שאמרו האט געשריבן:ר יוסף??
געשטעטנער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:45 pm
דורך נייגעריגער
נפתלי האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:וואס קען א גוי פארשטיין?
קען דען א גוי פארשטיין, אז ווען איינער האט א ביזנעס אפען פאר די פאבליק, און קוקט ארויס בכליון עינים אז א קאסטומער זאל עפעס קויפן, ענדליך קומט אריין א קאסטומער, און דער אייגענטומער פונעם געשעפט הייבט איר אן צו פארדרייען א ספאדיק, אז דאס קלייד איז צו שמאל און די שטרימפ צו דין, און דאס לאנג שייטל מיט די מעיקאפ ברענגט אין אים אריין חמימות, דאס פארשטייט א גוי????
ווער פארדרייט א קאפ? סך הכל רעדט מען דא פון א צעטל וואס די געשעפטן האבן ארויסגעהאנגען,
קיינער פארדרייט נישט קיין קאפ פאר קיין קאסטומערס וואס זענען אין געשעפט נישט קיין חילוק וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן,
מאך עס נישט דראמאטיש!
נפתלי איז גערעכט, די פראבלעם איז די צעטל וואס פארלאנגט א געוויסע צניעות קאוד, און דאס ברענגן זיי ארויס אינעם קורצן עד - אז גאר אסאך פאבליק און רעגירונג פלעצער האבן א דרעסינג קאוד איז וואס איז דער ויצעקו אז מיר דיסקרימענירן!
קאך לעפל האקט!