בלאט 1 פון 5
עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:31 am
דורך אךשמח
איך שטויס זיך אפט אן אין פארשידענע עצה'לעך וואס קענען צונוצקומען פאר אונזערע טייערע ליינער, דעריבער עפן איך דעם אשכול און וועל אריינפילן פון צייט צו צייט.
פילע פון די טיפס קומען פון קאנסומער ריפארטס, קאנסומער ריפארט העלטה, קאנסומער ריפארט מאני, רידערס דיידזשעסט און נאך פילע אנדערע.
לאמיר אנהייבן.
א דריטל פון אלע פאטאלע צוזאמענשטויסן האט א שייכות מיט ספידן, און מען שפארט זיך נישט קיין סאך צייט. אויב פארט מען דרייסיג מייל אויף 75 מפ"ש אנשטאט 60 מפ"ש, וועט מען אנקומען בלויז 6 מינוט שנעלער (און אמאל אין שפיטאל...).
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 9:37 am
דורך nescafe
שוין א לענגערע צייט וואס איך און מיין פארטאגס חברותא זוכען אן עצה זיך צו קענען שיידען מיט'ן בעט אן קיין שוועריקייטן, נאכען פרובירען אסאך עצות, האבן מיר געזען א גרויסע הצלחה און מיט גוטע רעזילטאטן
!!!!!! זעך צו לייגען שלאפן באצייטנס
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:12 am
דורך שמואל שלום שלמה
די שאלה איז נישט וויאזוי אויפצושטיין באצייטענס! די שאלה איז וויאזוי גייט מען שלאפן באצייטענס?!
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:44 am
דורך nescafe
מען נעמט ארויס די בעטערי פונעם סמארט—פאן אין מגייט שלאפען
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:24 pm
דורך שמואל הלוי
גוטע טיפ אוועקצונעמען די לייק הענטעלע נעבן א תגובה, צו געבן א קליק דערויף, בדוק ומנוסה.
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:19 pm
דורך אךשמח
א עצה פאר ווער עס וויל בארגן א קאר זאל בעטן פון בעל הקאר אז ער זאל אנפילן די קאר מיט געז פארן פארבארגן און ממש פאר מען געט צוריק די קאר זאל דער וואס בארגט עס צוריק אנפילן, אזוי וועט מען וויסן פונקטלעך וויפיל געז מען האט גענוצט. נאכדערצו ווען מען פארט לאנג דיסטענס און מיט אזעלכע הויכע פרייזן. (אנדערש ווייסט מען נישט וויפיל אנצופילן ווייל דער ווייזער ווייזט נישט פונקטלעך).
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:25 pm
דורך אךשמח
באמת וואלטן די פאלגנדע טיפס געברויכט אריינגיין אין א באזונדערע אשכול אונטערן קעפל 'טעכנאלאגישע טיפס', נאר זעענדיג ווי שטארק אויפגעכאפט דער אשכול דא איז, זעט אויס אז דער אשכול וועט אויך גיין גאר שנעל אינעם גרונד, דעריבער לייג איך עס אריין דא.
א גוטע טיפ וואס איז א 'עדד אן' צו מאזילע, וואס טוט נאכגיין וועלכע דריטע פארטיי נוצט די אינפא פון אייך איבערן וועב.
http://www.mozilla.org/en-US/collusion/
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:31 pm
דורך אךשמח
צו פערמאנענט אויסמעקן פיילס פון א קאמפיוטער (ווען מ'דעליעט פיילס, מיינט נישט אז עס איז טאקע אויסגעמעקט. ליינט אין די לינקס וואס איך לייג דא):
יו עס עי טודעי רעקאמענדירט צו נוצן
אירעיסאר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:42 am
דורך שמואל הלוי
איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:44 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
מען פירט אריבער דעם ספר תורה צו די לינקע האנט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:48 am
דורך שמואל הלוי
דעמאלס ווערט דאך פארדעקט די מקום התפילין של יד?
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:56 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:דעמאלס ווערט דאך פארדעקט די מקום התפילין של יד?
פירט מען עס דערנאך צוריק צום רעכטן האנט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:06 am
דורך שמואל הלוי
ווען די ס"ת איז אין די רעכטע האנט איז טאקע די מקום התפילין נישט פארדעקט אבער די הענט קען נישט דערגרייכן די מקום התפילין. ווידער ווען די ס"ת איז אין די לינקע האנט קען די הענט דערגרייכן די מקום התפילין, אבער קען נישט קישן ווייל ס'איז צוגעדעקט, אלזא פארשטיי איך נישט דיין עצה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:16 am
דורך זר זהב
איך נעם טאקע קיינמאל נישט אן הגבהה פאר דעי סיבה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:57 am
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
איינער האט אפשר א פראקטישע עצה אויב מ'גייט הגבה אין די פאון הייבט אן צו קיצלען אין צו אלע צרות פילט מען אז די הויזען גייט אראפ פאלען וואס טוט מען?????
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:16 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל; א פראקטישע עצה פאר דעם איז בכלל נישט אריינצוברענגען די סעלפאן אין ביהמ"ד, אדער עס אינגאנצן אויסלעשן

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:26 pm
דורך לעמיל
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:29 pm
דורך שמואל הלוי
טוט מען אן א פאסיק אדער הויזן טראגער.
(אדער גייט מען ווי די תמנ'ע מיט א לאנגע ווייסע העמד

)
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:35 pm
דורך לעמיל
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:44 pm
דורך זר זהב
מ'בעט דעם עולם ביטע נישט לאכן פון אייגענע וויצן, געלונגענע ווי אמגעלונגענע. א דאנק.

אופס סאררי
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:32 pm
דורך ניו יארק
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
מען קען בעטען א חבר זאל אנכאפען דיין של ראש, און דערנאך קוש זיין הענט.
(ס'איז נאר א רעקעמענדעישן....)
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:33 pm
דורך שמואל הלוי
אדער גאר איז מען פטור דאן פון קושן די תפילין, ווייל העוסק במצוה אחת פטור מן האחרת.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:51 pm
דורך געפילטע פיש
הייב אויף די לינקע האנט און זייט מקרב די של יד צום מויל, אדער קושט די תורה אנשטאט, ס'האט דאך אויך די פרשיות פון תפילין.