א שאלה וואס איז מיר בייגעפאלן.
וואס איז דער גאנצער עסק וואס מען מאכט פון מרדכי הצדיק אין די מגילה? - אויב זאלן מיר אוועקנעמען מרדכי הצדיק פון די גאנצע מגילה, וואלט דען די מעשה נישט געווען מער ווייניגער די זעלבע (אויסער עטליכע פיטשיפקעס)? אסתר וואלט גענומען געווארן צום קעניג, זי וואלט געבעטן פאר עם ישראל, אחשורוש וואלט זיך אויפגערעגט אויף המן און אים באפוילן צו הרג'ענען און באפרייט די אידן פון די גזירה.
נו, העכסטנס וואלט מרדכי נישט געזעצן ביים טויער יעדן טאג, וואלט ער נישט געווארן משנה למלך. איך זאג נישט, עס גיבט אסאך צו, אבער די נס איז נישט אנגעוואנדן דערין.
האט איינער א תירוץ?
וואו קומט מרדכי צו די מגילה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
ס'דא הסברים לאלפים
כעל דיר געבן אחת מני אלף,
עס שטייט והעיר שושן "נבוכה", דאס ווארט "נבוכה" מיינט פארבלאנדשעט און צימישט,
ווי קומט דא דער ענין פון א צומישעניש? עס וואלט געדארפט שטיין והעיר שושן אבלים,
נאך איז שווער דאס ווארט "והעיר" שושן, באדייט די גאנצע שטאט, יעדער, אידן צו גוים ציגלייך,
וואס האבן דא די גוים געהאט א פראבלעם,
עס וואלט ענדערש געפאסט והיהודים שבשושן נבוכים,
זאגן די בעלי הפשט, אז דער באנדיט המן, האט דא במכוון אויסבאהאלטן פונעם המון זיינע פינסטערע פלענער,
ער האט נישט געוואלט אז דער המון זאל וויסן די פרט פון די גזירה אז און א יאר ארום זאל מען אויסהארגענען אלע אידן מנער ועד זקן ביום אחד,
ער האט חושש געווען אז ביני לבינו וועלן די אידן מאכן א ויצעקו, זיי העלן צוריק דרייען דעם משוגענעם אחשורוש, וואס חז"ל רופן אן א מלך הפכפך, א מענטש וואס מ'קען זיך נישט פאראויס אויסרעכענען ווי זיין גיסטע וועט איהם פירן, דאס גאנצע וואס המן האט געשריבן און די אגרות "להיות עתודים ליום הזה" מ'זאל זיין גרייט, וואס פונקטליך עס ווארט יענעם טאג האט קיינער עכט נישט געוויסט,
פארדעם איז יעדער אין שושן - ווי ס'ערשט אנגעקומען די בריוון - געווען צימישט זיי זענען געווען און די טונקל סיי די אידן סיי די גוים,
און פארדעם איז טאקע געווען די געזעץ אז ווער ס'נישט גערופן צו מלך איז געווען אחת דתו, וואסי טאקע פשט פון אזא מאדנער געזעץ?
נאר דאס האט דער המן אנגעדרייט ער האט נישט געוואלט אז קיין שום מענטש זאל קומען צו מלך און צוריקדרייען די גזירה,
זיין פלאן איז געווען אז פלוצלינג זאל יעדער זיך דערוויסן פון די גזירה וואס העט אנהאלטן נישט מער ווי איין טאג, און ווילאנג די אידן וועלן האבן זיך אריענטירן און זיך כאפן וואס פארא שווער פעקל זיי זענען, זאל שוין לאנג זיין לאחר המעשה,
מ'זעהט ביי די האלאקסט - ספעציעל די אונגארישע אידן - איז ממש דאס געווען, ווען מ'איז אנגעקומן קיין אוישוויץ זקנים נערים, אנשים נשים וטף און מ'האט זיך אנגעהויבן צו כאפן וואס דא גייט פאר, א שעה שפעטער זענען נעבעך די אלע אידן געווען אש, הי"ד, ממש דאס איז געווען המן'ס פלענער,
דא קומט אבער אריין מרדכי הצדיק, וואו דער מגילה זאגט תיכף "ומרדכי ידע את "כל" אשר נעשה" ער, דורך רוח הקודש האט זיך "אלעס" דערוויסט, דאס מיינט די פארבארגענע פלענער פון המן איז מן השמים נתגלה געווארן פאר איהם, און געטאן אלעס אין די וועלט אז קינד קייט זאל וויסן וואס דא גייט פאר, "ויצא ברחובה של עיר ויזעק זעקה גדולה ומרה" דאס מיינט ער האט אויסגעשריגן אין מיטן גאס אויף הויכהילכערס,
דאס מיינט אן מרדכי הצדיק לא נשתייר משונאיהם של ישראל שריד ופליט
ס'נאך דא אסאך צו שמועסן, ודי בזה

- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך פארשטיי נישט די שאלה, וואס הייסט וואו ער קומט, ווייל אזוי איז עס געשען!
אבער אפילו אן דעם, אן מרדכי וואלט אחשורוש געווען טויט פון די סם פון בגתן ותרש, אן מרדכי וואלט אסתר זיך קיינמאל נישט געוואגט צו קומען אל המלך אשר לא נקראה, און לאו דוקא אז אן די גאנצע מעשה מיט בגתן ותרש און זיין טראכטן אז המן וויל עם אונטערברענגען, אן מרדכי וואלט קיינמאל נישט געשעהן די והמן בא לחצר בית המלך החיצונה לאמר למלך לתלות את מרדכי על העץ אשר הכין לו, אז אחשורוש זאל עם קענען פרעגן מה לעשות באיש אשר המלך חפץ ביקרו, און לעצט אבער נישט ליעסט, אן מרדכי ווער וואלט געפויעלט די ישועה אין הימל ווען נישט ער נעמט צאם די תינוקות של בית רבן צו לערנען הלכות קמיצה?
שמעקעדיג האקט, כ'האב נישט געוויסט אז גאלד איז א בחורה...

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
די גמרא מגילה יב: רעקארדירט שוין די רוגז וואס כנסת ישראל האט אויף מרדכי הצדיק פארען אנדרייען די גאנצע פראבלעם. עד כדי כך אז זיי האבען טענות אויף דוד המלך פארוואס ער האט געלאזט שמעי בן גרא בלייבען לעבען, און פון אים איז ארויסגעקומען מרדכי, וואס האט גורם געווען די גערעגטשאפט פין המן, ויצא מה שיצא.
רבא אמר: כנסת ישראל אמרה לאידך גיסא: ראו מה עשה לי יהודי ומה שילם לי ימיני, מה עשה לי יהודי דלא קטליה דוד לשמעי, דאיתיליד מיניה מרדכי, דמיקני ביה המן. ומה שילם לי ימיני - דלא קטליה שאול לאגג, דאיתיליד מיניה המן.

נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?