האט סאטמאר "געמאכט" די עירוב אין בארא פארק אין תש"מ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

האט סאטמאר "געמאכט" די עירוב אין בארא פארק אין תש"מ

שליחה דורך ממי_שאמרו »

איך וויל נישט אריינגיין צו די עירוב אין בארא פארק איז כשר צו נישט, אזוי ווי איך האב נישט קיין הוראה ושימוש שפיר איך נישט אז איך מעג בכלל אריינרעדן אין די נושא ההלכה.

נאר אזוי ווי די עולם האט שוין באמערקט האב איך געטראפן אן אינטערסאנטע אוצר פון א שרייבער מיט'ן נאמען נח זבולוני (א שנה ופרוש'ניק- א תלמיד פון ברוך בער, דער סטייפלער, און דער ראגאטשאבער, און שפעטער גרויסע שרייבער אין עטליכע צייטונגען, און איז געשטארבן אין שנת תשס"ד. און איז געווען א נאנטע חבר מיט רבי עמרם בלוי און הרב שך). זיינע ידיעות זענען זייער אינטערעסאנט.

אין יאר תש"מ האט ער געשריבן אן ארטיקל אינטער די קעפל: מלחמת העירוב בברוקלין. ווי ער שרייבט ווי אזוי די סאטמארערס וועלכע ערלויבן נישט צו מאכן די עירוב אין פלעטבוש, זיי ווילן מאכן אן עירוב אין בארא פארק, און די חברי אגודה רייסן דאס אראפ יעדע וואך (צו געדענקן אז בעלז און קלויזנבורג האבן דעמאלס געהערט מער צו יענע חדר). און ווי אזוי די סאטמארעס טראגן און די אגודיסטן צוברעכן די קערידשעס וכו'. ממש איבערגעדרייטע יוצרות. די ארטיקל איז אייזן, איך לייג ארויף א לינק און איך שיק צו שמעקעדיג די PDF אז ער זאל עס קענען ביטע ארויפלייגן בעסער.

מתוק מדבש, ציקער זיס. (משנכנס אדר....)

http://ranaz.co.il/images/PDF/n19801000_1PDF.pdf
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר