מיין אייגענע סומאטאכע און די לעקציע דערפון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

מיין אייגענע סומאטאכע און די לעקציע דערפון

שליחה דורך משה געציל »

ב״ה מיט פרייד וויל איך מודיע זיין אז איך וועל אי״ה דא זיין צוריק, נאכדעם ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער גילוי איז נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי איך האב מורא געהאט.
פון מיין גאנצע סומאטאכע און פאניק וויל איך ארויסברענגען אפאר זאכן וואס איך האב מיך געלערענט:

1) אננאים באדייט גענצליך אננאים, אפילו פאר א בעסטע פריינד. איינמאל איינער ווייסט שוין דערפון, איז עס שוין נישט אין דיין רשות.

2) ווען א חבר האט נישט קיין חשק מגלה צו זיין זיין אינדענטעטעד, מוטשע נישט. עס איז נישט קיין יושר צו דערקוטשענען ווי לאנג יענער ברעכט זיך אונטער די שווערע לחץ אן קיין איבריגע חשק צו מגלה זיין.

3) איך וויל נישט אריין גיין צופיל אין די מעשה וואס האט דא פאסירט, נאר אזויפיל קען איך זאגן;
בוי נישט, און טראכט נישט, וויין נישט, און לאך נישט, באזירט אויף שפעקעלאציעס.

4) ועל כולם האב איך לערנען באקומען, וויפיל געטרייע חברים איך האב דא וואס האבן פראבירט צו בייהילפיג זיין און מחזק זיין, עצות, הצעות, און אמתדי׳ג מיט געשפירט מיין ווייטאג! עס האט זיך געלוינט די גאנצע זאך נאר צו געוואויר ווערן אייער מידות און געטריישאפט!

אזוי אויך דארף איבערגעגעבן ווערן א באזונדערע דאנק פאר די הנהלה וואס זענען מיט זייער אויסערגעווענדליכע איבערגעגעבענקייט געווען גרייט צו העלפן מיט סיי וואס עס פעלט זיך אויס.

ועל כולם דארף איך דא באדאנקען אחד מידידי היקרים, וואס צוליב די סענסעטיווקייט וועל איך נישט דערמאנען זיין נאמען, וואס צייכנט זיך אויס מיט זיין חכמה און שכל הישר, וואס איז געווען דער וואס האט פאקטיש אויסגעקלארט די זאך אז מיינע שפעקעלאציעס זענען לופטיג, און אז איך בין נישט פאבליק.

איך וויל נאר צוענדיגן מעין הפתיחה, אז איר ווילט בלייבן אננאים זאגט נישט פאר קיינעם קיינעם! ווי טאמבאל סאס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ״אפילו נישט פאר קיין פאטריקאנער גוי אין אידיש״!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר