בלאט 1 פון 14
קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:47 pm
דורך לעמאן דזשוס
דא קענט איר קאמענטירן, דעבאטירן, שפעקולירן איבער די ארטיקלען וואס זענען אריינגעקומען צום פארמעסט! די שטים בודקעס וועלן נאכפאלגן.די שטיקלעך אינעם פארמעסטאכטונג דינסטאג נאכט אפדעיט; מיר האבן די פיר געווינער...קוקט דא
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:21 pm
דורך לעמאן דזשוס
נא, חברה קריטיקירער געגאנגען!!!!!!!!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:25 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאנקללללל,
ביטע!!!!!
כעוורע, סנישט קיין וויץ, וויפיל יודן גיסן אריין יעצט די לעצטער רגע העעעעערליכע שטיקלעך, איך יאג נישט אן מיט די ארבייט!! איך לויף.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:28 pm
דורך הציץ ונפגע
איז דא א נאמען פאר קונסט-איבערסטימולאציע? עס איז נישט צום גלייבן, אזעלכע געוואלדיגע שטיקער!
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:29 pm
דורך ברסלבער
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נא, חברה קריטיקירער געגאנגען!!!!!!!!!!
נאר קריטיג???
דארף מען מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמפלימענט'ס?
דערווייל זעהן אלע אויס גוט, איינ'ס בעסער פונעם צווייטן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:31 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:דערווייל קוקן די שטיקער אויס ר-י-ז-י-ג! איינס בעסער פונעם צווייטן. שפעטער האף איך איבערצולייענען בעיון, און כ'וועל קריטיקירן אין באבנ'ס באבן אריין.
(ג"א מצטרף, ולמעט דעם "באבנ'ס באבן" חלק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:35 pm
דורך חשבון
מיין אנאליז דערווייל.
די ערשטע איז הערליך שטיקל. דער שרייבער איז געווען אין א ראמאנטישע גיסטע.
די צווייטער איז זייער הארציג. דער שרייבער איז געווען היבש צובראכן ביים שרייבן.
דער דריטער האט דערווייל מיין וואוט. הערליך הערליך. מיין געס איז אז עס איז בן תמליון
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:54 pm
דורך געפילטע פיש
גענוי ווי חשבון, אפילו איך בין נישט קיין מבין אויף פאעזיע אבער איך בין דאך א איד, און דעות קען איך טיילן.
די ערשטע איז א שיין שטיקל אבער האט מיך נישט איבערגענומען, אפשר ווען איך לייען עס ווען בשעת ס'שנייט אינדרויסן וואלט איך זיך געקענט בעסער אידענטיפיצירן דערמיט.
די דריטע לדעתי איז די שענסטע אין מבנה, קינצליכקייט אין גראם, און איך האב זיך געטראפן ציווישן די שורות, לייענענדיג די אייגענע געפיעלען.
די צווייטע איז אויך הערליך, באט סאו פאר איז עס מוסיף והולך, #3 די בעסטע, דערנאך #2 און צום לעצט #1, וואס איז אויך הערליש, אבער קומט נישט צו צום דריטן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:19 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
לדעתי איז ביז דערווייל דער ערשטער א קלארע געווינער און נישט סתם א געווינער נאר מיט א שמיץ אריבער. הגם דער דריטער איז בכלל נישט אוועק צומאכן, בפרט אין הינזיכט פון מבנה, וואס מיט דעם שטייגט ער לכאורה איבער דעם ערשטן, איז ער אבער אין שפראך און געדאנק נישט קיין פארמעסט מיטן ערשטן, דער ערשטער באשרייבט דעם פראסטיגן ווינטער נאכט מיט א פאעטישן שפראך ער קלייד אן מחשבות אויף ביימער און גראזן, זייער בענקשאפט צום זומער, ער מאלט אפ דעם הימל, ווינט, שאטנס, ער ענדיגט צו מיט די הערליכע פאלענדע שניי, ער ניצט גאר ארגינעלע מעטעפארס, ברענגט ארויס פארבארגענע געפילן פון דאס גאנצע יקום. איך געב עם מיין שטימע [ביז דערווייל], איך מיין כ'וויס ווער דער מחבר איז, לכאורה איז דאס דער וואס טרעפט זיך אפט מיט בלעםן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:25 pm
דורך משה געציל
אויסגעכאפט מיינע ווערטער בענדזשי!
ווען עס קומט צו שפראך האט דער ערשטער א קלארע אויבערהאנט! ווי אויך איז עס געשריבן זייער פאעטיש וואס צווישן די שורות שטייט אסאך מער ווי די געשריבענע.
מיין וואט דערווייל איז #1 #3 #2
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:29 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
וואס עס איז נוגע מיין שטיקל זעה איך אז דאס ווייב איז כשר גערעכט.
האלאו לעמאן דשאוס, שיק מיר צוריק מיין ארטיקל און מאך מיר נישט קיין בזיונות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:38 pm
דורך חשבון
בענדזשעמין האט א פוינט. ווען נומער איינס זאל ליגן די דריטע וואלט ער אפשר געקריגן מיין וואוט. איך גיי ניסלעך פאר אזאנע פאעזיעס וואס לאזן די מחשבות לויפן אונעם האריזאנט און זינגען מיט מיט די שאקעלדיגע בלעטלעך צום טאקט. אבער וואס זאל איך טון אז דער דריטער האט געלאזט א גוטע טעם ביי מיר
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:39 pm
דורך לעמאן דזשוס
איצט ארויף נאך איינס! ליינט און האט הנאה, אדער האט נישט הנאה, וויזוי איר ווילט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:40 pm
דורך לעמאן דזשוס
הרב ברסלבר, איך שרייב קריטיקירער, נישט חלילה אז מען זאל בלויז זאגן קריטיק, נאר דאס איז די וועג וואס מען באציט זיך צו די סארט ענינים!
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:43 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך האב נעכטן
דא געשריבן אביסל די וואגשאל און די עיקר יסודות מיט וואס א פאעזיע שטיק דארף געמאסטן ווערן!
טייל חברה דא, גיבן אפ פיינע ריוויוס
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:46 pm
דורך משה געציל
דער פערטער איז דער ערשטער וואס האט אריינגעבלענד אביסל הומאר אין זיין שטיקל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:52 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
משה געציל האט געשריבן:אויסגעכאפט מיינע ווערטער בענדזשי!
האלאו משה געציל, אביסל דרך ארץ! כ'בין עפעס דיין עידש, אז דו ערלויבסט דיך מיר צו רופן בענדזשי ? קענסט מיך רופן הרב פרענקלין, ר' בענדשעמין, אדער אפילו אן א ר' פלעין בענדשעמין.
אבער בענדזשי ? אזוי אן א קאפל ? ביזט אויפן קאפ געפאלן. מיינע בענדזשעלע און בענדזשי יארן זענען שוין לאנג פארביי, היינט בין איך אן איש מכובד מיט א שניפסל אין לאנגע גרויע ווייסע האר. כ'מיין נישט אזוי ווייט מיין כבוד ווי איך מיין דיר משה געציל, פאר דיין טובה וועגן, דו דארפסט דיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען ווי אזוי מען רעדט צו אן עלטערן איד. ס'איז טאקע אדר אבער אלעס האט גבול.
ומכאן הקריאה יוצאת לכל השטיבל גוט אכטונג אויף מיין כבוד יאך בין סוף כל סוף דער פרעזידענט, און מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל, [און איך בעט אייך, קומטס מיר נישט מיט קיין לומדות'ער אז א פרעזידענט איז נישט קיין מלך און נאך אזעלעכע פירכות אין קולות, זייט'ס מיר נישט אויפגעקלערט אין אזעלכע האקעלע ענינים].
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:28 am
דורך נולד מאוחר
איך האלט מזאל פארשפארן די אשכול. יעדער זאל פארמירען זייער אייגענע מיינונג דאן גיין שטימען. דערנאך קען מען דיסקאסען.
איך ליין שוין יעצט מיט פריקאנסיועד אינפוי ויייל כהאב געליינט דא קודם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:48 am
דורך משה געציל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:אויסגעכאפט מיינע ווערטער בענדזשי!
האלאו משה געציל, אביסל דרך ארץ! כ'בין עפעס דיין עידש, אז דו ערלויבסט דיך מיר צו רופן בענדזשי ? קענסט מיך רופן הרב פרענקלין, ר' בענדשעמין, אדער אפילו אן א ר' פלעין בענדשעמין.
אבער בענדזשי ? אזוי אן א קאפל ? ביזט אויפן קאפ געפאלן. מיינע בענדזשעלע און בענדזשי יארן זענען שוין לאנג פארביי, היינט בין איך אן איש מכובד מיט א שניפסל אין לאנגע גרויע ווייסע האר. כ'מיין נישט אזוי ווייט מיין כבוד ווי איך מיין דיר משה געציל, פאר דיין טובה וועגן, דו דארפסט דיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען ווי אזוי מען רעדט צו אן עלטערן איד. ס'איז טאקע אדר אבער אלעס האט גבול.
ומכאן הקריאה יוצאת לכל השטיבל גוט אכטונג אויף מיין כבוד יאך בין סוף כל סוף דער פרעזידענט, און מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל, [און איך בעט אייך, קומטס מיר נישט מיט קיין לומדות'ער אז א פרעזידענט איז נישט קיין מלך און נאך אזעלעכע פירכות אין קולות, זייט'ס מיר נישט אויפגעקלערט אין אזעלכע האקעלע ענינים].
כא כא די אלטע שרייען... ס׳איז געלונגען...
ווי אזוי זינגט נאר ר׳ יו״ט ערליך;
מיר גיבן אפ כבוד פאר די יוגענט אליין,
און די עלטערן גענוג איז פאר זיי,
די יו״ט מאדערס דעי...
זאגט נאר, איר האט לעצטענס א בליק געטאן אינעם קאלענדער? לאמיר אייך מגלה סוד זיין; מיין קאלענדער האלט ביי יארע-צוויי טויזענט און דרייצן.
אויב איר ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט לאמיר אייך ערקלערן; איר דארפט אייך מער נישט ארומדרייען מיטן דיקן אויבער-ראק א גאנצען טאג. איר קענט זיצן אינעם ווייסן הויז מיט די פיס ארויף און די ארבעל ארויף געקאטשעט. אייער שניפסל איז שוין פון לאנג קיין ארטיקל נישט, די עיקר איז אז איר קענט שפילן בעיסבאל מיטן בעט פאר די פרעסע. פארשטאנת?! איך מיין בעיקר אייער כבוד, איך וויל נישט איר זאלט אויסקוקען ווי דער אלטער מקוה איד וואס איז צו נאר און צו שפאט מיט זיינע כסדרדיג׳ע געפעכטן מיט די יונגווארג, ווען עס דאכט זיך אים אז מען האט מען האט בטעות געזאגט ״תכתב״ אנשטאט ״תכתבו״ ביי די ר״ה געווינטשעריין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:19 am
דורך לעמאן דזשוס
יודן, מיר האבן היינט נאכט ארויפגעלייט זעקס שטיקער!
מיר פרובירן צו ארבעטן וואס שנעלער, כדי אלע זאלן קריגן דעם זעלבן מאס אנערקענונג. דערווייל אויף היינט בלייבט דאס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:29 am
דורך יאיר
ממש ריזיג, איינס ביי איינס, איך קען גארנישט גלייבן וואספארא קונסטלער באהאלטן זיך דא אין קאווע שטיבל. איך האב נאכנישט דורכגעטון יעדן שטיקל בעיון, אבער דערווייל מיין איך אז ס'ערשטע איז דאס בעסטע לגבי פאעזיע, עס נוצט פאעטישע ווערטער צו שילדערן דעם מצב. עס איז נאר א שאד אז עס פעלט אביסל פונ'ם תוכן, עס האט נישט גענוג צוזאמענארבעט. דער פאסטקעסטל איז אויך גאר גוט, די גראמען זענען געוואלדיג, און דער געדאנק געפעלט מיר. אזוי אויך כגמול עלי אמו איז גאר אן אריגינעלע געדאנק, לעבעדיג אפגעטייטשט דעם פסוק, מיט טיפע רעיונות און משלים, פון די טיפענישן פון הארץ, און איך מיין אז יעדער קען רילעיטן צו דעם. קאמענטארן אויף די איבריגע וועלן שפעטער נאכפאלגן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:37 am
דורך יואליש
איי איי איי. פינעף באקומט דעם אגודל פאר אן אריגינעלע טעמע און פיין פאראידישט דעם איי.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:46 am
דורך בן תמליון
איך רייב מיר די אויגן וואס טאלאנט איז געווארן אויפגעגראבן ביי אונז אין בעקיארד. עם ישראל חי!
מיר געפעלט זייער דער הינער איי שטיקל עס איז ארגינאל און ווארפט צוזאם בקיאות מיט לומדות אויך זייער שיין. איין קליינע הערה " אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן"? כִּי יִקָּרֵא קַן צִפּוֹר לְפָנֶיךָ אֶפְרֹחִים אוֹ בֵיצִים אין פרשת כי תצא. אויך אין תנ"ך זאגט ישעיה הנביא "וַתִּמְצָא כַקֵּן יָדִי לְחֵיל הָעַמִּים וְכֶאֱסֹף בֵּיצִים עֲזֻבוֹת כָּל הָאָרֶץ" נו שוין מען מוז דאך האבן קריטיק אויך. דער פאסט קעסטל איז הערליך גוט און זיכער דער בלעטל פון אונזער לעמאן איז איינס אין דער וועלט וואס דער עולם האט שוין באוונדערט פריער.
לעמאן וויפיל גייט זיין אלעס צוזאמען?